חנוכת הבית
61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1440488
עההמממממ....... איינס צוויי.......... וואן טו, וואן טו............ טעסטינג טעסטינג וואן טו טרי..... מען בעט דעם גאנצן עולם... [בן זהב: מאך עטוואס העכער דעם מיקראפאון מען זאל קענען אריינהערן אין עזרת נשים...] נאכאמאל, מען בעט דעם חשוב'ן עולם, יעדער זאל זיך אנידערזעצן אויף די באשטימטע פלעצער, מען הייבט שוין באלד אן דעם פראגראם (אלטעבאא קלערט: דער מענטש קען דאך קיין גראדן ווארט נישט ארויסרעדן, "שוין" אדער "באלד"?).
[יעדער זעצט זיך אראפ אויף זיין באשטימטע פלאץ, חוץ שעפעלעזיסע וועלכער דרייט זיך צווישן די טישן... עס קוקט אויס ווי ער זוכט עפעס... אב הרחמן שלעפט אים ביי די פאלעס, זאגנדיג: "זעץ זיך שוין אנידער, מען קען נישט אזוי אנהייבן דעם פראגראם"!]
דער "יושב ראש" הייבט זיך אויף פון זיין פלאץ צו א הילכיגע קלאטשעריי פונעם פארזאמעלטן עולם... פאטש... פאטש... בראווא!!! [דער יושב ראש קלערט ביי זיך: וואס פרייען זיי זיך אזוי, איך האב זיך גארנישט פארגעקוקט... זיי ווייסן גארנישט וואספארא 'דיזעסטער' עס ווארט פאר זיי].
דער יושב ראש עפענט אויף די מסיבה [אכטונג: מיר האבן פרובירט נאכצושרייבן די אלע געלונגענע מייסטערהאפטישע אראטארישע רעדעס "ווארט פאר ווארט". אבער טיילמאל האבן מיר נישט געקענט אויפכאפן די פונקטליכע ווערטער, צוליב די גערודער פון די ספאנטאנע אויסברוכן פון "הורעי" "יעעעעעעעעעעעעי" וואס זענען געקומען פונעם ציבור... און מיר בעטן אנטשולדיגונג דערויף פון די חשוב'ע ליינער].
ברשות פון די חשוב'ע ראשי הקהילה, און אלע נאספים דא, בעלי בתים חשובים, און בני תורה, כל אחד בשמו וב'ניק' שלו הטוב יבורך. וועל איך אנהייבן מיינע ווערטער מיט דברי ברכה: ברוכים הבאים בשם השם!
עס איז מיר א געוואלדיגער כבוד צו דינען אלס "יושב ראש" ביי אט די מסיבת "חנוכת הבית" פון דעם וועלט בארימטן קרעמל "היימישע שטותים", וואס עס איז דאך פקיע שמיה אין די גאנצע וועלט. האף איך טאקע צום אייבערשטן אז איך וועל קענען ארויסגעבן מיינע געדאנקען ווי געהעריג, און שלא יאמר פינו דבר שלא כרצונו.
די צייט איז קורץ, און מיר ברויכן געבן א געלעגנהייט אויך פאר די אנדערע בעלי דרשנים דא, על כן וועל איך נישט מאריך זיין מיט קיין דרושים ופלפולים, נאר צוטרעטן גלייך צום ענין.
ווי איר אלע ווייסט איז ביי די אסיפת הקהילה פאריגע וואך פארגעקומען וואלן, און די איבערוויגענדע מערהייט פונעם ציבור האט געשטימט פאר א טויש. דער דעת פון רוב קהל איז געווען אז מיר זאלן אויפהייבן אונזער גאנצע קהילה מיט אלע אירע בנינים, און דאס אריבערפירן על כנפי נשרים צו א מער אויסגעהאלטענע געגנט, און אזוי האבן מיר געטאן!
זעלבסט פארשטענדליך אז דער טויש איז אונז נישט גרינג אנגעקומען... [בן בלי שם הייבט אן פרעגן זיינע שכינים אויב זיי האבן נישט פערצופאל אן איבריגן 'טישו'...] אויב א מענטש איז איינגעגלידערט אויף א פלאץ – דארט האט ער זיינע חברים און באקאנטע, ער קען זיך אויס מיט די וועגן און שטעגן דערפון – איז אים זייער שווער זיך אריבערצוציען צו א נייעם מקום... ער מוז אפהאקן מיט זיינע אלטע קאנטאקט מענטשן, אנקניפן נייע באציאונגען מיט די לאקאלע שכינים פון זיין נייעם וואוין ארט. דאס איז נישט גרינג!
אבער... ההכרח לא יגונה, דאס געגענט ווי מיר האבן געהאט אונזער קרעמל איז געווען א מקום סכנה. עס פלעגט צומאל זיין א פחד אליינס ארויסצוגיין אויפן גאס, צוליב מורא מען זאל נישט פארכאפט ווערן פון די בייזע עלעמענטן וואס בושעווען דארט ארום אין די מאסן. על כן האבן מיר זיך אויפגעהויבן און געמאכט פליטה... מיר זענען אנגעקומען צוריק צו אונזער אלטע געגנט המכונה "חברה וקהילה", וואס האפנטליך וועלן אלע מיטגלידער פון די קהילה זיך מיט דער צייט אריבערציען אהער, און מיר וועלן אינאיינעם אויפבויען דאס פלאץ נאך שענער ווי פריער.
[דער יושב ראש שטעלט זיך אפ, און רופט אויס מיט יראת הכבוד: ברוכים הבאים ר' בעקיטשע, קומט ארויף... עס פאסט נישט... קומט נענטער... (דער עולם שטעלט זיך אויף מלא קומתו ווי עס פאסט פאר אזא חשוב'ע גאסט)]
במשך די מסיבה וועלן מיר האבן די זכיה צו הערן גאר ווארימע רעדעס פון טאלאנטפולע בעלי דרשנים, וועלכע וועלן – זה בכה וזה בכה – ארויסברענגן די התרגשות פון אונזער עדה הקדושה צו דעם שינוי מקום אונזערן. אלס יושב ראש וועלן מיר נאר אין גאר קורצע ווערטער איבערשמועסן די השתלשלות הדברים, די פאסירונגען פון אונזער קהילה נאה וחשובה, מיום הווסדה ועד היום הזה.
[יענטאאש – דער ראש הקהל – שיקט אונטער א צעטל וואס ליינט זיך ווי פאלגענד: "קום שוין צו צום פינטל, דו רעדסט און רעדסט און זאגסט גארנישט" (דער יושב ראש קלערט: גרויסער צולייגער וואס ער איז, לאמיר זעהן וויאזוי זיין דרשה וועט אויסקוקען...)].
{יושב ראש ווערט פארסאפעט, כאפט א גלעזל לעמאנאדע, ביזדערווייל גייט דער ראש הקהל צו צום מייק, פאררעכט דאס לויט זיין הויכקייט, און נעמט דאס ווארט:}
[מען רופט אויס: ווער עס האט געדאבל פארקד א קליינע שווארצע קארעלע אינדרויסן פון זאל מיט די לייסענס פלעיטס "not2bz" זאל מוחל זיין ארויסגיין, עס שטערט די פארקער אויפן טראטואר].
{איך בעט אלע חשוב'ע רעדנער זאלן אליין ארויפלייגן דא זייערע דרשות}
תוקן על ידי - kraitchmer - 17/11/2005 3:10:58
מורי ורבתי
אלץ געוועזענער ראש הקהל, אין איצטיגער ארויס געווארפענער ראש הקהל, וועל איך נעמען דאס ווארט אין גאר שטארק מקצר זיין,
יהא רעווא מען זאל זיך שנעל צוריק איינארדערן דא מאכט זיך באקוועם יעדער זאל ארקענענן זייו פלאטץ ווי ער באלאנגט אין הייבטס אן גיסן בשפע תגובות וגם אני בקטן בתוכם וועל נעמען דאס ווארט פין צייט צי צייט
יעצט וועט מען סערווירן די זיפ
מורי ורבתי
דער חשבער מנהל האט מיר געריפן אין א זייט אין געבעטן אז עס פאסט נישט אין אזא ציווילעזירט ארט צי האבן אזא נאמען ווי HO..
ממילא וועל איך מיך זיכן א נייעם נאמען וואס עס פאסט פאר אזא הויכע געשעצטע אוידיענץ
פארשטייט זיך אז איך קען נישט ניצן דעם ניק פין "חדשות אנ"ש"[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי - hot_4hot - 27/06/2005 19:05:57
ברשות רעב הוטקע שליט״א, ראש הקהל, הגבאים כל הקהל הקדוש...
איך בין נישט קײן רעדנער ממילא װעל איך נישט דרשענען. אפאר דברי ברכה װעל איך יא זאגן.
דער פסוק זאגט "כי תבנה בית חדש ועשית מעקה לגגך". זאגט רש״י כי תבנה בית חדש - אם קיימת מצות שלוח הקן סופך לבנות בית חדש ותקיים מצות מעקה, שמצוה גוררת מצוה, ותגיע לכרם ושדה ולבגדים נאים. לכך נסמכו פרשיות הללו:
מ'קען זאגן בדרך צחות אז אזױ װי מיר האבן מקײם געװען שלוח הקן, אין ארױסגעװארפן די פײגל פון קאפ, האבן מיר זוכה געװען איצט צו א בית חדש. און אז מיר װעלען מאכן א מעקה אין זיך האלטען צו די גדרים וסיגים, װעלען מיר בעז״ה זוכה זײן צום כרם שדה ולבגדים נאים.
