היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » וואו איז יענטאאש???

וואו איז יענטאאש???

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1486810

קרעמער » 26/7/2005 22:53

עס קוקט אויס ווי די דריי מנהלים דא האבן זיך אפגעשמועסט אז צוליב עין הרע זאלן זיי קיינמאל נישט דא זיין צוזאמען, דערפאר ווען הוטקע איז אפוועזענד געווען די לעצטע וואך, האט יענטאאש אנגעפירט די זאך, און היינט ווען הוטקע איז ביים רידער, איז יענטאאש נישט צום געפונען.
יענטאאש, מיר ווארטן אויף די פארזעצונג פון די שפאנענדע מעשה. איכה? וואו זענט איר?

not2bz » 27/7/2005 00:27

יענטאאש » 27/7/2005 00:45

הההההאא.... ההההאאאא..... הההההאא.... ההההאאאא..... יוי... וואס?!! ווער זוכט מיך?!!.... איין מינוט... העלאו?.... ווער איז דאס??... איין רגע איך קאלל דיך שוין צוריק...... וואס זאגסטו?... קום אהער ווי ביזטו פארשווינדן געווארן?.... אה דא ביזטו.... אז וואס איז?. .. וואס?... ווער זוכט מיך???.... יעדער??.... אה איך בין שרעקליך פארנומען.... יוי... ווער??.... הוטקע איז צוריק???.... וואו.... שוין וואס קען איך טון... איך וועל זיין צוריק... ביי...

בןהרחמן » 27/7/2005 03:12

יענטאאש'ל וואס ביזטו פלוצים מיר געווארן אזוי ביזי?

hutkh » 27/7/2005 05:35

ביזי. ביזוי בזיונות.

דאס מאכט זיך ביי די שענסטע שטובער.

והא ראיה עס האט זיך שוין אמאל געמאכט ביי מיר.

עס האט זיך שוין געמאכט ביי יונגאטש ב"פ.

און יעצט איז יענטאאש אליין - דער גרויסער און ברייטער ראש הקהל אונזערער - געפאלן א קרבן צו די מחלת ה"ביזי".

אבער - וויאזוי זאגט קרעמער? - ווילאנג מען מאכט געלט פון די ביזי'שאפט, לוינט זיך עס!

קבל את האמת ממי שאמרו...

מיר האפן אלע צו זיין ביזי, און מאכן אסאך געלט. אבער ביזדערווייל וועלן מיר פרובירן - בין גברא לגברא - אויסצוניצן די געלעגענהייטן און אריינווארפן א גוט ווארט אדער צוויי דא אויפן פורום, להגדיל תור"א ויאדיר.