ברעיקינג נייעס אויף קול מבשר אינפארמאציע סיסטעם, אדמו"ר מ'פישפיק שליט"א איז היינט אפגעפארן קיין לאס וועגאס אויף אפרוה פון זיין עבודת הקודש, סטאטיסטיקס צייגן אז דאס איז דאס ערשטע מאל וואס א חסיד'ישע רבי באזוכט דארט אין פופצען יאר, זייט מען האט דארט געכאפט אדמו"ר מ'האצענפלאץ זצ"ל. לאמיר האפן אז דער רבי וועט מתקן זיין דאס ארט אז בקרוב זאלן מיר אלע שוין קענען אהינפארן און פארברענגן אין א היימישע אטמאספערע, גלאט כשר. שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות.
אויב איר האט נאך קיינמאל נישט געהערט דעם קול מבשר נייעס האטליין, דאן רופט שוין אן דעם נומער. [טעל. נומער אוועקגענומען]
איך האב געהערט א אמת'ע מעשה, א פינעף און אכציג יעריגע פרוי האט גערופן קול מבשר ווי איר געווענליכע רוטין יעדן אינדערפרי, פלוצלינג הערט זי אז היינט איז איינער צוזאמגעפאלען אין א געוויסע בית המדרש, וואס זי האט געוואוסט אז איר זוהן דאווענט דארט, און איר זוהן האט לעצטנס געהאט מיטן הארץ צוטאן, האט זי צוזאמגעשטעלט איינס מיט איינס און גלייך באשלאסן אז איר זוהן איז צוזאמגעפאלן, האט זי אין דער שנעליקייט אנגערופן אלע אירע זוהן און טעכטער, איידימער און שנורען, און אייניקלעך אויך, און זיי איינגעמאלדן די שוידערליכע נייעס אז איר זוהן דארף גרויס רחמים. אזוי קוקען מיר היינט אויס אין די אינפארמאציע וועלט. מיט די אינפארמאציע וואס פליסט אן אויפהער, און דער עולם גולם שטייט און הערט אויס און גלייבט יעדעס ווארט. זי האט זיך נישט בארוהיגט ווילאנג איר זוהן האט איר אליינס אפגערופן און געזאגט, מאמי איך בין ברוך השם געזונט און שטארק, און הער אויף צו רופן קול מבשר.
אבער ווען די פרוי וואלט געכאפט א הארץ אטאקע פאר שרעק רחמנא ליצלן, וואלט קול מבשר זיך גאר געפריידט, און וואלט אויסגערופן מיט פאטאס, ברוך דיין האמת. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
%
איך בין לעצטנס געפארן אויפן טרעין און אנדערש ווי ביז היינט בין איך געווען זייער רואיג, ווייל נעבן מיר איז געזיצן א זעקס יעריג אינגל און זיך געשפילט מיט א בארבי דאל. האב איך זיך דערמאנט וואס מעיאר בלומבערג האט געזאגט א טאג נאך די ערשטע לאנדאנע אטאקעס אויף דזשאן געמבלינג שאו, האט ער געזאגט אזוי: אויסער די אלע פאליציי וואס איר זעהט אין די מונדירען, זענען אויך דא באהאלטענע אגענטן וואס דרייען זיך ארום אויף אלע טרעינס, למשל, די אלטע באביטשקע וואס זיצט נעבן אייך, אדער דער שווארצער רעפער, אדער אפילו די קליינע קינד וואס זיצט נעבן אייך... די קענען אלע זיין באהאלטענע אגענטן.
שוין, בין איך בארואיגט ווען איך זעה דעם קליינעם ראצער זיך שפילן מיט זיין דאלי, וויסנדיג אז דער איז גאר א אנדערקאווער עידזשענט פאר מעיאר בלומבערג. איך האב אפילו אנגעהויבן טראכטן אז אפשר בין איך אליין גאר דער אונטערגעשטעלטער אגענט, וואס זאגט איר?
%
אלס קינד האט מען אונז אויסגעלערנט אז אויב מען ווייזט פאר א גוי מיטן פינגער אויף ארויף, מיינט דאס אז ער זאל גיין אין הימל, און אויב מען ווייזט מיטן פינגער אויף אראפ, מיינט דאס אז ער זאל גיין אין דער ערד.
היינט בין איך אביסל עלטער געווארן, הגם מיין שכל וואקסט ווי א טשערופאכע, אדער טורטעל אין ענגליש. ווייס איך אז דאס מיינט גאר עפעס אנדערש. איך שרייב דאס נאר, ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן.
%
איך האב נישט וואס נאך צו שרייבן. שרייבט מיר צוריק, וועל איך ווייטער שרייבן.