איך װיל נישט אױפהאלטן דעם עולם, װעל איך איבערגעבן די מײק פארן נעקסטן רעדנער.
אקעי! שױן געניג געקלאטשט. די זופ װערט קאלט
היייבטס נישט קיין הענט! רור מיר נישט צו! שאאאאא..................... הער אויף!!......... לאז אים ער וויל אויך רעדן.. הער אויף!! מחוצפים!!!!........... שאאאאאאאאאאאאאאאאא................. לאטס אים גיין!!!........... הערטס אויף!!!!!... גיי דיר! שיכור די לעבסט נאך???????????.......................... פויויויויויויויויויויויויויויויויויוי!!!!!!!!!!!!!!!..........ארויססססס...... חזיר איינער!!!!!!!!!!!!
(הוטקע:) נו, לאמיר שוין הערן וואס ער האט צו זאגן, לאטס אים צו.......
שששששששששששששששששששששששששששששששששש - (יושב ראש:) אונזער אלעמען באקאנטען ממילא2 וויל זאגן אפאר ווערטער, מ'בעט דעם עולם, ששששששששששששש............ נו הערטס אויף!!!!!, מ'בעט זייער מ'זאל גיבן צוויי מינוט........ האאאאאאאאאאא החחחחחחאאאאאאאאאאא חחחחאחחאחחחחאחחאחחחחחחחחחחחח האאאאאאא!!!!!!!!
שששששששששששש.... מורי ורבותי, (עולם: הא הא הא הא הא הא......... ששששששששששששששששששששששש...........) איך וויל דא פרעגן א אפענע פראגע, נאךדעםוואס אונזער רב הוטקע האט באשלאסן צוצומאכן דעם פארום, פארוואס לעבט עס נאך?
מען ציט זיך אריבער מיט א התחדשות, וואס גייט דא פאר??????????
און ששששששששששששש,........
אייןמינוט!!!!!!!! איךוויל אייך איין זאך פרעגן וועט איר אלע מיך גערעכט געבן!!!
(עולם: וווואאאאאאסססססססססס????)
אימיצער קען מיר ענטפערן ווי איז יענטאאששש?????? ער איז דאך דער עיקר בונטערווער דא, ווי איז ער? פארוואס רעד ער נישט? פארוואס זיצט ער נישט דא????????
(עולם שטייט געפעלעפט מיט אפענע מויל.......... אלעס איז שא שטיל.......... פלוצלינג:)
הצלההההה!!!!!!!!!!!!!!!
ראטעוועטטטטטטטטטטטטטט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! וואסערררר!!!!!!!!!!!
(הוטקע ליגט אויסגעשפרייט אויפן דער ערד אינגאנצען בלאס און דערשראקן............, פון אלע זייטן לויפט מען אים צי דערמינטערן......... טישן און בענק פליען, אלעס דרייט זיך...........)
"פארוואס זאלן מיר אים דערמונטערן דער בלאפער?" שרייט מען פון אלע זייטן..........
נו!!! יודיש בלוט איז נישט הפקר!!! העלפט!! ברענג וואסער!!!!!!!!!!
(אפאר מינוט נאכן דערמינטערן) שששששששששששש על פי בקשתו פונעם רב וויל ער זאגן אפאר ווערטער:
שששששששששששששששששששששש..................
איך וועל מודה זיין על האמת.................... (דער גאנצער עולם שיסט אויס אין א געוויין) עעעעעהההה, אויוויי עעעעההההההההההה חעע עעעעעעעעעעעעהההההההההההה, וואס וועט דא זיין? ממילא2 די האסט מיר מנצח געווען יא! איך בין דאס יענטאאששששששש!
עעעעעעההההההההההההההההה עעעעעעההההההההההההההה
(די זאל ווערט אינגאנצען אויסגעליידיגט אלעס לויפט ארויס, אינדרויסן טוט זיך קופקעס, יעדער שמוסט וואס האט פאסירט?, אזא בלאפער? מער זענען מיר נישט זיינע חסידים)
(הוטקע רעדט פאר די סערווירערס מיט צוגעמאכטע אויגן:) יא, איך ביןדאסססס עעעעעעעעעעההההההההההההה.......................
איך בעט אייך, שרייטס מיר נישט נאך!!!!!!!!!!!!!!!
איך גיי מער נישט........ עעעעעעעעעעעעההההההההההההההההההההההההההההההההה
שששששששששש.........שששששש
ס'זאל זיין שטיל שששששששששששששששש...
אלעס גייט צירוק צי די פלעצער..צירוק צי די פלעצער.
יעדער האט געזען די שפיצל וואס ממילא האט געוואלט אנדרייען דא געברענגט א מענטש פארשטעלט ווי דעם ראש הקהל ער זאל זיך כלומפעריש מודה זיין!!!
מען וועט דאס נישט צי לאזן!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
דער ראש הקהל קימט באלד אריין אין נעמען דאס ווארט
ששששששש מען ברענגט די פלייש.........יעדער זעצט זיך אראפ
שירה גייט זינגען,ני הייבטס אן
תיכף נאך די פלייש ייעט מען האבן די זכיה אז בןגאלד גייט אויפטרעטן עס ווערט ערווארטעט אז די מאן אין ווייב זאלן ביידע ציזאמען רעדן......
דערנאף וועט המזמרים ממשיך זיין בנגינה
תיכף דערנאך וועט מען האבן א סופרייז....................
דער ראש הקהל אינאיינעם מיט יענטאש גייען אויפטרעטען..............
אזוי עס וועט מקוים ווערן עפרי לפומיה וואס זאגן שהם אחד
ויסכר פיו דוברי שקר
who is singing over ther "shira" or hamzamrim????
Don't you see? On the right side….. look….. over there…. Yeah…… okay this is shirah…………. Now look on the left side…… you see???????? This is hamazamrim
פארשוויצט און פארסאפעט בין איך קוים אנגעקומען נעכטן צום חנוכת הבית, א גאנצן טאג -בעסער געזאגט א גאנצע וואך- בין איך געווען פארנומען מיטן ארלעדיגן אלעס פאר די נייע פראכטפולע 'הוטקע שול', כ'האב געדארפט ערלעדיגן די פערמיט'ס, אויסריכטן די שול מיט אלע באקוועמליכקייטן נישט אז דער עולם זאל אנקומען מיט תערומות 'למה העליתנו מארץ זבת חלב ודבש', עכ"פ איך בין געווען פארנומען א גאנצן טאג און ניטאמאל בין איך אנגעקומען צו נעמען א שויער, קוים האב איך זיך אביסל צורעכט געמאכט די פיאות, אויפגעפיקט די 'יענטאאש'טע' און מיט פרייליכע טריט בין איך אנגעקומען צום חנוכת הבית.
אנקומענדיג האב איך אן קיינעם פרעגן גלייך אזוי נאטוראל ארויפשפאצירט אויפן אויבן אן, כהאב זיך אראפגעזעצט אויף א בענקל און ארויסגעלאזט א לאנגן אויסגעצויגענעם אטעם ווי צו זאגן 'אוי האב איך געארבעט..... פיינעלי מ'איז פערטיג', איך בין נישט געווען צו שטארק צופרידן מיטן 'יושב ראש', לכתחילה האב איך אליין געווואלט אנפירן מיטן פראגראם, אבער נאך א לאנגע שפאציר שבת נאכמיטאג האט מיר די 'יענטאאש'טע' ענדליך אויפגעקלערט אז ס'איז געקומען די צייט 'להרים אתת ראש 'יענטאאש', 'גענוג האסטו געארבעט שווער' האט זי גע'טענה'ט 'יעצט זאלסטו זיצן ווי א ראש הקהל אויפן בענקל', האב איך איר טאקע געפאלגט כ'האב זיך געזעצט אויפן בענקל מיטן רוקן אויף ריקווערטס, און ארומגעקוקט אויפן ביהמ"ד און אויפן עולם, ווען עמיצער איז צוגעקומען רייכן די האנט האב איך אים געענטפערט מיט אזא דריי-פערטל שמייכל, בקיצור כ'האב זיך אויפגעפירט ווי א ריכטיגער 'ראש הקהל', עכ"פ אזוי האט מיר מיין יענטאאש'טע געזאגט ווען זי האט מיך אריינגערופן אויפן סעלפאון אינמיטן די מסיבה.
איך זיץ אזוי פארטראכט ווען פלוצים איך גלייב נישט וואס איך זע..... ' דער שווארצע-ליבהאבער ממילא2 ' איז דא... זאל איך אים ארויסווארפן?..... עה...., הםםםםם.... ער גייט ארויף צום מייק..... איך רוף צו 'בןגאלד' און איך רוים אים אריין אין אויער 'איגנאריר אים לאז אים זאגן וואס ער וויל און טון וואס ער וויל', פארוואס וועט איר פרעגן?, הערט וואס איך האב געטראכט מיט מיין ראש הקהל'ישן קאפ, אויב א מענטש האלט ביי א מצב אז ער גלייכט שווארצע.... נו זאל איך 'יענטאאש ראש הקהל' מיט אים זיין א 'בר פלוגתא'?....., איז ער טאקע ארויף, און ער האט גערעדט, און ער האט אין זיין פאנטאזיע פארגעשטעלט א שפיל שרייענדיג און קוויטשענדיג מיט פארשידנארטיגע גרימאסן און מעכאניקעס מיט די האנט און די פיס, בעת דער עולם איז געזיצן און זיך געקייכעט פאר געלעכטער אזש אז 'בןהרחמן' און 'נאט-טא-ביזי' האבן אפילו געבראכן פאר געלעכטער און מען האט געמוזט רופן 'דטרבקו' זאל אויפקלינען מיט א מאפ, און שוין, ס'איז געווען לעבעדיג פאר אפאר מינוט....
