וועלכע מקוה גייט איר
איך גיי אין קלויזנבורג ביי 52 עס איז באקוועים און שיין
בן זהב (בת? זהבה)
דו שרייבסט שוין דא אזוי לאנג, פארוואס האב איך נישט געכאפט ביז יעצט אז דו שפילסט 'פרוי'?
איז גיין אין מקוה א בושה???
איך האב אמאל אויף געפיקט מיין ווייב פון די מקוה און באמערקט ווי מיין חבר זיצט דארט אין די קאר מסתמה ווארטענדיג זיין ווייב, איך האב געמאכט אזא פליטה און אוועק געפלויגן פון דארט האפענדיג אז ער האט מיך נישט באמערקט, נעקסטן טאג קומט מיין חבר צו צו מיר און מיט א צינישן שמייכל פרעגט ער מיך וואס ביסטו אזוי אוועק געלאפן נעכטן נאכט, איך האב געפילט אז איך ווער זייער רויט און איך האב עם נישט גיענטפערט נאר פלעין אוועק געוואקט,
איז מיין פראגע, איז דאס נורמאל? פארוואס האב איך אזא קאמפלעקס, איז דען דאס עפעס א בושה,
װי שײן אין זיס צו זעהן א קאפל װאס טוהן גולש זײן צוזאמען
It warms the heart.
i dont see anything wrong with talking to friend while he waits for his wife
c'mon evrybody goes to the mikva
and evrybody has sex and make babies
dont be ashame'd
אין הלכה שטייט אז אויב איינער ווערט געוואויר אז דיין ווייב טובל'ט זיך היינט, ביסטו אין גדר פון ארור שוכב עם בהמה רח"ל, אלזא איז עס נישט קיין מדת חסידות נאר א הלכה צו האלטן א סוד און מאכן א שווייג און מקיים זיין דעם פסוק וישמחו כי ישתוקו, און דעם מאמר חז"ל סייג לחכמה שתיקה.
און בכלל זענט איר פון דעם עם הנבחר וואס זענען אויסגעצייכנט מיט דריי זאכען: רחמנים ביישנים און גומלי חסדים.