װאו דרײט איר זיך אופן אינטערנעט?
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1430108
ברשות רעב הוטקע שליט״א ברשות הגבאים כל הקהל הקדוש...
לאמיר זיך אביסעלע דורכשמועסן, זאגט נאר גוטע פרײנד, װאו דרײט איר זיך אופן אינטערנעץ? װאס ליגט בײ אײך אין די פעיװרעטס? טײלט מיט מיטן עולם אפאר גוטע לינקס, עפעס אינטרעסאנטע װעב-זײטלעך.
מײן אן לײן לײף איז טריקן װי א זומפ. חוץ אונזער הײמישע שטותים איז אלעס קרעפ! חדשות אנ״ש זעהט אױס װי א סענד באקס אין די קאנטרי מיט אפאר ראציגע קינדער װאס באװארפן אײנער דעם צװײטן מיט זאמד. דראדש איז ביזי מיט מײקל דזעקסאן אין די בלאגס זענען סתם א ברכה לבטלה.
רבותי האט רחמנות, גיבט ארױס די סחורה.[בילד – נישט אפגעהיט]
את חטאי אני מזכיר, אז מיין פעווארייטס ליסט איז אויך כמעט ליידיג, חוץ פון חדשות אנ"ש (פארוואס פרעגט איר??? אויב די בני בית כאפט מיר ביי די מעשה געט מען שנעל א ריק ארויף דעם אלוועלטליכן וועבזייטל און פטור-אן-עסק), און נאך איין געוויסע זייטל פון היידפארק, און - יא, איר האט צוגעטראפן - היימישע שטותים...
אבער אויסערדעם זיץ איך ליידער אפט אויף שמועס-צימערן, ווי די באקאנטע "אידישעטשעטרומס-בלאגספאט-קאם" אדער די אנדערע בכל שום וחניכא דאית להו.
אויסערדעם פאל איך אריין צו ר' יאהו צוויי דריי מאל א מעת לעת, פשוט זעהן צו איינער האט זיך וויסענדיג געמאכט פון מיר און געשיקט א בריוועלע אדער וואס.
ר' מתתי' דראדזש אז פון מיינע מענטשן, הגם ער וועפט אסאך מאל אריין צו אלע רוחות.
אדרבה, ווער עס ווייסט פון עפעס געשמאקע זייטלעך (נישט קיין דירעקט שמוציגע) זאל מודיע זיין פארן חשוב'ן פובליקום וואס שטייט גרייט און לעכצט מיט דורשט נאך אינפארמאציע (און איר זאגט אז מיר לעבן היינט אין א דור פון אינפארמאציע??? מיר זענען היינט אזוי צוריקגעבליבן ווי אין די שטיינער-עפאכע).
דו האסט אויפגעברענגט א ווייטגליכע נושא ד יודישעקאפ וואס דו ביזט, יא אזוי איז עס אלעס "זויגט", איך האב שוין פרובירט מיך צו מאכן דאס אינטערנעטישן לעבן אינטערעסאנט אבער אלעס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אומב'חנ'ט, די איינציגסטע פלאץ באמת וואס האט עפעס זאפט איז "היימישע שטותים".
(בדרך אגב דיין אויסדרוק אויף "חדשות אנ"ש" איז עי-וואן, איך וויל דאס נאר נישט צופיל אויסלויבן וויל דאן וועט יענער זאגן היינו הך יענטאאש היינו הך יודישע קאפ (בדרך לצה: א "יענטאאש" מיט א "יודישע קאפ" און אויף דעם א "הוטקע"..... אין די אלטע היים וואלט מען שוין געלאכט נאך אזא ווערטל)
יענטאאש, דו האסט נאך איין פראבלעם, כנראה אז דו קענסט נישט ליינען קיין ענגליש...
YINGATCHBP איז נישט די ראשי תיבות פון "אידישע קאפ", עס מיינט א יונגאטש פון בארא פארק, פארשטאנתא?
העי דו מאכסט "ממילא" חוזק פון זיך אליינס ....
ביי דע וועי דו קומסט מיר זאגן וועגן "יונגאטש"?
איך מיט יונגאטש זענען דאך היינו הך יענטאאש יונגאטש זאגט זיך כמעט די זעלבע.
וואס נאך איז נייעס אויסער יענטאאש-הוטקע-יונגאטש-ממילא-שעפעלעזיסע-בןבלישם-וכו' וכו' וכו'???
פארדרייט נישט דעם שמיעס.
ביי דע וועי איז מיר איצט ארייגעקומען אין אישית גאנץ א פיינע לינק
www.shmaisradio.com פאר מוזיק לאווערס. מען קען דארט אויסקלויבען פארשידענע סטיילס מוזיק כרצון איש ואיש. רעגולער אידיש (קליק אויפן מוזיק פלאיער לויט אייער ספיד) אדער חזנות אויך איז דא דארט לובאוויטשער ניגונים. גאנץ פיינע אונטערפירעכטס מוזיק בשעת'ן גולש'ן דא אויף היימישע שטותים.
אויך קען מען זעהן דארט אונזער מנהל'ס "הוטקע"
תוקן על ידי - yingatchbp - 21/06/2005 6:08:41
הייסט אויסער פיקטיווע מעשה'לעך זענט איר מיר א שטיקל וועלטליכער ידען צו די זייט אויכעט....