מ'האט געזינגען שיינע ניגונים, און דער עולם האט זיך ביסלעכווייז בארואיגט, ענדליך איז געקומען די רייע אויף מיין דרשה..... כ'האב זיך אויפגעשטעלט פון מיין פלאץ, גערייכט די האנט מיט 'רעב הוטקע'ן', און צושפאצירט צום עמוד.
פאטש...!!!! פאטש...!!!! פאטש...!!!! יעס!!!!........ וועעעעעעעע!!!!!!!!.......... האבן זיך געהערט הילכיגע אפלאדאמיסטן און געשרייערייען אין זאל וועלכע האט אנגעהאלטן פאר א לענגערע וויילע.....
איך קום אן צום עמוד, איך שמיר ארויס די צעטלען פון טאש, און אט איז מיין דרשה:
'ה...כ...חע...הע...האם'......... האב איך געגעבן א קורצן הוסט..... 'שכויעך' ..... שששששששששש.......
די וואך אין די סדרה...... (אוי כ'האב געמאכט א טעות וואס טו איך?... אפשר לאמיך געבן נאך א הוסט... 'פאטש!!!! פאטש!!! פאטש!!!...... יעעעעעעעעעעעע!!!!!!!!!!!!......' אה נאך א מזל דער עולם האט באשלאסן צו איבערהאקן מיט פרישע אפאדלאמיסטן ..., לאמיך אנהייבן נאכאמאל....)
ברשות הגבאים (כ'בין שוין איינמאל קריטיקירט געווארן דערוועגן, האב איך עס יעצט געזאגט די ערשטע), הרבנים הגאונים (דערמיט האב איך געמיינט 'רעב הוטקע'), ראשי ישיבות ותלמידיהון, חשובע בעלי בתים ואברכים, העזרת נשים (געצילט צו מיין יענטטאשטע און די בת-גאלד), הקטנים והגדולים, פון אלע סייזעס (מיט דעם האב איך אויך אינקלאדעט די 'פעטע קאפל וואס זוכט הילף'... איר געדענקט נאך?), וברשות כל הקהל הקודש הזה, איך האף אז איך האב יעדן אויסגערעכנט כל אחד בשמו יבורך, איש על מחנהו ואיש על דגלו, וחסד השם מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים..... (וואס האסטו יעצט צאמגערעדט יענטאאש?!, זיי נישט קיין בהמה זאג וואס עס שטייט אין צעטל און ווייז נישט קיין חכמות.....).
די וואך אין די סדרה שטייט, (אך... וויאזוי נאר?... אה...), קרח בן יצהר בן קהת בן לוי (איך האף כ'האב עס גוט געזאגט...), פרעגט דארט רש"י, אז פארוואס שטייט נישט בן יעקב?, ענטפערט דארט רש"י, אז יעקב אבינו האט געבעטן 'בע..מיק..' (אך פארוואס האב איך עס נישט געפינטעלט... בטלן...) 'בעמיקהאלאם אל טייחאד כעבוידי', אז מען זאל אים נישט אויסרעכנען ביי די מעשה פון קרח, ביי אונז דא יעצט, קען מען אויך זאגן, ב"ה מ'האמיר זוכה געווען אז (אוי נאכאמאל....) 'בעמיקהאלאם אל טייחאד כעבוידי', ווען מען קוקט אויף אונזער קהילה, ווי אונז געפון מיר זיך זאל מען נישט זען דעם אדרעס 'ס"מ וכל השאר', (שוין ענדליך געענדיגט מיט די תורה...), מיר זענען אסאך העכער פון דעם!, (מיין שטימע ווערט העכער און קלארער) און יעצט אז מיר האבן דערגרייכט דעם געהויבענעם מאמענט וועלן מיר זיין נאך אסאך אסאך העכער!.....
ב"ה אין די לעצטע טעג קען מען זען, דער עולם האט ב"ה הצלחה אין די ביזנעס, אלעס ווייל מיר האבן זיך אפגעשיידט פון די טריפה'נע שטאט, דער עולם איז אסאך רואיגער איבערהויפט 'רעב הוטקע' זאל זיין געזונט, אדרבא זאגט מיר: ווי האט אמאל 'רעב הוטקע' געהאט צייט זיך אראפצוזעצן אין פארק???!!!..........
'פאטש...!!!! פאטש...!!!! פאטש...!!!! יעס!!!!........ וועעעעעעעע!!!!!!!!..........' דער עולם שיסט אויס אין הילכיגע אפלאדירונגען......
מיר האפן.... נו רבותי נאך איין מינוט ששששששששש.......... מיר האפ...... נו איין מינוט..... מי... ששששששששששש........ (ענדליך מען בארואיגט זיך...) מיר האפן אי"ה אויף אסאך שינויים לטובה, סיי וועגן די 'טשאלענט', (עולם: אהההההה...!!!!!!..., בןהרחמן: יעעעעססססס!!!!!!.....) סיי וועגן די מקוה (עולם: אהההההה...!!!!!!....) און אזוי אויך אין פילע זאכן, דער עיקר איז דער עולם זאל זיך האלטן צוזאמען!, און דער אייבירשטער זאל העלפן!!!!... (דא ווער איך שוין איבערגעהאקט מיט הילכיגע געקלאטשעכץ און געשרייעכץ, איך מאך נישט שטיל נאר איך הייב העכער מיין קול מיטשרייענדיג מיטן שטראם...) אז מיר זאלן זוכה זיין...!!!!!!! צו לאנגע יארן מיט 'רעב הוטקע' צוזאמען!!!!!!!.... (יחי......!!!!!!!!!!!!!!!!....) ביז דער גואל צדק וועט קומען!!!!!!!!!..... אמן!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!.........
די מוזיק ברעכט אויס מיט לעבעדעיגע ניגונים און דער עולם פונאדערגייט זיך אין א פייערדיגן טאנץ....., איך גיי רייכן די האנט מיט 'רעב הוטקע' און דאן כאפן מיר זיך אן ביי די הענט און מיר פארגייען זיך אין א שפרינגענדיגן טאנץ אויפן אויבן אן פאראורזאכענדיג געשרייען און קלאטשערייען אויף א ריזיגן פארנעם פונעם גאנצן עולם......
אזוי האט מען געטאנצט פאר א לענגערע צייט.....
תוקן על ידי - יענטאאש - 28/06/2005 0:40:53
זייער שיין! קיינער מאכט זיך נישט וויסנדיג פון מיר. איך קען מיך נישט אפרעדען ווייל סזעט אויס וו איך מאך מיך אויך נישט וויסענדיג פון ענק ווייל איך שרייב זייער ווייניג, אבער ווי די מנהל קען עדות זאגן בין איך זייער אפט דא, נאר איך קען נעבעך נישט שרייבן, וועגן דעם ...
און איך נעם אן באהבה די גזירה אז מען וויל מיך ארויסווארפן (נישט מיך נאר די לאוולי-ניק..) ווייל באמת איז מיין אייציגע ציל וואס איך בין דא געווען (מעג איך שוין אויסזאגן?) שוין מער נישט נוגע...
יעצט זאג מיר א נייע ניק וואס איך זאל קענען נוצן דא.. (נישט אלץ מנהל משנה וואס איך ווייס נישט אויב איך וועל נאך האבן דעם כבוד צו דעם, נאר אין די נייע פורום..(
יושב ראש נעמט צוריק דאס ווארט:
יישר כח מעומק הלב פאר די חשוב'ע רעדנער כל אחד בשמו הטוב יבורך, ר' הוד שבהוד [איך וואלט נישט געמאכט קיין עסק פון קיין ניק'ס... אבער אויב איר טוישט יא דעם ניק, זייט מוחל און מעלדט איין דעם טייערן ציבור, שרייבט ביים ערשטן תגובה: אני 'פלוני' מלפנים 'הוד שבהוד'] וועלכער האט מיטגעמאכט א ווייטע נסיעה ביז ער איז צוריקגעקומען דא אהער.
און אפילו פאר ממילא2 וועל איך זיך באדאנקען טראץ דעם גרויסן גערודער וואס ער האט פאראורזאכט דא שלא לצורך.
אן עקסטערן דאנק פאר 'יונגאטש' פאר די ווארימע דברי ברכה, יה"ר אז ער זאל טאקע אויך זעהן ברכה והצלחה בכל אשר יפנה.
און אחרון חביב דער חשוב'ער ראש הקהל זאל לעבן מר. יענטאאש, וועלכער האט מיט זיין גרויס געניטשאפט אנגעפירט די מסיבה פון הונטער די קוליסן, מ'קען זאגען אז ער האט אריינגעלייגט דערין ממון ודמים, צוזאמען מיט די בני בית 'יענטאאש'טע שתחי', זאלן זיי טאקע זעהן אסאך נחת ביי זייערע אלע יענטאאש'לעך, ס'זאל שוין זיין...
יעצט וועלן זיך באדאנקן פאר די משפחה פון 'בויבעריק' פארן צושטעלן די סעודה לעילוי נשמתו, זאל ער טאקע זיין א מליץ יושר פאר זיך און פאר אלע... (עס איז נתנדב געווארן בשותפות מיט נאך אנדערע משפחות וועמענס קרוב איז נעלם געווארן ווען מיר האבן געטוישט פארמאט, אבער מיר געדענקן ליידער נישט אלע נעמען, ואתכם הסליחה).
