יא, פשוטו כמשמעו, איך זיץ ביים קאמפיוטער און שנירלעך טרערן רינען מיר פון די אויגן.
ווער וויינט נישט ווען מען הערט זיך ליידער אן אזויפיל שוידערליכע שמועות אין אזא קורצע צייט?
נאכנישט פארלאפן קיין צוויי וואכן זינט די עקסידענט וואו דריי טייערע נפשות זענען אוועקגעריסן געווארן, א וואך דערויף נאך א טייערער איד אומגעקומען אין א קאר עקסידענט.
און אפילו די זעקס גע'הרג'טע פון די וואכ'ס עקסידענט נעבן באר התורה קאנטרי, זענען אויך געווען אידישע קינדער (לויט ווי איך האב זיך אליינס פארגעשטעלט הערנדיג די לעצטע נעמען), ליידער תינוקות שנשבו, רוסישע אידן.
און יעצט - היינט - קומט פאר די לוי' פון א פרוי וואס האט הערשט פאר צוויי וואכן געפראוועט א געדריפעלטע שמחה מיט די געבורט פון דריי לעכטיגע קינדערלעך. און...
זי איז נישטא!
די קינדערלעך זענען יתומים כמעט פון געבורט!
אוי! ווער וועט היילן אונזער וואונד?
וויאזוי קענען מיר זיך צוזאמקלויבן נאך אזעלכע ביטערע אומגליקן?
נאר השי"ת קען אונז מחזק זיין. ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה, בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.