היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » אוי וואו בין איך

אוי וואו בין איך

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1429778

hutkh » 20/6/2005 20:10

יארן צוריק איז מיר אויסגעקומען צו וויילן אויף די הייליגע סעזאן (ימים נוראים) אין איינע פון די פארשטופטע געגנטער אין רורעל-אמעריקע.

ביום צום גדליה האב איך געהאט איבריג צייט, בין איך געגאנגען באזוכן איינע פון די לאקאלע האלב-אידישע תלמוד תורה'ס אין די געגנט.

פאר מיר - א נתחנך אין איינע פון די פילצאליגע היימישע מוסדות - איז געווען ווילד פרעמד זייער גאנצע צוגאנג צו חינוך בכל פרטיה ודקדוקיה, איז מיר אבער געפאלן איין געוואלדיגע מעשה וואס איך האב דארט בייגעוואוינט, און די מוסר השכל דערפון האב איך ערשט יעצט ארויסגענומען:

דער מנהל דארט איז אויפגעקומען מיט א געוואלדיגן רעיון - באמת נישט אוועקצומאכן - אז לרגל די הייליגע טעג זאלן אלע קינדער זיך פארנעמען נישט צו וואטשן TV פון ראש השנה ביז נאך יום הכיפורים. אלע קינדער האבן באקומען אזא צעטל אונטערצושרייבן.

איין אינגל הייבט אויף זיין האנט און רופט אויס: איך קען נישט אונטערשרייבן!

מיט גרויס ווינדער פרעגט אים דער מנהל: פארוואס?

"ווייל מיר האבן נעכטן נאכט - מוצאי ראש השנה - געהאט א הערליכע משפחה פארברענג ביים טעלעוויזשען"...

מיינע אויערן האבן געגריצלט, איך האב נישט געגלייבט וואס איך הער... מוצאי ראש השנה, נישט קיין גרעסערע דאגה ווי וואטשן טעלעוויזיע????

אבער ליידער קוק איך מיך אן היינטיגע צייטען, בין איך דען בעסער??? אדרבה, טויזענט מאל ארגער חלילה...

גייט נישט דורך קיין מוצאי שבת, מוצאי יום טוב, ערב שבועות, מוצאי פסח, די זעלבע אינטערנעט רח"ל???

געוואלדדדדדדדדדדדדדדדדדדדדדד!!!

וואו בין איך???

not2bz » 21/6/2005 22:03

טייערע מנהל די ווייסט שוין ווי די ביסט? זאל איך מאכן א סורטש אויף גאאגל? אדער דארף מען גאר מאכן א "ארענדש אלערט"?
לאז אינז וויסן וואס עס טוט זיך מיט דיר איך בין היבש נערוועס און איד גלייב אז אנדערע זענען אויך נערוועס

בןהרחמן » 22/6/2005 01:40

איך גלויב אז ער עסט יעצט א טעלער טשאלענט (לויט יענטאאש אז יעדעמס פעוואריט איז טשאלענט)

hutkh » 22/6/2005 11:40

איך האב אייך אזוי געפעטשקעט (געטשאטשקעט, "געספוילט" אויף ענגליש) אז ווען איך בין נישט דא אויף פינף מינוט ווערט איר פארלוירן און איר הייבט אן קלערן אויב איך בין אראפגעפאלן פון די וועלט צירקל...

איר קענט מאכן א גוגעל סורטש מיט אן אראנדזש אלערט, אבער איר וועט מיר טרעפן אין אפיס אונטער א איבערגעפולטע טיש ארבעט וואס ווארט צו ווערן ארלעדיגט (יא... איך בין אויך פון די מענטשן וואס זענען נכלל אין אדם'ס קללה פון בזיעת אפך תאכל לחם!).

וויל איך אייך טאקע מעלדן - און הגם יעצט איז האלב פינף פארטאגס און איך בין דא... - אז איך וועל אי"ה ווייניגער ערשיינען דא ווי ביז היינט, אבער איך האב שוין מיין טראסט אין ענק - טייערע חברים - אז איר וועט מיר נישט אויסשפילן, נאר איר וועט שיין און איינגענעם פארברענגן דא כאיש אחד בלב אחד.

איך וועל אריינפאלן פון צייט צו צייט זיכער מאכן אז אלעס פירט זיך גלייך, אבער עס קען זיין (קען עס דען זיין? מיר וועלן זיך איבערצייגן) אז איך וועל עטוואס ווייניגער שרייבן.

ידידכם הוטקע

יענטאאש » 22/6/2005 17:48

הוטקע דו ווייסט וואס דו דערמאנסט מיך, איך האב אויך עפעס א דזשאב, וואס נאר???.......

קרעמער » 9/10/2005 14:00

איך ברענג ארויף דעם אשכול פון רבי'ן ז"ל צום אויבנאן צוליב איר אקטועלקייט אין די יעצטיגע פארכטיגע טעג.

וואו בין איך?