באסעס קיין היידפארק וועלן פארן יעדע פופצען מינוט ביים קארנער.
א גוטע נאכט, אויף ווידערזעהן אי"ה.
אהה, איין מינוט, שששששששש... מיר ווילן וואונטשן פארן עולם א געזונטען זוממער, דער עולם גייט דאך אודאי אויף וואקאציע, זאל יעדער זיך פיין אויסרוען, שעפן פרישע כוחות, צוריקקומען געזונטערהייט ללמוד וללמד לשמור ולעשות!!
If the time will allow. After hutkh's speech I will read you the letter whet the president sent to the grand re-opening of
היימישע שטותים איך בעט פון פארויס מחילה אויב דיינע ציין וועלן זיך צוברעכן ביים ליינען מיין דרשה...
אזוי ווי דער דיין דמתא דער חשוב'ער מנהל האט געבעטן אז יעדער דרשן וואס האט גע'דרש'נט ביים חנוכת הבית זאל זאך מטריח זיין און ארויף לייגן דא די דרשה...
וועל איך מקיים זיין די מצוה פון ועשית ככל אשר יורוך...
איך וועל טאקע נישט מאריך זיין מיט גרויסע הקדומת, נאר איך וועל צו גיין גלייך צום דעם זאך.
(איך לאז היבער פארן גרויסן שפעציעליסט דער חשוב'ער מנהל זאל פארשטעלן פארן עולם די פאצעריי און געשריי וואס איז פאר געקומען אין זאל ווען מען האט אויס גערופן: "גם_זו" איז מכובד מיט רעדן.......)
מורי ורבותי .....(וואס פרעסטמען דארט מיט אזאן אפעטיט ???... מען וואלט גימעגט האבגעבן דעם כבוד פאר אזאן חשוב'ער גאסט ווי מיר....!!!...)
מורי ורבותי....( אהההה... איך גיב זאך אכאפ... דער עולם פשוט הערט מיר נישט רעדן די מייקרעפאן שטייט גאר אין דער אויעך פון מיין גארטל... לאמיר נאר דא א הייב טאן דעם שטעקן פון מייק... האט אזוי.. יעצט איז דאס גוט...פונקט אין דער אויעך אנטקעגן מיין וואנטזע... איך ווונדער זאך פארוואס איז געשטאנען דער מייק אזוי נידעריק.???....אההה..ממילא. ממילא ער האט דאך פריהערט גירעד...נו נו ער איז דאך טאקע אנידעריגער יונג...!!!...)
מורי ורבותי..(סוף סוף קוקטשיין דער עולם אויף מיר...) ברשות מורנו ורבנו הרב רעב האטקע..(........ !!!!!!......!!! ------ .....!!!!!.....!!!!!...)
וברשות דעם חשוב'ער ראש הקהל ר' יענטאאש (.........!!!!!!.......!!!!!.......!!!!..........!!!!)
וברשות כל הק..(העפעס היימיצער בורצעט מיר אריין אין אויהער(אוזן) לאוולי !!! לאוולי !!!.....איך גיב עם אווינק מיטן קאפ לאמור, אז איך האב פאר שטאנענען.... אן אשפיציעלער "ברשות" פאר לאוולי...)
וברשות דעם חשוב'ער נגיד...(ווייטער בורצעטער אריין אין מיין אויער נישט נגיד!!! נישט נגיד!!!.....מנהל משנה! מנהל משנה!... איך גיב א בליק צום מזרח אויף האטקע'ס פלאץ(מקום) זיי איך ווי ער ווינקט מיט קאפ צו אראפ לאמור, אז דער בורצער האט רעכט... פאר איך האב אנגעיאגט זיך צו צוריקדריין צום עולם האב איך באמערקט די בייזע בליקן פון יענטאאש לאמור, "האכן וויי צו דיר" .... !!!... ???...ווי גיט מען זאך יעצט אן עצה...???...מי וועט גיין אויף א פשרה!!!..)
וברשות דעם יעצטיגער מנהל משנה לאוולי (.!!!)
וברשות כל הקהל הקדוש ....
אפתח בכבוד האכסניה, ווי עס שטייט אין משנה פותחין בכבוד האכסניה תחילה.....מיר געבן האפ אן הערציגן דיינק פארן חשוב'ן מנהל (........!!!!!!!!......!!!!!!!!!......!!!!!!..)וואס פירט און פארפירט האט די חשוב'ע אכסניה .......... ... ... ...
מיר וועלן נישט מאריך זיין בשבחו, אזויווי עס ווערט גיבריינגט אין די הייליגע ספרים הקדושים אין אומרים שבחו של אדם בפניו...
בכל אופן כדי צו יוצא זיין אנדערע ענינים וואס ווערן אויך גיבריינגט אין ספרים הקדושים וועלן מיר זינגען אן הערלאכן ניגון לכבוד פון אונזער גהויבענער "רב"...
די מזמרים ווערן גיבעטן ארויסהעלפן מיטן ניגון.....
---אז דער רבי גהייט--- ...פאצט!!!...פאצט!!....---ציטערן די ווענט---...הייבטזאך...!!! ..הייבטצאך...!!!..---און אלע חסידים פאצ-פאצן מיט די הענט---.......!!!!...!!!.....נאך אמאל ברידער..---אז דער רבי גהייט---(דער עולם איז אין די עולמות העליונים...מען שטייט און מ'פאצט אן א אופער....דער עולם רייסט פון זיך שטיקער..מען טאנצט מיט גרעסטע כוחות....)---ציטערן די ווענט---.......!!!!!!.......!!!!!!......!!!!!!...---און האלע חסידים---...( איך דריי זיך אויס צום זייט, און איך זעה ווי האטקע'ס פנים שטראלט פון נחת, ער שמייכלט צו מיר און ווינקט מיר מיטן האנט ...געב נישט האף..זייט ממשיך מיטן ניגן...)...---פאצ-פאצן מיט די הענט---....עולם!!!....עולם!!!....עולם!!!... שלאפט נישט!!!....פריילאך...... לוסטיג.....לעבעדיג......אפ...אפ...אפ...לעבעדיג!!!......לעבדיג...---אז דער רבי---אז דער רבי---אז דער רבי גהייט---פאטץ!!!....פאטץ!!!.......!!!!!.(במקרה'דיג האב איך אבליק געטאןאויפן ווייבער שול באמערק איך ווי איינער קאלעטזאך דארט פון געלעכטער....ווער איז די אידינע???.?.אזוי נישט צניעות'דיק צו זיין????...לאכן אזוי גראב אויפן קול?!?!...היתכן?!?!?!.....אההההה....דאס איז "ריבי" !!!!.....נו..נו..נו..נו...העקלדיג!!!!..)....!!!!...טאנצט!!...טאנצט!!!..---ציטרן די ווענט---לעבעדיג!!!...לוסטיג!!!!....לעבדיג!!......לעבדיג!!!..---און האלע חסידים......און האלע חסידים....און--האלע--חסידים-...פ א צ ן מ י ט ד י ה ע נ ט.....שכוייח זעצט אייך אראפ..(דער גאנצער עולם זעצטזאך, ידער איינער אויף זיין פלאץ....איך בין ממשיך מיט מיין דרשה..)
און פינקט אזוי, איז טאקע דער רבי ארויס געגיינגען צוזאמען מיט האלעמען פון מקום אסור, און אריינגיגיינגען צו מקום מותר...
מורי ורבותי, מיר גיפינאן זאך יעצט אין גאר הגיהייבענע שעה, אינזערע יעצטיגע שמחה וואס באצייכנט אפרייד מיט א ליבשאפט וואס ליגט ביי אונז צו טאן גוטס און האפלאזן שלעכט, האט מעורר געווען דעם מידת הרחמים און בריינגט אראפ גרויסע השפעות. אז א איד און בפרט אז אגאנצע קהילה אין איינעם נעמצאך אן צו טאן גיין אין נאר גוטע דרכים פועל'ט האס אין די הימלען גאר גרויסע זאכן ...
יעצט איז די צייטוואס ידער איינער פון אונז קען זאך אויסבעטן מיט אלץ וואס ער דארף. אזוי ווי עס שטייט גישריבן אין סידור "סור מרע ועשה טוב בקש שלום ורדפהו"
מיר האבן מקיים גיווען דער "סור מרע" מיט דעם אפלאזן דעם ס"ם, און מיר טוהען "עשה טוב" מיט דעם וואס מירהאבן זאך פאר זעצט אין חברה וקהילה( ..ממילא קרימט מיטן נאז...), "בקש שלום"איז טאקע יעצט די צייט צי מתפלל זיין זאל זיין בייהאלעמען שלום, ( איך מערק אז יענטאאש האט מיר אריין געשטיפט העפעס א צעטל,....לאמיר א קוק טאן וואס ער וויל.... שרייבט ער:...האסט מסתמא געמיינט צו זאגן ורדפכהו מי א "כ" נישט ורדפהו אן א "כ"..!!!......איך גיב א נעם ארויס א פענע, און כ'שרייב אויפן צווייטן זייט פון צעטל : דעס מאל וועלן מיך זאך טיינען ביי בן הרחמן... איך האב ביי עם קרדיט!....איך שיק האס צוריק פאר יענטאאש....).. "ורודפהו" אונז זענען מובטח אז דער באשעפער וועט רודפ'ן צו מקיים זיין אונזערע בקושות...