Yes,
In any topic in the world you can ask me and I will be like a fish in water in that subject
[אימעיל אוועקגענומען] דטרבקי טייערער!
אין אלעס ביזטו ווי א פיש אבער אפילו אנשטעלן דיין אידיש אויפן קאמפיוטער קענסטו נישט
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
רעבע הוטקע ס'איז צרות........ ס'איז דא קאמפעטישאן.........
http://www.dhengah.org/yhome.htmצווישן מיינע פעיװרעטס האב איך צוויי לינקס וואס איז נאר אינטערעסאנט פאר יענקי פענס
http://ultimateyankees.com/http://www.interlockingny.com/איך האף אז איך האב עס געמעגט ארויף לייגן עס איז אויך שטותום
תוקן על ידי - not2bz - 21/06/2005 21:36:16
על ראשון אחרון:
עס איז קיין פראבלעם ארויפצולייגן לינקס צו יענקי שטותים (זאל מיר נאר איינער זיין אזוי גוט און מסביר זיין די א' ב' פונעם געים, איך פארשטיי דערצו אזוי ווי איך פארשטיי צו דבר אחר מיט אמעריקען טשיז).
כ"ק אדמו"ר מדינגא שליט"א איז א איד וואס בייטאג איז ער א פלאמבער און ביינאכט א רבי... ער גייט ארום צו חתונות משמח זיין אידן (ער וואוינט אין מאנסי).
איך מיין עס איז נישט קיין קאמפעטישען פאר אונז...
**
היינט\נעכטן (דינסטאג) האט ר' ברייען לערער געהאט א שאו בנוגע אינטערסאנטע לינקס (ער רעדט אויף 820 א.מ. צווישן צען און צוועלף פארמיטאג).
איך בין שוואך אין לינקס, אבער איך קען שרייבן בערך די ווערטער וואס מען האט דארט גערעדט:
BORED AT WORK NETWORK האט געמאכט א שטודיע וועלכע זייטלעך דער עולם קוקט די מערסטע, און דער געווינער איז געווען עפעס א זייטל וואס האט כלומר'שט פארקויפט אזעלכע סארט אינטערוועש וואס האט אריינגעבויט א GPS סיסטעם... וואס דו קענסט מיטהאלטן וואו דיין ווייב איז יעצט... וכדומה (לאמיר נישט אריינגיין דערין...)
ווער עס וויל לינקס זאל גיין צו
WNYC.ORG (נאכאמאל, איך בין שוואך אין לינקס... אדרבה העלפט מיר ארויס מיט דעם)
קליקן אויף די ברייען לערער שאו, און דארט וועט איר טרעפן די אויבנדערמאנטע שמועס מיט די לינקס דערצו.
דא איז א סייט אנגעפילט מיט פארשידענע טיפּס פאר ווינדאוס אלע ווערזשאנס, און אסאך נוצליכע טריקס
http://www.mdgx.comonly simchas.com
יונגאטש, יישר כח פאר די לינק, איך האב שוין וואס צו טאן יעדן מוצאי שבת אין קאנטרי (אנשטאט דארפן גיין צו ... קויפן פיצא...).
יונגאטש... דו ווייסט נישט וואס דו האסט געטאן מיט מיר... (איין מינוט, איך דארף נעמען נאך א טישו), איך האב יעצט געזען די אלט שטאט קראקא, אוי עס דערוואכן זיך מיר די זכרונות פון מיין פריסטע יוגענט... די קאזשמיערזש געגענט, ווער געדענקט נאך וואו מיר פלעגן יעדן שבת פרי ארומלויפן אויף די שטעגלעך און שפילן אזא סארט שפיל וואס רופט זיך היינט מלאך אדער גלח...
וויי געוואלד מיינע חברים'לעך אלע וואו זענען זיי היינט צוטאג? שיין חלק פון זיי האט היטלער ימ"ש פארברענט, די אנדערע זיצן שוין אין מושב זקנים ליידער, און וואו בין איך???
== עניוועי, יו געט די פוינט, עס איז זייער עמאציאנעל און איך בין באמת איבערגענומען געווארן, יישר כח! ==
They say "a picture speaks a thousand words". These short films speak volumes and gives the viewer a glimpse of what Jewish life was life right before WWII. I love the footage of a park (maybe hydepark) on a Shabbos afternoon where people young and old came to catch a breeze in the long summer day. The kipkes shmiesendig and arguing over who knows what? Maybe over if you should or shouldn't join the communist, zionist, agudah or other movements. Or whether this crazy guy hitler and his poularity in germany is just a fad.
there are 5 films of such kind
1. Jewish life in Cracow
2. Lwow - Lemberg
3. Wilna
4. Bialystock
5. A day in Warsaw
יונגאטש, יישר כח פאר די לינק, האסט באמערקט די קערידזש דארט, עס ברענגט דאך טרערלעך אין די אויגן, ימח שמו דער רשע, ארור המן, ער האט אומגעברענגט די אלע קינדערלעך און ערוואקסענע וואס מען זעט דארט אין די פילמס, פארשאלטן זאל זיין זיין פארשאלטענע נאמען.
שווערן טאג געווען נפחא, הא? וואס איז די גענעבעכאכץ?
יא קרעמערל, זייער א שווערע טאג געהאט...
די גענעבעכאכעץ איז, אז איך דארף ציקימען צי zuma אדורך צישטיפן די טאג.......