דעבאטע: איז דער טשולענט דער גאנצער שבת?
28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1430024
וואס א פראגע אוודאי אז יא, אלעס דרייט זיך ארום דעם טשולענט, איר זענט שוין אמאל אהיימגעקומען פרייטאג און געגעבן א קוק צו די פיש איז גוט געלונגען??, די אייער??, די קאמפאוט??, איר קוקט נאר אויפן טשולענט......
די זעלבע זענט איר שוין אמאל אויפגעשטאנען שבת צופרי און געקוקט וואס די פיש, אייער אדער קאמפאוט מאכן???, מען קוקט נאר אויפן טשולענט, שמעקט יא, שמעקט נישט, שמעקט צו שטארק, יעדער האלט זיך פאר א גאנצע מבין אויפן טשולענט, קיינער האלט זיך נישט פאר קיין מבין אויף די פיש.....
בקיצור איך האלט אז אפילו אויב די גאנצע סעודה זאל זיין געשמאק, ס'זאל זיין א הערליכער בעל תפילה ביים דאווענען, א הערליכע וועטער, אויב די טשולענט האט געפלאפט איז דער שבת א דורכפאל....
אדרבא וואס האלט איר????
איך האלט אינמיטן עסן א טעלער טשאלענט...
איך זע קיינער דעבאטירט נישט, איז טאקע מיין מיינונג איינשטימיג אנגענומען?????
איך זעה קיינער רעאגירט נישט און קיינעם אינטערעסירט נישט, ממילא איז דיין מיינונג איננשטומפיג #$%^&*
[בילד – נישט אפגעהיט]
בןהרחמן, ביזט אינגאנצן א נייער דא און דו פירסט דיך אויף ווי אן 'אלטער' מחוצף.
איך קען אבער נאך נישט אננעמען מיין מיינונג אלס איננשטומ(פ)יג וויבאלד עס איז היינט הערשט מיטוואך, היינט הייבט זיך אן די אפיציעלע טשולענט געגעסעכץ, טא קען זיין אז יעצט וועט דאס ווערן מער אן אקטועלע טעמע, איך ווארט נאך אביסל.
איך בין פאר עטליכע שעה צוריק צוגעגאנגען צו דערבייאיגן רעסטוראונט און געקויפט אביסל 'טשולענט', איצט אזוי זיצנדיג דא א שטיק צייט נאכן פארענדיגן דעם געשמאקן געקעכץ, איז מיר צוגעקומען נאך א ראיה לדברי אז דער טשולענט איז דער גאנצער שבת, ווייל אין די אזוי וואויל באקאנטע נאכווייען פונעם שבת שפילט אויך דער טשולענט די הויפט ראלע.......
קודם אנטשולדיגט מר. יענטאאש איך האב נישט געוואוסט אז דו ביזט טאקע אזא יענטע וואס דו ווערסט באליידיגט פון יעדע קלייניקייט כדרך היענטעס און הייבן שוין אן צו בלאזן אויף די גאנצע וועלט איך האב נאר געמאכט א ווערטעל, דאנ'ט טעיק איט סיריעס,
און בנוגע וואס דו זאגט אז איך בין א נייער קודם כל בין איך נישט קיין נייער נאר איך האב ביז יעצט נישט געוואלט מגיב זיין, און והשנית אפילו איך בין ווען יא א נייער מיינסטו אז נאר דו יענטאאש מיט הוטקע מעגן שרייבן עפעס פעפעריג איך בין אויך נישט קיין קטלא קניא באגמא ממילא דערשרעק דיך נישט אויב נאך איינער שרייבט אביסל און נעם דיר נישט צום הארצן,
און צווייטענס ווייס איך נישט אויף וועלכען עולם די לעבסט אז ביי דיר איז היינט מיטוואך, ביי אונז אידן איז היינט דינסטאג, ממילא אז די ווייסט נישט וויפיהל מרגלים זענען געווען דאס פארשטייט מען, אבער נישט וויסן וועלכע טאג איז היינט דאס איז נישט קיין איד און נישט קיין גוי, נאר איך האב מיישב געווען דיך דן זיין לכף זכות אז היינט האסטו אויסגעטאהן די טלית ותפילין ביי הויכע שמ"ע און דו האסט נישט געזאגט דעם יום ווייל דו האסט דיך געיאגט צו ארויפלייגן דיינע תגובות וואס זענען דיר איינגעפאלען ביי שטילע שמ"ע, ממילא ביסטו פטור צו וויסן וואס היינט איז, נאר איין זאך פארשטיי איך נישט וויאזוי מען קען זיך טועה זיין אז היינט איז מיטוואך עס איז דאך נאך נישט דא די צייטונג פון דעם דעמאקראטישן אלבערט.