איך וועל הענדלאך מסיים זיין מיט א עקסטערע שכויח פארן ראש הקהל. און פאר אלעם וואס האבן צו געהאלפן צוצושטעלן האט די שמחה.
אמן ואמן בב"א..
יושב ראש:
מיר ווילן זיך באדאנקן פאר די ווארימע דיבורים פון הרב נחום איש גמזו, וואס טראצדעם וואס ער איז נישט צוגעוואוינט צו רעדן אין אונזער שפראך, האט ער זיך מטריח געווען מיט איבערמענטשליכע כוחות כדי דער עולם זאל פארשטיין זיין רעדע, זאל טאקע השי"ת אים שענקן אלעס גוטס, אזוי ווי עס שטייט "בקש שלום ורדפכככככהו"...
[יושב ראש רוימט אריין פאר גמזו אין אויער: "פותחין בכבוד אכסניא" איז נישט קיין משנה, עס איז א גמרא אין ברכות ס"ג ע"ב...]
יושב ראש איז ממשיך:
מיר זענען שוין גרייט אריינצוברענגן די קאמפויט (אוי, פארגעסן צו סערווירן די צאנט... גמזו וואס איז מיט דיר געשען?) אבער מיר ווארטן נאך אז דטרבקי זאל פארליינען די בריוו פונעם פרעזידענט בוש!
[נאכדעם וועלן מיר ווארטן מיט געדולד פאר די ענגלישע רעדעס פון בן בלי שם מיט שעפעלעזיסע].
(הערה: די דרשה האב איך נאך געוואלט ארויפלייגן פאר מיין אויפנאמע, נאר 'בןגאלד' האט זיך עפעס פאר'פעניע'ט מיט די טעיפ'ס האט עס געדויערט ביז איצט, ואתכם הסליחה)
------------
(איך הייב זיך אויף און איך גיי צוריק צום מייק)
(ווידעראמאל הילכיגע פאטשערייען כדלעיל.....)
איך רוק צו דעם מייק צו מיין מויל..... (פעך..... דער 'גם_זו' האט עס איגאנצן אנגעשפיגן...... פוי..... איך נעם ארויס א טישו (וואס איך האב נאך זייט 'הוטקעס' געזעגענונגס בריוו) איך וויש אפ דעם מייקראפאן.... אקעי........
מורי ורבותי פאר אפאר מינוט נאר וויל איך רעדן אפאר ווערטער אין די ענגלישע שפראך....., וואס?..... איך הער נישט וואס זאגסטו 'בןגאלד'....????..... אה..... אוי.... אקעי..... עעעעם..... קודם כל א גרויסן דאנק פאר די הערליכע 'פעפעריקע' דרשה פון ר' 'גם_זו'...... און ווי אויך פאר דעם פריילאכן לעבעדיקן זמר......
איי וואד לייק טא סעי עי פיו ווארדס אין ענגליש, לעידיס ענד דזשענטעלמענס, וויט דע פערמישאן אף דע געבאאים, דע רעבי, ענד דע האול קראוד הא געדערד הער טא נייט, איט איס מיי גרעיד האנאר ענד פריוועלידזש טא וועלקאם הער סאם ווערי נייס פיפאל, הא אר דער טאנייט, ענד דעי ווער דער פאר אס דע האול וועי העלפינג אס וויט עוורי טינג וויט גרעיט דזשואיש הארץ ענד געפיל, פערסט ענד פארמאסט עוורי באדיס בעלאווד ענד עוורי באדיס פרענד, דע גרעיט 'נעימלעסס' !!!!!!!!!!....... (וועעעעעעעעעעעע.... ווי....!!!!!!!!!!!!!!!....... נעימלעסס!!!.... נעימלעסס!!!.... נעימלעסס!!!....), ענד דען אוער גרעיט 'שעפעלעזיסע' פראם הא ווי דידנט הער פאר עי לאנג טיים ענד ווי אר מיסינג הים ווערי ווערי מאטש!!! (וועעעעעעעעעעעע.... ווי....!!!!!!!!!!!!!!!....... קאם בעק!!!! קאם בעק!!!! קאם בעק!!!!)..... איי דאונט נאו מעבי איים מיסינג סאם באדי איי האופ איים נאט.... באט עניוועי וועלקאם עוורי באדי..!!!!!!!!!!!!!!!!!! (וועעעעעעעעעעעע.... ווי....!!!!!!!!!!!!!!!.......), ענד עי ווערי ספעשל טענקס טו עוורי וואן הא העלפס אס 'פאר עי העוו פאר עי טורד פאר עי פורטה' (למחצה לשליש ולרביע), עוורי וואן ענד עני וואן איי דאונט רימעמבער די עקזעקט נעימ'ס אין דשואיש דעי סעי 'קאל עיחאד בישמוי יעבויראך', טענק יו ווערי מאטש עוורי וואן .......... (וועעעעעעעעעעעע.... ווי....!!!!!!!!!!!!!!!.......)...... טענק יו !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
שכויעך!!!!!!!!!!!!!!
יהי רצון מלפניך .... ..... .... .... שכל הקללות והארורים ונדוים ונזופים והחרמות והשמתות שאחרים קללו או שנדו או שהחרמו או ששמתו אותי או אשתי או זרעי. יהי רצון ... .... .... .... שאל ישלטו בנו ואל יעשו רושם וכל הקללות יתהפכו לטובה ולברכה כדכתיב ויהפוך .... ... לך את הקללה לברכה..... אמן
דער עולם הענטפערט
כלם מתרים לך . כלם שרוים לך. כלם מחולים לך. כשם שאנחנו מתירין בבית דין של מטה, כך יהיו מתרים בבית דין של מעלה ולא יעשו שום רושם כלל. אמן אמן אמן .
ביי אונז אידן איז מען מקפיד אויף "לא שינו את לשונם" דעריבער האב איך נישט פאר שטאנען די איינגלישע דרשה פון ראש הקהל, און כדי צו יוצא זיין מכדי ספק (גיי ווייס וואס האטער גישאלטן דארטן......???.....) האב איך גימאכט "התרת קללות"
אפשר איז כדיי אז די קומעדיגע מאלן זאל מען צו צייכענען אז די דרשה פארמאקט נישט קיין קללות....!!!
איך וויל בעטן אנטשולדיגונג פון אונזער ידיד ר' נחום איש גם זו וועלכער וואוינט אין ארץ ישראל און קען נישט ליינען און פארשטיין קיין ענגליש, פאר דעם וואס ער האט זיך נעבעך געמוזט ציין ברעכן מיט יענטאאש'עס דרשה, יעצט פארשטייט ער וויאזוי מיר אלע שפירן ווען מיר באגעגענען זיך מיט העברעאישע ארטיקלן וועלכע מיר קענען נישט ליינען, אבער למען האמת והשלום האב איך געשפירט פאר וויכטיג איבערצוטייטשן די גאנצע דרשה אויף אונזער היימישע שפראך, הגם דאס איז געווענליך דער דזשאב פונעם מנהל, אבער במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש, און איך האף אז איך קען אויך טאן דעם דזשאב ווי עס דארף צו זיין.
איי וואד לייק טא סעי עי פיו ווארדס אין ענגליש, לעידיס ענד דזשענטעלמענס, וויט דע פערמישאן אף דע געבאאים, דע רעבי, ענד דע האול קראוד הא געדערד הער טא נייט, איט איס מיי גרעיד האנאר ענד פריוועלידזש טא וועלקאם הער סאם ווערי נייס פיפאל, הא אר דער טאנייט, ענד דעי ווער דער פאר אס דע האול וועי העלפינג אס וויט עוורי טינג וויט גרעיט דזשואיש הארץ ענד געפיל, פערסט ענד פארמאסט עוורי באדיס בעלאווד ענד עוורי באדיס פרענד, דע גרעיט 'נעימלעסס' !!!!!!!!!!....... (וועעעעעעעעעעעע.... ווי....!!!!!!!!!!!!!!!....... נעימלעסס!!!.... נעימלעסס!!!.... נעימלעסס!!!....), ענד דען אוער גרעיט 'שעפעלעזיסע' פראם הא ווי דידנט הער פאר עי לאנג טיים ענד ווי אר מיסינג הים ווערי ווערי מאטש!!! (וועעעעעעעעעעעע.... ווי....!!!!!!!!!!!!!!!....... קאם בעק!!!! קאם בעק!!!! קאם בעק!!!!)..... איי דאונט נאו מעבי איים מיסינג סאם באדי איי האופ איים נאט.... באט עניוועי וועלקאם עוורי באדי..!!!!!!!!!!!!!!!!!! (וועעעעעעעעעעעע.... ווי....!!!!!!!!!!!!!!!.......), ענד עי ווערי ספעשל טענקס טו עוורי וואן הא העלפס אס 'פאר עי העוו פאר עי טורד פאר עי פורטה' (למחצה לשליש ולרביע), עוורי וואן ענד עני וואן איי דאונט רימעמבער די עקזעקט נעימ'ס אין דשואיש דעי סעי 'קאל עיחאד בישמוי יעבויראך', טענק יו ווערי מאטש עוורי וואן .......... (וועעעעעעעעעעעע.... ווי....!!!!!!!!!!!!!!!.......)...... טענק יו !!!!!!!!!!!!!!!!!!!! איך וואלט ליב געהאט צו זאגען אפאר ווערטער אין ענגלליש, פרויען און מענער, מיט די רשות פון די גבאים, דער ררבי, און די גאנצע עולם וואס האט זיך דא פארזאמעלט היינט נאכט, עס איז מיר א גרויסע כבוד און פריוויליגיע צו וועלקאמען [אויפנעמען] עטליכע זייער פיינע מענטשן וואס זענען דא היינט אויפדערנאכט, וואס זיי זענען דא געווען פאר אונז אלע די גאנצע וועג, אונז ארויסגעהאלפן מיט אלע ענינים, מיט גרויס אידיש הארץ און געפיל. ערשט און וויכטיגסטע יעדענס באליבטער און יעדעמס פריינט, די חשוב'ע נעימלעס!!!!!!! (ווע וכו') און דאן אונזער גרויסער שעפעלעזיסע פון וועמען מיר האבן שוין נישט געהערט א לאנגע צייט און מיר פארפאסן אים זייער זייער אסאך (ווע וכו' קום צוריק קום צוריק קום צוריק) איך ווייס נישט אפשר פארפעל איך איינעם איך האף אז נישט אבער אזוי צו אזוי יעדער איינער איז וועלקאם [עס האט נישט קיין איבערטייטש אויף אידיש] (ווע וכו') און א ספעציעלע גרויסע יישר כח פאר יעדער איינער וואס העלפט ארויס אפילו נאר למחצה לשליש ולרביע, יעדער איינער, איך געדענק נישט די פונקטליכע נעמען, אין אידיש זאגט מען כל אחד בשמו הטוב יבורך, יישר כח זייער אסאך יעדער איינער (ווע וכו') יישר כח.
