היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים — די ערשטע תקופה (אויגוסט 2004 – יוני 2005) » א געשמאקע מעשה

א געשמאקע מעשה

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1080529

hutkh » 23/8/2004 3:4

היינט זונטאג, שפאציר איך ארום אויף דילענסי עוועניו אין מאנהעטן כחום היום,פלוצלינג וואקסט מיר ארויס פון אונטער די ערד א אלט אידל מיט א צוקנייטשען היטל, און ער שפרייזט צו צו מיר מיט געשפאנטע טריט, און רוימט מיר אריין אין אויער מיט א טאן פון זיכערקייט "אותו האיש איז דער משיח..."
פארשטייט זיך אז איך האב זיך גלייך געכאפט וואס דא גייט פאר, און איך זאג אים צוריק אין זיין צוקנייטשן פרצוף אריין "פארגעס דערפון".

ס'נעמט נישט קיין צען מינוט, איך האב פונקט געדארפט נאכאמאל דורכגיין דעם זעלבן סטריט קארנער, און דער משומד נעמט זיך די מיה נאכאמאל און קומט צו מיט א ענליכען פזמון "אותו האיש איז דער אידישער משיח.."

דא האט זיך שוין מיין געדולד אויסגעלאזט, און איך זאג אים צוריק מיט חוצפה (אונז האט מען אזוי מחנך געווען..) "GET A LIFE'
דאס מיינט צו זאגען, זיך דיר עפעס מיט וואס דורכצושטופען דיינע אנגעזעצטע פארעלטערטע יארען, ווי איידער צו שטיין צווישן שחורים און פארקויפן דיינע מיסיאנערישע שטותים.

עד כאן המעשה.
אבער מאויבי תחכמני, מ'קען זיך פון דעם אפלערנען אז מ'גיט נישט אויף..............