בן הרחמן, טאמ(ב)ס אפ!
גוט געשריבן!
אבער גראדע דא איז יענטאאש גערעכט, ווייל "היינט" איז גראדע יא מיטוואך...
אז מ'רעדט שוין פון אלבערט, אין די גוטע צייטן פלעג איך צו זאגען יעדן מיטוואך צופרי "היום יום אלבערט"... היינט ציטער איך אבער ווייל עס דערמאנט מיר פונעם אטורני גענעראל "אלבערטא" גאנזאלעז (נישט קיין קרוב מיט "עליען" גאנזאלעז, אפשר פון זיין מאמע'ס זייט...).
בנוגע "טשאלענט":
א גרויסער דאקטער האט אמאל געזאגט אז ער מוז מודה זיין אין תחיית המתים, איינזעהנדיג עין בעין ווי די חסידישע עולם ריקט זיך ארויס שבת נאכמיטאג פון די בעטן טראצדעם וואס מען האט זיך געלייגט אויף אן אומפארדייטען טשאלענט...
בןהרחמן,
לויט ווי 'דטרבקי' האט נאכגעברענגט פון יענעם לץ אז 'ס'איז שוין מארגן אין אויסטראליע' איז נישט אזוי געפערליך אז איך האב געזאגט אז ס'איז מיטוואך....
אז מען רעדט שוין יא וועגן 'טשאלענט, האב איך פונקט היינט אויפ-געפּאַסט אז עס איז מיר די וואך געלונגען משלב צו זיין פאריגען שבת מיט דעם קומענדיגן שבת, ווייל איך האב נעכטן נאכט געגעסן שיריים פונעם טשאלנט פון שבת (די פרוי האט נישט געהאלט ביים מאכן פרישע געקעכצן), און נאכווייען האבן אנגעהאלטן ביז היינט מיטוואך וואס הייבט זיך שוין אן די טשאלנט פון קומענדיגן שבת, ממילא האב איך געמאכט א גוטן שילוב (נישט אזא גוטע קרעפל פשעטיל ווי רעב הוטקע אבער א שטיקל שילוב איז דאך דאס).
העי בן הרחמן, איינער פון די תקנות פונעם פורום איז אז מען טאר נישט טשעפען קיין שום נברא, און אין דעם איז אריינגערעכנט די אייגענע בני בית אויך!
אפילו ווען איך האב זיך אפגערעדט אויף די מילכיגע סעודה, האב איך נישט געשריבן קעגן דעם קעכער\טע דערפון.
און בנוגע די שיטת השילוב... האסט שוין געהערט די פאלגענדע מעשה:
זונטאג האט א מענטש געוואלט מאנטאג פארן דינסטאג אבער מיטוואך האט ער געזען אז דאנערשטאג איז שוין ערב שבת...
הדא הוא דכתיב: ימינו כצל עובר... וכחלום יעוף!!!