ביז דא איז די פרייע איבערזעצונג, זאגט מיר אויב איר זענט צופרידן אז איר זעהט אז עס איז גארנישט קיין קללות אריינגעווארפן דא. א דאנק.
מר. קרעמער;
יישר כח פארן ארויסהעלפן דא, אבער דו האסט טאקע געמאכט - אנדערש ווי מיר - א פרייע איבערזעצונג... פריי פון הערות, פון הגהות, פון קאמענטארן וכדומה.
אבער אזוי ווי דו זאגסט: במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש, און עס קומט זיך דיר א גרויסן יישר כח, קיעפ אן די גוד ווארק (טייטש דאס איבער פאר גמזו).
ידידך הוטקע
שכויעך 'קרעמיש קעיק' פארןאיבערזעצן די דרשה פאר דעם צעזעצטן 'גם_זו', און גם אני מצטרף צו דעם פונקט וואס דו האסט געזאגט אז איצט זאל ער פארשטיין וויאזוי מיר שפירן ווען מיר באגעגענען זיך מיט אן עברית'ישן תגובה....
גם_זו לטובה.....
WELCOME BACK
טענק יו ווערי מאטש אוער גרעיט נעימלעסס, מעי גאד בלעסס יו, יו שאד אלוועיס בי עיבעל טו העלפ אס וויט עוורי טינג, איטס אלוועיס עי כאבעד טו העוו יו וויט אס, טענק יו.
(פאטש.... פאטש..... פאטש....!!!!!!!!)
סתם פאר נייגעריגקייט וויל איך פרעגן, וואס איז די 0 וואס געפונט זיך נאך יעדע תגובה פון נעימלעס05, איז דאס אזא סארט אונטערשריפט וואס ענטהאלט א קאוד אין זיך?0
First of all Kramer, why don't you address me personally, did I offend you in any way? I'm not a mean person; I'll gladly answer you ''directly'' anything you ask. The ''0'' after many of my postings don't have any deep or mysterious meaning to it what so ever. Unlike every word of yours that is full of depth and meaning, its simply a way that I force my characters to stay put at the end of the line. Otherwise, if I don't put anything after, for example an ''!'', or in the above case I have two important characters that I usually like to keep in place, it runs away to the other side of the line or who know where. You can notice how if I end any paragraph with a ''.'' I don't make any attempt of saving it…I let it run wild or eliminate it altogether
קרמער אגרויסן יישר כח און אהעקסטערן דאנק פארן איבער זעצען די איינגלישע דרשה פון ראש הקהל האסט מיר זייהער משמח געמאכט ווי העס שטייט אין שמחה כהתרת הספקות און אשאד טאקע וואס דו האסט האס נישט גלייך איבער געזעצט וואלט איך פאר שפארט דעם נישט איינגנומיקייט בכל אופן יישר כח גדול .
יענטאש במחילה ממך איך האב קיין איין רגע נישט גימיינט חלילה אז דו האסט טאקע געשלטן שאיז נישט מער גיווען אווערטל, איך האב פשוט נישט פארשטאנען איין זאך, אז דו קענסט דאך יא שרייבן גוט און שיין אין אידיש, פאר וואס האסטע זאך גנומען שרייבן אין אינגליש, האבער אדאנק פאר קרעמער האב איך פארשטאנן אזוי ווי די דרשנים זאגן ביי אונז "יעצט וועט מען רעדן אין לשה"ק פאר אחינו הצפרדעים"
אזוי האסטו אןיך גיטאן און איבער גיגעבן אן העקסטערע דרשה פאר אחינו הצפרדעים וואס פאר שטייהען נישט אידיש חילך לאוריתא.
שכוייהעך נאמעלעסס האסט גוט גיזאגט און העס איז ריכטיג אונדערט פראצענט.
איך בין מודה על האמת איך האב טאקע נישט פארשטאנען וואס דו האסט גיזאגט. האבער איך קען זאך פארשטעלן אז דו האסט גוט געזאגט. דער עולם האט זייער הנאה פון דיינע ווערטער זיי ממשיך..
קודם וויל איך בעטן מחילה פון נאמענלאז05 איך האב בכלל נישט געטראכט וואס איך שרייב, אויב איר קענט זען איז דאס געשריבן געווארן אין די פארטאגס שטונדן נאך א אומרואיגע נאכט שלאף, איך בין נאך אין שאק פון די טראגעדיע, איך האב גוט געקענט די נפטרים ע"ה, על כן זיי מיר דן לכף זכות, איך האב פשוט נישט געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ.
דאס וואס די שורות גייען ארויס פון פלאץ איז ווייל איר שרייבט אויף ענגליש, אבער עס איז דא אן עצה, איר זעט די סמיילי'ס אונטער די שאכטעלע וואו איר שרייבט אריין אייער פאוסט? אונטער די סמיילי'ס איז דא שאכטלעך פעינט, אונטער דעם איז דא א קעסטל וואו מען קען מאכן אז די שורות זאלן לויפן ביי די רעכטע עק אדער ביי די לינקע עק, איך מיין אז איר זאלט פרובירן אמאל דרוקן ביי די לינקע שורות, און איך מיין אז דאן וועט אלעס שטימן און קלאפן. אדער איז דא אן אנדערע עצה, אבער דאס איז שייך נאר אויב איר קענט אידיש, איר קענט גיין צו די לינק וואס איינער האט דא אריינגעלייגט וואו מען קען טייפן אידישע אותיות אפילו אויב איר האט נישט קיין אידיש אויפן קאמפיוטער. דאן וועט אפילו ר' גמזו הנאה האבן פון אייערע געשמאקע תגובות.
נאכדעם וויל איך מודיע זיין פאר ר' נחום איש גם זו אז איך פארשטיי זייער גוט וויאזוי ער שפירט זיך ווען ער קוקט אן די לאנגע תגובות פון נעימלעס וואס זענען אויף די ענגלישע שפראך געשריבן, פונקט אזוי שפירן מיר זיך ווען מיר ליינען די אנדערע העבראישע זייטלעך דא אויף היידפארק. און איך וויל קלארמאכן אז איך קען זיך נישט אונטערנעמען איבערצוטייטשן אלע תגובות פון נעימלעס אויף אידיש, ווייל דאן וועל איך מוזען אויפגעבן זי זייטיגע ארבעט וואס איך האב. די געהעריגע גאנץ טאגיגע ארבעט האב איך שוין לאנג אויפגעגעבן כדי צו קענען באריכטן פארן עולם די נייעס און די פאליטיק, אבער אויף די סייד דזשאב האב איך נאך געהיטן ביז היינט. און איך קען נישט אויפגעבן דעם איינציגן מקור הכנסה, ווייל אנדערש וועט מרת. קרעמער זיך אריינמישן, און ווער ווייסט וואס וועט זיך אויסלאזן דערפון. א דאנק.
איך האב ענק נאר געוואלט לאזן וויסען אז איך שרייב אידיש מיט דעם לינק און איך וואלט עס נישט געראטן פאר קיינעם צי ניצען מ'קען אראפגיין פון די נערווען (אויף מיר איז שוין חבל על דאבדין)
הטקסט שלך כאן
Apology accepted Kramer; I would never judge a person who's been hit with a tragedy so close to heart…so I'm sorry, and thank you, for the oh-so-much needed advice. Ich brech mich shoin kup far de layngste tzeit…it would have only been a little while before I would completely platz. But of course I know Yiddish! Ich red a heimishe Yiddish pinkt vi dir, and were probably related. Come to think of it you very much remind me of someone I know—rest assured—that person is smart too. The problem with the typing in yiddish is though, I don't know the Hebrew keyboard, and I type really fast in english. I would injure my fingers if I even so much as attempted to type all this in Yiddish. But I do want to write a couple of words to gam_zi in Yiddish…in ven nuch s'vet zich oisfaylen. Would anybody please be so kind as to tell me where to pick up the link? Nafcha, I'll follow your lead. Society gave up on me way back when I was really little…ich bin nerven-krank immuned.obviously it didnt work, maybe next time
נעימלעס טייערער אויב דו האסט ווינדאוס עקס פי און דו האסט די ווינדאוס סי די אדער די אינסטאלעשאן סי די פון דיין קאמפיוטער קען איך דיר זייער גרינג אנווייזן וויאזוי צו ענעיבעלן אידיש אויף דיין קאמפיוטער, א לינק צו טייפן אויף אידיש דאס ווייס איך נישט.
