היינט געפאלט אויס די יארצייט פונעם מרא דאתרא פון ניו יארק, ר' יעקב יוסף זצ"ל.
דא האט איר בילדער וואס איך האב אליינס גענומען פון זיין מציבה.
[בילד – נישט אפגעהיט]
נאך איינס
[בילד – נישט אפגעהיט]
כדי צו ענדיגן מיט א גוטע זאך...
א בילד וואס איך האב אליינס גענומען פון פרעזידענט בוש (אויף אן עראפלאן, ביי איינע פון מיינע נסיעות מיט אים אלס רעפארטער פאר היימישע שטותים).
[בילד – נישט אפגעהיט]
אום זעקס דרייסיג פארן ארויס נאך באסעס פון וויליאמסבורג העכער די הייועי אויף ליע עוועניו צום ציון פון רב הכולל אדאנק הרב ר' יונה לאנדא שליט"א,
שוין געווען באסעס צופרי נאר נישט געווען קיין פלאץ פאר די פולע מאסן.
דער רב הכולל איז געווען דער ערשטער און לעצטער הויפט רב פון ניו יארק.
ר' יונה האט שוין פיל מאל געשריבן פון דעם פאקט אין איד, אז ער האט נעבעך נישט געהאט קיין גוטן טאג ביים לעבן, וואס די מאדערענע אידן האבן אים געפייניגט ווייל ער איז געווען צו פרום. און ביים טויט בשעת זיין לווי' וואס איירישע גוים האבן נעבעך דורכגעפריט א פאגראם מיט באטלעך און שטיינער אויף די מלווים.
פאר מער פרטים וויזיט מנחם באטלער'ס בלאג
http://ajhistory.blogspot.com/2005/07/rabbi-jacob-joseph-1840-1902.htmlדי נשמה זאל האבן אן עליה
ביז ווען איז די ביה"ח אפן?
כ'הער אז ביז 6 ?
הוא מפרק והוא מותיב, ביז ווען גיווען אפען? איך הער ביז 6
נישט קשה
"היימישע שטותים" איז געווארן אויסגעוועלט אלס דער אפיציעלער "כל העולם כולו" "פיקטשאר מאגאזין" פאר די אידן אויפן אינטערנעט...
דער אשכול ווערט געלינקט פון א בלאג וואס דינט די חסידים וידידים פון רב הכולל ד'ניו יארק, ר' יעקב יוסעלע זצ"ל.
http://ajhistory.blogspot.com/2005/08/blog-post.htmlזאל די נשמה האבן אן עליה
Pictures from Rabbi Jacob Joseph's kever.
די נשמה זאל האבן אן עליה
posted by Menachem Butler @ 10:05 AM 2 comments
2 Comments:
At 2:09 PM, Lit said...
I question whether that Kabbalistic expression, popularized by Hassidim, would have been used by, and is therefore appropriate for a Litvak like Rav Yosef z"l.
Something like 'zichrono livrocho' or 'zecher tzaddik livrocho' would be more appropriate.
At 5:25 PM, It's all hitlers fault said...
Pure gibberish! Your ignorance is surpassed only by your hatred towards chasidim.
Have you learned any seforim of the Chofets Chayim or the Vilna Gaon?
גוט געזאגט...
תוקן על ידי - yingatchbp - 03/08/2005 0:32:36האט איינער פון אייך געלייענט די באשרייבונג פון רבי יונה לאנדא איבערען רב הכולל? ערשט קלאסיג.
איך האב געליינט די 2 ביכער
מלא שטותים ולאקשען
איך האף אז רבי יונה לאנדא לייענט נישט היידפארק, עס וואלט אים זייער געבאדערט. אלענספאלס מיר האבען שטארק הנעה געהאט צו לייענען די היסטאריע
ר' צבי;
געבראטענע שטותים? און לאקשן, אדער סתם שטותים?
איך שהוא - שטותים איז עס, איז דאך עס דא ביי אונזער פארעם "היימישע שטותים" דאס ריכטיגע פלאץ.
אפשר נישט?