דער שיטת השילוב איז זייער שיין, און דאס וואס איך מיך אפגערעדט אויף די קעכערטע האב איך נישט געמיינט אמת'דיג, נאר איך האב נישט געוואלט מודה זיין צו 'יענטאאש' אז די טשאלענט איז דער עיקר, ממילא האב איך נישט געוואלט שרייבן די עכטע סיבה אז איך ספעציעל איבערגעלאזט א טעלער טשאלענט פאר מיר, איי וועסטו פרעגן פארוואס נעמסטו ניטש קיין פרישע טשאלענט, איז דער תירוץ ווייל יעדער ווייסט דאך די גמרא אז די מאכלים פון שבת זענען ספעציעל גוט, און ממילא מיטוואך באלאנגט שוין פארן קומענדיגן שבת, אבער דינסטאג באלאנגט נאך פארן פריערדיגן שבת ממילא האב איך געמוזט אוועקלייגן א טעלער טשאלענט,
אקעי שוין גענוג גערעדט פון טשאלענט 'יענטאאש' וועט שוין באלד טאקע מיינען אז ער איז גערעכט.[בילד – נישט אפגעהיט]
איך פיר זיך אויך ווי דיר - צו עסן טשאלענט ביז ווען מען זעט דעם אפגרונד פונעם טאפ...
אבער - וועסט זיין איבערראשט צו הערן - איך האב געפונען שטיין אין א ספר:
"אין להותיר ממאכלי שבת"!!! [ער איז מסביר אז דאס איז א בחינה פון מן וואס מען האט נישט געטארט איבערלאזן, עיין שם].
Hutkh, youre angry with ben because he unofficially insulted his wife about a chulent situation, you'd be surprised (or not) how many yingeleit measure de gantze gelungenkeit of their wives and their friends' wives completely based on her ability to shtel tzi a chullent. Yenta, I'm actually surprised that you failed to mention this fact in your chullent intro post
בןהרחמן(א קינד א רחמנות נעבעך...):
דו מיזט מיר מוחל זיין באמת, הערשט יעצט הייב איך אן דיך צו שוינען, איך קען מיך פארשטעלן וויאזוי דו שפירסט, א גאנצע וואך עסטו נעבעך (געצווינגענערהייט) אלטע טשאלענט, ס'איבלט דיך שוין, קומסטו דיך אביסל אויסלופטערן אויף 'היימישע שטותים' און ווידעראמאל טשאלענט!.....
באמת אנטשולדיגט, איך ווייס נישט וויאזוי איך קען דיך איבערבעטן, אפשר א טעללער 'טשאלענט' וואלט גוט געווען?...[בילד – נישט אפגעהיט]
נאמעןלאזער:
א גוטער פוינט, איך האב אויסגעלאזט נאך אסאך פוינטס, איך האב נאר געוואלט עפענען די דעבאטע, און איך האב אוועקלייגט די איבעריגע ראיות איך זאל דאס קענען נוצן שפעטער אין די דעבאטע 'כיהודא ועוד לקרא', ווייסט וואס איך מיין יא?.......
יא יא יענטאאש ביזט גערעכט, טשאנט איז א גיטע זאך סיאיז
געוואלדיג אין די הימלען אריין,העפעס מעין עולם הבא אוי
איז דאס גיט.
צאנט איז גוט זאך, סיי פאר שחרית און סיי נאך שחרית אין
מיטן ליינען פאר מפטיר און אויך נאך הפטרה און די בעסטע
איז צו מפטיר זיין מיט א פלעשל ביר. (נישט אין פסח גירעט)
ווי האטהער גזונגען בארן שיינק?!
"סי גיט פאר מיר
סיגיט פאר דיר
סי גיט פאר ידער היינעם.
גיט פאר גרויס
גיט פאר קליין
סי לאכט צו יעדן היינעם."
און אזוי וואייטער און וואייטער ביז צו דעם שטיקל:
"באשפריצט מיט פעפער און זאלץ"
און דא שטעל איך זאך האפ, ריכטיג ריכטיג צאנט איז זייער
א גוטע זאך, האבער נאר מיט איין תנאי אז סי דא מיט וואס
צוצוגיין צום טיש.