די לינק צו די אידישע טייפרייטער אויפן קאמפיוטער, ווייל אידישע טייפרייטער'ס אליין זענען שוין נישטא צו באקומען, אזוי שרייבט קויפמאן'ס עלעקטראניקס אריין אין זייערע עד'ס פאר פסח פאר די אלע וואס דרייען זיי אראפ דעם קאפ צו קויפן א אידישע טייפרייטער. איך האב געהאט א שכן וואס איז א פרומער געווען, האט ער געוואלט גיין ארבעטן, אבער האט נישט געוואלט האבן קיין קאמפיוטער חס ושלום, האט ער מיר געפרעגט אויב איך קען אים פארשאפן א טייפרייטער, איך האב אים אנגעמאסטן צוויי אזעלכע אויגן אז ער איז אנטלאפן פון מיר און געגאנגען זוכען ביי א צווייטן.
http://www.snunit.k12.il/english/virtual_keyboard.htmlhttp://www.mapa.co.il/general/hebkbdMapa.htmlhttp://www.softy.co.il/keyboard.htmlאיך האף אז די דריי לינקס וועלן זיין גענוג ביזדערווייל, און איך נעם נישט קיין אחריות אויף אייערע נערוון אטאקעס חס ושלום. אויף ווידערזעהן. א דאנק.
I still have windows 2000 and absolutely none of the original installation CDs left. (Yenta, I think one of your yentashlech chewed up this one windows CD in particular.) But thank you BenHurachmun for your good intentions. Thanx Kramer for the links
איך וועל מיך נעמען צו דו עבודה און האפענטלעך פערטיגן נאך פאר שבת.
מיר גייען געבן קידוש... בן בלי שם האט געשריבן אויף אידיש!
אבער - הונגערט אייך נאכנישט אויס - איך וויל אוועקלייגן דעם קידוש אויף ווען בן בלי שם וועט אמאל עפענען אן אייגענעם אשכול... אדער ווען יענטאאש וועט אריינווארפן א דבר תורה צווישן זיינע הערליכע באשרייבונגען... אדער ווען קרעמער וועט לויפן פאר א פאליטישן אמט, אפשר גאר סופרים קאורט ריכטער?
אדער ווען 'אלטערבאא' וועט זיך צוריק באווייזן, אדער ווען דער אלטער 'אב הרחמן' וועט זיך צוריקקערן פון האום, אדער ווען 'בן זהב' וועט זיך מרחם זיין אויף זיין געוועזענע אכסניא און אריינווארפן א ווארט צוויי, אדער ווען 'שעפעלעזיסע' וועט זיך ערוועקן פון זיין קאומא, אדער אדער אדער אדער (די ליסט גייט נאך אסאך ווייטער).
אבער ווען דאס וועט צושטאנד קומען... זענט איר אלע העפליך געלאדענט מיט די בני בית און די יענטאאשלעך אדער שעפעלע זיסע'ס אדער ...
....אדער ווען הוטקע וועט מקיים זיין אלע זיינע 'ועוד חזון למועד' באשרייבונגען וואס ער האט צוגעזאגט.... (איך ווייס נישט אויב ס'איז אזא גוטס וואס איך האב יעצט געשריבן אבער 'פטור בלא כלום אי אפשר'..... אה.... איר זעט... איך האב געשריבן א דבר תורה......
ברוך שפטרנו, קאטשע פייע נעקי.
Is that a sign that the typing in Yiddish is already
having a negative affect on me? 0
hutkh, You gotta take it slow, you know, start out in baby steps. One good thing at a time, otherwise you don't appreciate gitte zachen anymore. Maybe in a little while I will actually start a new column, who knows.
נעימלעעס יו סי? איים נאט דעט ספוילד, איים סאו העפי דעט יור רייטינג, הו קעירס איף איטס אין ענגליש יודיש אר לשון קודש.... איי מין דאונט געט מי ראנג העיר איי וואד לאוו יו טו רייט אין יודיש באט איי וואד נעווער פוט סאטש עי פרעשער אן יו פאר סאטש עי מיינער אישו 'צו וואס לייגן דרוק פאר אזא נארישקייט'?, דעטס בעסייד דע פוינט דעט יור סאטש עי גוד ענגליש רייטער וויט סאטש עי 'חן'....
עני וועי איף יו וויל רייט אין יודיש 'אדרבא' באט איף איטס עי פרעשור אן יו דאונט איווען קעיר 'יא יא ניין ניין' עס לאנג עס יו 'בכלל' רייט איים העפי.
קיפ איט אפ באדי!
Yenta ich vill dir nor vazen az ich ken oich, of de farkerte zeit. Yasher koich far de chisik. You always make me laugh, sometimes to the point where…lets just say to a certain point where its not at all funny anymore. (ich vill nisht oifraygen hutkh, letzte mull ven ich hub geret in daye inyen hut er gemacht putash fin di gantze geshrabechts) 0
נעימלעס, איך פרעשור נישט חס ושלום, איך וויל נאר צולייגן א ווארט, אז אויב דו וועסט טאן עפעס וואס איז א קעגן דיין געוואוינהייט, דאס הייסט אז דו וועסט עפענען א נייע אשכול, וועל איך פרובירן צו טאן עפעס וואס איז א קעגן מיין געוואוינהייט, און איך וועל פאר א טשעינדזש אריינלייגן מיין קומענדיגע באשרייבונג אין אן אלטן אשכול, און נישט עפענען קיין נייעם אשכול פאר יעדע נארישע באריכט מיינע. איז דאס א גוטע דיעל?
קרעמער איך זעה אז היינט ביזטו יא גאנץ גוט אויפגעלייגט האסט דיך גאנץ גוט צולאזט מיט דיינע תגובות און געעפענט עטליכע נייע אשכולות מיט דיינע בויך קרעמפן, איך האב הנאה סטעי עלייוו
You right benhurachmun, Kramer went loose…have you been smoking some, kramash? I wasn't under any pressure, until you proposed this deal of yours, that is. I have to think about it and then discuss it with myself and then take it from there
אנטשולדיגט, איך ציה צוריק, איך מיין פשוט מיין אייגענע טובה, איך האלט אז עס וועט מיר זיין צו שווער צו האלטן ווארט און נישט עפענען א נייעם אשכול יעדן טאג, מיט אנטשולדיגונג, גוטע וואך.
נעימלעסס דו רעדסט זיך אויך דורך מיט דיר אליינס?!... כ'האב געמיינט נאר איך טו עס.... איך טו עס כסדר פשוט ווייל איך טראכט אזויפיל מענטשן קומען זיך דורכרעדן מיט מיר, ממש מען חלש'ט צו הערן וואס איך האלט, נו, איך אליין זאל גיין צו א צווייטן?, דאס איז בעסיידס דע פוינט וואס איך זע נישט קיינער וואס איז אסאך קלוגער ווי איך, מעיבי דעט טעלס יו סאמטינג אבאוט דע ווארלד ווי ליוו אין באט דעטס ען אדער סטארי, עני וועי איך האב זיך שוין אזוי צוגעוואוינט צו כאפן א שמועס וויט מיי סעלף אז איך האב שוין אנגעהויבן טראכטן אז עס איז נארמאל, ביז איך האב אמאל געזען די יענטאאש'טע עס טון.......
איך שמועס מיט מיר, איך לאך מיט מיר, איך
דריי מיט מיין הענט, איך האק מיט מיין פיס...נעבעך.
די דאקטורים האבן שוין אויפגעגעבן א לאנגע צייט צוריק.
It's a (nameless) condition. I do other things to myself, with myself too. But I'm embarrassed to talk about it.
Kramer, smart decision…we love it (or at least I do) when you write and start new columns or just nod with your head…whatever. You have excellent writing talent, so just go ahead and abuse that keyboard of yours, and in the name me, myself, my shadow and I, ''we really appreciate it''. 0
יישר כח נעימלעס פאר די ווארימע ווערטער, און לכבוד דיר וועל איך אריינלייגן מיינע אלטנייע שטאף טאקע דא אין דעם אשכול און נישט עפענען קיין נייע. העי יו גארע דו וואט יו גארע דו. אבער דאס וואס דו שרייבסט אז דו טוהסט אנדערע זאכען אויך צו דיר אליין, איך ציטער וואס הוטקע וועט טאן ווען ער וועט צוריקקומען. ער דולדט דאך נישט גארנישט לעצטנס. אגב, וואו איז ער טאקע נעלם געווארן?
אט האט איר מיין צוריקגעבליבענער טאגבוך, עס איז שוין אזוי אלט די נייעס דערפון אז עס גייט שוין דערפון א שימל גערוך, זייט איך האב געשריבן די נייעס איז שוין געווען נאכאמאל הויך יום טוב אין לאנדאן, און אויך אין מצרים, וועלכע איז די היינטיגע עגיפטן. ביים ברעג פונעם רויטן ים, וואס דאס איז ביי אונז באקאנט אלס ים סוף, זענען אומגעקומען ארום ניינציג מענטשן פון טעראריסטישע באמבעלעך, איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך פריי זיך ווען די זאכען פאסירן אין די אראבישע וועלט, ווי גלייך עס שרייט ארויס פון מיר אינעווייניג, ביי זיי זאל עס בלייבן, און זאלן זיי אפלאזן די ציוויליזירטע וועלט. אבער אט האט איר דאס וואס איך האב זיך פארגעשריבן פארגאנגענע וואך דאנערשטאג. לייענט און דערמאנט אייך די פאריעריגע שניי.