א מ'רעדט שוין יא פון שטותים און לאקשן, (הגם ס'באלאנגט אין אשכול פון געבראטענע שטותים אבער ס'מאכט מ'מעג דא אויך הנאה האבן), וואלט איך געוואלט פארשטיין, וואס האט לאקשן צו טאן מיט שטותים?. לאקשן איז גראדע זייער א גוט מאכל, און ס'זעטיגט אפי', והא ראי' מ'דארף מאכן דערויף א על המחי', וואס עפעס האט מען דאס צוזאמען געשטעלט מיט שטותים?
און אז מ'שרייבט שוין וויל איך שוין אויפברענגען א זאך וואס באדערט מיך שוין יארן, בנוגע די מאכל 'קרעפלעך'. פון איין זייט איז דאס זייער א פארהייליגט מאכל וואס מ'עסט דאס אין די העכסט פארהייליגטע זמנים פון יודישן קאלענדער (הי"י האלידעי"ס בלע"ז), ווי ערב יוה"ק, שאנעראבע, פורים און שבועות, און אין טייל חסידישע הויפן האט מען טאקע לכבודו פונעם חשוב'ן מאכל אנגערופן דעם פלפול לכבוד מתן תורה 'דאס קרעפל פשעטל'. מאידך גיסא איז דער 'קרעפל' פארוואנדעלט געווארן פאר די גרעסטע ליצנות, יעדער מאן דהוא וואס גרעבעטס ארויס וואס דריקט אים אין בויך זאגט מען גלייך, יא: "דו מיט דיינע קרעפל תורות". נא וויל פרעגן, דער 'קרעפל תורה' פון שבועות איז דאך יא עפעס צו דער זאך, טא וואס גייט דא פאר?
פונקט ווי א קרעפעל קען זיין גיט און צומאהל נעבעך ס'געלונגט נישט, אזוי אויך זענען דא אזעלכע רביים וואס זאגען קרעפעל פשעטלעך אבער עס פעלט צומאהל זאלץ און פעפער, היינו הך.
לגבי די לאקשען וועסטו באמערקען אין גראסערי עס זענען פארהאן כל ערליי לאקשען גרויסע קליינע רינדיגע גראדע אזא פורעם און אזי פורעם דיקע און דינע. דאס איז אלעס שטותים.
שערקויעך נאטורלעך און גוט געזאגט
קרעפלעך וואלט איך שוין מוחל געווען, אבער די קרעפ'לעך תורות... דאס זענען נישט אויסצוהאלטן.
היינט איז געווען די יארצייט פונעם הייליגן ישמח משה, דא האט איר א בילד פון זיין מציבה.
[בילד – נישט אפגעהיט]
פארוואס האבן די רבנים די זכי' צו ליגן בא'ערד'יגט סמוך לאשתו. ווי מ'זעיט ביי אלע אלטע און ביז היינטיגע קברי צדיקים.
אבער ביים המון עם וועט מען אזא זאך נישט צולאזען. די ווייבער לייגט מען אוועק און ווייבער שול עקסטער.
???
די סיבה איז כדי די באזוכער אויפן בית עלמין זאלן נישט זיין אויסגעשטעלט צו תערובות. און דאס איז אנגענומען געווארן אלס א תקנה אינעם סאטמארן חברה קדישה.
ביי אונזער בית החיים איז נאכנישט אויסגעשטעלט געהעריג די פלעצער, מען קען זיך נאך מעלדן אויב מען וויל ליגן באזונדער אדער אינאיינעם...
קרעמער
בשם החברא קדישא
גישמאקער שרייבט: די סיבה איז כדי די באזוכער אויפן בית עלמין זאלן נישט זיין אויסגעשטעלט צו תערובות
אויב זאגסטו דאס אלס א וויץ, דאן קבל את זה [בילד – נישט אפגעהיט]
אבער דיין תגובה ווערט געזאגט מיט אזא סטרעיט פעיס אז עס דאכט זיך אז די מיינסט עס ערענסט...
קאום אן, צי פרויען נפטרים גייען נאר טעכטער נישט זון? דאס זעלבע מיט מענער נפטרים, גייען נאר קדיש זאגער'ס נישט קיין טיכלעך?
תוקן על ידי - בדעבד - 15/08/2005 18:18:59