דער ריבער די הערשטע שאלה פרעקצאך ווי אזוי מאכט איר דער
צאנט לייגט איר אריין ארבעס? בונדלאך? וויפל אסאך אדער
ווייניג? ניצט איר ביים צאנט בשר בקר אדער אינער פלייש?
באפעפערט איר דעם צאנט אדער נישט? ווייל איך מיין אז דער
בעסטער צאנט איז א גפעפערטן מען דארף נאר אכטן געבן זאל
האס נישט זיין "צו" גיפעפערט (האטקע דא אסטו התירוץ
אויף דאיין שווערע קשיא אין ירושלמי.)ווייל טאמער יא
וועט האס האבן הטעם פון א יענטאאש.
תוקן על ידי - גם_זו - 24/06/2005 5:18:31
גם-זו:
דו ביסט זיס ווי אן אמעריקאנע ירושלימ'ער קוגעל! (די ארגינעלע ירושלמי קוגל זענען צו פעפעריק פאר מיר).
עס איז א נחת צוציקוקן ווי אזוי דער המון עם דא רעדט פון "טשאלענט".
גראדע בין איך נאך נישט געווען ווען די שמועס האט זיך אנגעהויבן, אבער היות סיז נאך אקטועל, ס'שטיינס געזאגט סיז היינט זונטאג, די טשולנט איז נאך אין פרידזשעדער, סאו על איך אויך זאגן א מיינונג.
ביי מיר איז די פיש פונקט אזא ענין וואו דער טשאלענט, איך מיין די פיש שפילט אויך אין מאגן ביז דינסטאג,[בילד – נישט אפגעהיט] די זאך איז נאר אז סיז א גאנצער טשולענט אין די קישקעס, טשאלענט, אייער, פיש, פאפיטעס, אביסל שנאפס, דריי באטלעך הייניקן אדער מער, וכו' וכו', סאו מאכט נישט אוועק די אנדערע מאכלים.
דער דאיען האט א מנהג אלע ערב שבת טועם צו זיין די פיש צו סיז געלונגן, ביים דאיען'ס טיש, איז די פיש עסן א גאנצער מעניו, מ'עסט די פיש פאר באלד א האלבע שעה, א שטיק סעלמאן, א שטיק קארפ, און נאדיר א שטיק ווייט, (דאס איז מנהג אבותיה), און ווער רעדט נאך פון די געפילטע מיט די חריף דערויף דאס איז ממש מעין עולם הבא, ווער רעדט נאך ווען דעם דאיען פאלט ביי אריינצובאשטעלן כריין, דאן איז דאס לעילא מכל ברכתא, די רביצין ווייסט שוין כאס וועשאלעם נישט אריינצושיקן די פיש אין א פיש טעלער, נאר אין אזא גרויסע טשאלענט-פלייש טעלער, אויב נישט דאן איז דא אויסזיכטען אריבער צורופן א שלום בית עקספערט אינמיטן וואך.
סאו מאכט נישט אזוי אוועק די פיש, דאס איז א גרויס חלק פון דעם שבת קודש, כ'זאג נישט אז צופרי נאך עסן ביי קידוש צוויי קענס הערינג איינע א שמאלטץ אין איינע א מאטיאש, און צומאל אויך א פיקעלד, וואס יעדע קאמפאני רופט דאס אנדערש, איינער שטיגליץ איינער פיקעלד וכו' כו', און פארשטייט זיך ביי די פיש אזוי ווי נעכטן, דאן איז דער עיקר די גרויסע טעלער טשולענט, וואס באשטייט פון באנדלעך, גערשטלעך, א גוט שטיקל פלאנקן, און ווי אויך א צוויי שטיקלעך מארעך, און נישט פארגעסן א גרויס סלייס מעל קוגל, מיט אביסל ביטערע איגערקעס אין די זייט, מיט כריין, דאס איז נישט מעין עולם הבא דאס איז דער עולם הבא אליינס, אבער ווי פריערט געזאגט נישט אוועקמאכן די פיש ח"ו.