העלאו אמעריקענס איי עם פאול הארווי, איימסארי, ער וועט מיר נאך באלד אנקלאגן אין געריכט אז איך נעם צו זיין טרעידמארק, איי עם קאסמא קרעמער. די היינטיגע טאג האט זיך אנגעהויבן מיט א בלעסט, א בענג, איינס אדער מערערע אויפרייסן זענען פארגעקומען אין די לאנדענע טובס, וויאזוי זיי רופן אן די אנדערגראונד באנען, וואס מיר רופן סאבוועי. אין אנהייב ווען איך האב אנגעצינדן דעם נייעס באריכטער און געהערט אז מען רעדט פון דריי באמבעס אויף באנען און איינס אויף א באס אין צענטער פון לאנדאן, האב איך געמיינט אז אלע רעפארטער'ס זענען געפארן אויף וואקאציע און מען שפילט אויף אלטע טעיפס פון די נייעס, אזוי ווי עס איז די מנהג ביי טאלק שאו'ס. איך האב זיך דערמאנט א מעשה וואס איז פארגעקומען אומגעפער פערציג יאר צוריק, ווען א פרומטשיג אידל איז ארויסגעקומען פון בית הכסא אינגאנצן דערשראקן און איז אריינגעלאפן אין בית המדרש מיט איין בהלה, ווען מען האט אים געפרעגט וואס עס איז געשען, האט ער דערציילט די נייעס וואס ער האט נארוואס געליינט אין בית הכסא, האט איר געהערט פרעגט ער, מען האט געשאסן פרעזידענט קענעדי. די מענטשן האבן אויסגעשאסן אין געלעכטער און אים געזאגט אז דאס איז גאר קיין נייעס, און קיינער איז נישט שולדיג אז ער האט יעצט געפונען א געלע צייטונג פון אנדערטהאלבן יאר צוריק.
הערנדיג די נייעס פון די באמבעס אין לאנדאן האב איך ממש געמיינט אז איך בין צוריקגעבליבן אדער גאר פארגעשריטן מיט צוויי וואכען, אז איך האב שוין צוויי וואכן צוריק דאנערשטאג געהערט אט די מעשה. דאן ווען איך האב געהערט אז עס איז געווען מיט גרויסע חסדים און קיינער כמעט איז נישט געשעדיגט געווארן, האב איך שוין געזען אז דא האנדלט זיך נאר פון א קאפיקעטער, איינער אדער מערערע וואס האבן געוואלט אביסל איבערדרייען די שטאט דארט לעילוי נשמת די פיר זעלבסטמערדער וועלכע פארברענגן היינט מיט די צוויי הונדערט און אכציג ווירדזשין'ס אין גיהנום, ווייל פאר יעדן פון די פיר איז דא עקסטערע זיבעציג שטיק, און איך שטעל זיך פאר אז זיי שעירן צווישן זיך.
נאו פעידזש טו. אוי איז ער זיס דער פאול הארווי, בפרט מיט זיינע פאני מעשה'לעך מיט וואס ער לאזט אויס זיין באריכט יעדן טאג צוויי מינוט צו צוועלף מיטאג אויף דאבעליו עי בי סי, למשל היינט האט ער געהאט א מעשה פון דייטשלאנד אז די געזונטהייט מיניסטעריום האט באשטימט אז די מעדיקעיד פראגראמען וועלן באצאלן שייטלעך פאר פרויען אבער נישט פאר מענער, די מעשה אליין איז נישט אזוי אינטערסאנט ווי די וועג וויאזוי פאול הארווי לייגט דאס אראפ מיט זיין אלטן ראדיא שטימע. נאו יו קנוי די רעסט אוו די סטארי. גראדע זיבן אזייגער ביינאכט קען איך אים נישט דולדן, ווייל איך בין די גיסטע צו הערן די נייעס, און ער קומט אן מיט אויסגעדראשענע מעשיות פון די סיוויל וואר אדער גאר די באסטאן טיע פארטי.
ביז דא האב איך געשריבן פארגאנגענעם דאנערשטאג, און איך האב זיך געראכטן עס ארויפצולייגן אויפן פארום אין די ביינאכט שעות, אבער פון הימל האט מען אנדערש געוואלט, און איך האב נישט געהאט קיין צוטריט צו אונזער אייער קרעמל דא ביז מוצאי שבת, און אויך דאן האב איך נישט פארמאגט מיינע כלים ביי מיר, אזוי ארום האט די אויבנדערמאנטע באריכט געמוזט נעבעך ווארטן ביז יעצט ארויפגעלייגט צו ווערן אויפן פארום. וויאזוי זאגט די וועלט, בעטער לעיטער דען נעווער.
יעצט וועלן מיר ווייטער גיין מיט פרישע ווארע, איינער פון מיינע געטרייע ידידים, וועלכער שרייבט נאכנישט דא אויפן פארום אבער האלט אינמיטן דורכגיין די פראצעדור פון עפענען א ניק און זיך אויסקענען מיטן סיסטעם דא. האט מיר באשאנקן מיט די ערשטע סעזאן פון די אויפגעכאפט שאו וואס רופט זיך דעספערעט האוזווייפס, עס איז א מעשה פון עטליכע פרויען וועלכע האבן געוואוינט אויפן זעלבן בלאק אין רורעל אמעריקע, וויאזוי זיי מאכן זיך מיט זייער שווער לעבן. איינע האט זיך גענומען דאס לעבן, די אנדערע האלט זיך ביים שיידן פון איר מאן, א נחת צו הערן ווי איר מאן פליקט איר אריין און זאגט איר פוינט בלענק, וואו איז די פרוי אין וועלכע איך האב זיך פארליבט? וועלכע פלעגט אמאל צוברענען די טאוסט, און ארויסטרינקן מילך פונעם באטעל? היינט האב איך דא א לעבן מיט איינע וואס די האר רירט זיך איר נישט, מען זעט נישט קיין עמאציענ'ס אויף איר, איך שפיר ווי איך לעב אין א דיטערדזשענט קאמערשעל. גוט געזאגט.
אויב איינער פון אייך האט שוין געזען דעם שאו, זאל מיר נישט ארויסגעבן די סודות דערפון, היות איך האלט נאך ביים צווייטען עפיזאד. די ערשטע, די פיילאט עפיזאד האב איך איבערגעקוקט עטליכע מאל, און איך בין זייער נתפעל געווארן פון די סקריפט, די ליינס שטימען זייער גוט, און די עקט איז זייער גוט. וועלן מיר זעהן אויב עס האלט אן ביי די אנדערע עפיזאדן.
קרעמער דו האסט גוט אריינגעביסן, איך האב אויך אנגעפאנגען צו פארשאפן די עפיזאדן און איך האב שוין טאקע דורכגעקוקט א פאר שטיק דערפון עס איז א געשמאקע שטיקל, עס האט גאנץ א גוטע פּלאַט און געמישט מיט הומאר אויפן טעגליכן לעבן, איך האף אז איך וועל קענען פארשאפן אלע עפיזאדן, איך מיין זיי האבן יעצט פאר זומער גע-ענדיגט די ערשטע סיזען
Don't worry about hutkh, Kramer. But really the trick is to speak in codes. For example the above remark can be manipulated into many meaning. You, being that youre an undercover special agent working for the NY subway system, can read hard to crack codes. But otherwise its all open to speculation
I never thought about adding up all the virgins into one big party…lol. Your head works in different artistic ways, Kramer…nice! But I don't think they share. I think if any of them even so much as thinks about looking over to the others portion, they would more likely chop their head off…that is really what they're best at
I didn't know that desperate housewives is out yet. I only read reviews on the show. It's the most popular sitcom, I hear, with the most viewers ever. So I just presume that its good, but I'll check it out for myself and get back to you
תוקן על ידי - hutkh - 26/07/2005 20:43:16
desperate housewives is not out on dvd yet, but you can download it via different places on the net.
you can also watch it on the craftytv.com link i posted, but as i said, ,it realy sucks there, cause of all the waiting
and - nameless - sorry for erasing a one liner from your above post... you got to do what you got to do
איך שטיי און איך לייען בן בלי שם'ס תגובה איך פארשטיי נישט וואס דארט שטייט עפעס הייבט ער אהן אינדעמיטן פון א שמועס, ביז איך האב געזעהן אז הוטקע האט עפעס מגיה געווען דארטן, סא וועל איך מוזן בלייבן נייגעריג!
נאר אפשר וואלט ווען געדארפט זיין אז ווען מען איז עפעס מתקן זאל דער מגיה אריינשרייבן באותו מקום ארומגערינגלט (מוגה ע"י ***)
האט די אלע זאכן מיט די חנוכת הבית ?
איך מיין אז מען איז דא פארקראכן אפר זאל מען עפענען א עקסטערע אשכול
בן הרחמן, איין שיינעם טאג האסטו אויסגעמעקט עפעס וואס 'לאוולי' האט געשריבן, און נאך עד היום בין איך נייגעריג וואס דארט איז געשטאנען.
מאך מיר א דיעל, דו שרייב מיר וואס דו האסט געמעקט, און איך וועל דיר שרייבן וואס איך האב געמעקט.
אגב, גיי צוריק איין בלעטל וועסטו זעהן די המשך און דו וועסט פארשטיין אויף וואס בן בלי שם באציהט זיך מיט זיין תגובה.