היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים — די ערשטע תקופה (אויגוסט 2004 – יוני 2005) » דריטע דעבאטע, אהרונישע חתונה, און ביל א'

דריטע דעבאטע, אהרונישע חתונה, און ביל א'

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1149671

hutkh » 15/10/2004 6:27

די דריי זאכען האבען קיין שייכות איינס מיטן אנדערן, פערצופאל זענען זיי זיך צוזאמענגעקומען אין די זעלבע תקופת השנה.

די דריטע דעבאטע איז לדעתי געווען א סוקסעס (און ווען איך וואלט וועין מיטגעהאלטען די ערשטע און צווייטע דעבאטעס וואלט איך מסתמא אויך דארט געהאלטען אז בוש האט געווינען, ווייל כידוע בין איך איינזייטיג צו בוש, און איך האלט קלאר אז יעדע הגה פה וואס קומט ארויס פון דעם בעל 'קרי' איז פאלש און בלאף).

די אהרונישע חתונה האלט נאך אינמיטן, פרטים יבואו.

און ביל אריילי BILL O'REILY וואס טייל האלטן אים פאר די מוסטער און סעמפל פון ארנטליכקייט און ערליכקייט, איז ב"ה אנגעקלאגט געווארען אויף אומערליכע דיבורים...

ער האט זיך ביטערליך פאררעדט צו א מיידל וואס ארבעט פאר אים, און ער האט מאריך געווען בדיבור עם האשה טראץ די אזהרות פון חז"ל, און יעצט קלאגט זי אים אן אין קאורט..

איך שעפ נחת, ווייל דאס קומט מגלה קלונו זיין ברבים, קיינער איז נישט העכער פון מענטשליכקייט, אפילו דער אפגאט וואס זיצט יעדע נאכט און פלוישט אוועק כאילו ער איז דער קלארסטער און ריינסטער און גראדסטער מענטש אויף דער וועלט, האט אויך פייגעלעך אין קאפ, און ער רעדט ווי הייסער זכר.. (קוק נאך THESMOKINGGUN.COM וועסטו זעהן פונקטליך וואס ער האט גערעדט צו די נקיבה).

עכ"פ, יעצט איז שפעט ביינאכט, אבער איך האב געשפירט אז איך מוז מיך שוין לאזען הערן נאך א לענגערע צייט אפשניט..

וואס זאגט איר אויף איינע אדער קיינע פון די דאזיגע טעמעס?

ווילט איר הערן נאך? אדער הערט איר שוין צופיל?

קליבלנד » 29/10/2004 8:10

פון די חתונהפון רעב אהרון, וועט מען קענען נאך אהרין?

hutkh » 1/11/2004 6:42

יענע חתונה ליידער, היינט איז ארויסגעקומען א שוידערליכע באריכט אז דער יונגערמאנטשיקעל וואס האט חתונה געהאט בערך צוויי וואכען צוריק, ליגט אין שפיטאל אויף יענע מעשה, השי"ת זאל אים שיקען א רפואה שלימה בקרוב.

איך האב דאס געהערט פון א קראנטע אינסיידער מקור, ווער ס'וויל זאל מאכען א לינק פון דא צו די "חדשות אנ"ש בארה"ב ובעולם" ווייל איך האב נישט קיין צוטריט דארט, און דער עולם דארט איז צומישט וואס גייט פאר.