היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » 'כטובל ושרץ בידו' א טאגטעגליכע זאך...

'כטובל ושרץ בידו' א טאגטעגליכע זאך...

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1434867

יענטאאש » 23/6/2005 18:34

פעך...!!!! פוי.......!!!!!!! וועעעעך(מיט א דאבעליו).......!!!!!!
יא די מקוה.....!!! פוי........!!!!, 'כ'טובל ושרץ בידו?? ס'איז שוין גארנישט 'כ', ס'איז 'טובל ושרץ בידו', ווי מען דרייט זיך איז פיל מיט חזר'יי, אלע ערליי האר, פיאות האר, בארד האר, קערפערליכע האר, גראדע האר, געדרייטע (קוירלי) האר, פון אלע ערליי קאלירן, שווארצע, ברוינע, רויטע, אראנדזשע, גרויע, ווייסע, בלאנדע, טשערי-בלאנדע, און ס'ענדיגט זיך נישט ביי האר, ס'גייט אסאך ווייטער....
די מקוה איז געווארן עפעס א... איך ווייס נישט וויאזוי דאס אנצורופן, מענטשן טוען דארט אלעס!!!, בארד געקראצעכץ, פיס געקראצעכץ, קאפ געקראצעכץ, מ _ י _ה געקראצעכץ, און וואס נישט.......
מען זיצט און מען שמועסט דארט און מען ארבעט זיך אויס דעם קערפער ווי עס וואלט געווען ביי זיך אינדערהיים.......... פוי!!!!!!! נאכאמאל פוי!!!!!!!!!!..........
פון 'הוטקע' האב איך הנאה, ער האט אמאל ביי א געלעגנהייט געשריבן אז ער רעדט אין מקוה און דער עולם כאפט זיך אן די בייכער פאר געלעכטער "מיט א האנטעך", אזוי דארף מען צו טאן שמועסן אינדרויסן, נישט אין בור!!!!!!!
וואס קיצלט מיך אזוי מיין אקסל....??...., אה א האר האט זיך מיר אנגעקלעפט אין מקוה.........

hutkh » 23/6/2005 18:40

יענטאאש, איך וויל נישט אריינגיין אין די אומגעשמאקע טעמע, אבער גלייב מיר עס איז דא אסאך צו שרייבן דערפון..
געדענקסט מיין שבועות פארטאגס מקוה??? אוי, דערמאן מיר נישט דערפון...

not2bz » 23/6/2005 19:07

יענטאאש איך שוין געזען א בארד וואס האט שווארצע און ווייסע האר און עס קוקט אויס גרויע אבער איין האר זאל זיין גרויע האב מיין איך אז איך האב נאך נישט געזען
אפשר קענסטו אריין סקענען איין האר?
BTW די רוטע האר גלייב איך נשט איז פון הוטקע

hutkh » 23/6/2005 21:35

וויפיל מאל דארף איך בעטן: נישט אריינסקענען קיין מראות...

1potatoe » 24/6/2005 18:39

I try to limit my comments on HydePark, but just

to be helpful I'd like you to know that

you can have your Mikva install the same mechanism as

the DEP employs at its sewer outlets, i.e. a pipe

that releaases a large influx of oxogen into the water

thus deliberating th heair and 'extras' into thin air/ Lots

of mikvaos in the mountains and in BP, Flatbush

and Monsey already have them

yingatchbp » 24/6/2005 19:16

I agree, it works wonders

hutkh » 24/6/2005 21:13

איך כאפ נישט פונקטליך וואס תפוח-אדמה מספר אחד האט דא געשריבן, וואס פונקטליך טוט די מאשין? עס נעמט צוזאם אלע האר און מאכט עס פאר א בארד און קלעבט עס צו צי איינעם פון די מקוה גייער???

אויב דאס איז דער אויפטוה דערפון, מיין איך אז מיין מקוה האט עס שוין לאנג אין באנוץ...

בןהרחמן » 26/6/2005 18:10

דער וואן-פאטעטא (וואן-פאטעטא, טו-פאטעטא, טרי-פאטעטא, פאר, פפיף סיקס סעווען מאור) זאגט אז מען קען אריינלייגן א פייפ געט ארויס אקסיגען און אלע האר און איבריגע שמוץ ווערן פארוואנדעלט אין לופט, איך מיין אז דאס וואלט טאקע געווען א געוואלדיגע אויפטוה, ווייל ביזדערווייל האב איך יעדן טאג נאך די מקוה א אנדערע קאליר בארד,

און דאס וואס 'נישט-צו-פארנומען' האט מעורר געווען אז עס נישט פארהאן קיין גרויע האר, מיין איך אז דו ביזט נישט גערעכט, ווייל איינער וואס האט געהאט א שווארמע בארד און עס ווערט ווייס, איז עס דען אין איין סעקונדע זיך געטוישט פון שווארטץ צו ווייס, איך מיין אז עס ווערט קודם גרוי און דערנאך ווייס, אזוי איז מיין מיינונג.