איך העט ווען גערעדט אויכעט פון די אייער מיט די געדינסטע צוויבל, און א האלבע טעלער לעבער, מיט פאפריקא רויטע און גרינע, און צומאל א טאמעטע, אבער דאס איז שוין נישט בכדי כתיבה אויף דער מינוט, פענסטער עט נאך טאנען אז איך פארדריי אשקולות.
סאו האט מיר אלע א פרישן זונטאג.
תוקן על ידי - התאחדות - 19/12/2005 0:08:55
כאב באקומען פון עימיצין אזא תגובה ערגעץ וואו פון די הרי אררט, היות יאך קען נישט אזוי הויך צוריקשרייען על איך דאס שרייבן דא, וויל ער זאל ער עס ליינען וויל ער נישט דאן זאל ער טוהן וואס ער וויל.
"כ'מיין ס'פאסט נישט צו שרייבן אויף א עסן אז דאס איז דער עולם הבא אליינס, אויסער אויב מאכלי שבת האבן טאקע אזא קדושה ווי יין משומר און דג לויתן" עכל"ק.
כ'מיין יאך פארשטיי דיך נישט, ווייסטע דען נישט די קדושת פון אכילה אום שבת קודש? דאס איז דאך העכער העכער אלע ענינים, כ'שטעל זיך פאר אז דו זאגסט דעם כגונא, רעדט מען דארט פון דעם דאווענען, צלותיה דמעליה שבתא, ווערט געברענגעט אין ספרים אז די עסן איז נאך העכער, ווי ס'שטייט אין זוהר, למיכל סעודתא דמטרוניתא, וואס פארשטייסטע? ס'שטייט אז שבת קודש מעג מען זיך אפילו די תאוות נאכגעבן, אזוי ווערט געפסק'נט, דאכצאך די ספר הייסט מנחת שבת, אויב געדענק איך גוט.
נישט קיין ווינדער פארוואס די קוקסט אזוי אויס,
באט עס מכט נישט אויס לכבוד שבת וויפל עס גייט
גיט שבת אוי ויי שרייטזשע אידעלעך גיט שבת
סאכדעס;
ס'איז נישט קיין העכרעך,
אבער מיר דאכצעך,
אז לויט דיין דעסקריפציע וואס אין דיין טשולענט טוטצעך,
איז דאס דיין טשולענט בערעך.
[בילד – נישט אפגעהיט]
גאנץ גוט צוגעטראפן
איך על דיר זאגן אפן
אבער וואס איז די רויטע דארט
דאס פארשטיי יאך שוין נישט קיין ווארט
אבער מאכט נישט אויס
דיינע אויגן לויפן דיר ארויס
א שיינע קשיא פארן דיין דריקט,
ער פרעגט מיך וואס אין זיין טשולענט ליקט,
די איינציגע דיון לכף זכות זאגן מ'קען,
אז דער דיין טוט אזויפיל רויט זען,
אז אין זיין אייגענעם טשולענט אליין,
טוט אים שוין נישט אנגיין.
תוקן על ידי - יענטאאש - 20/12/2005 2:30:06
איך ענדיג יעצט עסן א טעלער טשאלענט.
נישט פאר לאנג צוריק געזעהן דעם מלך הייד פארק עסן א קאנטענער טשולענט, אוי איז דאס גוט געווען, דער קעניג איז ממש בעפאר געווען הונגעריג ווי א בער, אזוי האט ער מיר אליינס געזאגט (געשריבן)
ביי מיר איז די טשאלענט די גאנצע מוצאי שבת...
תוקן על ידי - שנאפס - 03/02/2006 7:49:08
שנאפס נאדיר 20
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
פון ביידע