היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » פשט אין מיין ניק

פשט אין מיין ניק

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1496424

bengold » 1/8/2005 06:01

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1488769


איך האב געזעהן דעם אשכול עס שיין אין זיס און אינטרעסאנט



אין דעם אשכול, קען יעדער שרייבער, זאגן פשט אין זיין ניק (אדער ניקס לשון רבים) וואס ער האט זיך געגעבן, און פארוואס ער האט דאס אויסגעקליבן.

כ'על אנהייבן
"BENGOLD": כשמו כן הוא - איך בין א זון פון גאלד. מיין מאמע הייסט גאלדי.


אינגערמאן איך האף אז סאיז נישט קאפי רייט


hutkh » 1/8/2005 06:21

בן זהב;

האסט מיר אויסגעכאפט, איך האב עס געוואלט עפענען. עס איז גאנץ א גוטע איידיע.

אבער וויבאלד איך האב נישט קיין פשט אויף מיין ניק, וועל איך זיך באגעניגן מיט לויב ווערטער פאר דיר פארן עפענען דעם אשכול. און בכלל פארן צוריקקומען מיט אלע כוחות.

איך שטיי און רייב זיך די אויגן אויב איך זעה גוט, סתם א זונטאג נאכט, און מיר פארברענגן דא אלע אינאיינעם בשבת אחים גם יחד, צוריקגעקומען זענען די אלטע חשוב'ע שרייבער, דער געוועזענער מנהל משנה, מיטן גרעסטן אשכול עפענער...

באלד וועט מיר נאך צוריקקומען אויך די זכרונות פון אמאל... אוי וויי

קרעמער » 1/8/2005 06:31

יישר כח פארן עפענען דעם אשכול, עס איז גאנץ א גוטע געדאנק.

איך הייס על שמו ולזכרו פון קאסמא קרעמער, דער געשמאקער אקטיאר פון די סיינפעלד עפיזאדן.

בןהרחמן » 1/8/2005 06:59

איך הייס בןהרחמן ווייל איך איך בין א זוהן (אדער א אייניקל לויט איינע פון די תגובות) פונעם אב הרחמן

bengold » 1/8/2005 11:09

אז מיר זענען אין מסורת דאס איז שוין א גוטער סימן
אז דער עתיד איז פאר אונז און לאמיר פארגעסן פון אמאל


נישט פארקריכן פון נושא

רבי הוטקע
עפעס א טעם אויפן ניק איז זיכער דא

לאמיך טרייען הייסט איר עפשער רבי יוטקע?

hutkh » 1/8/2005 13:21

יוטקע?

יאטקע מיינט א פלייש געשעפט.

אבער יוטקע? וואס איז די באדייט דערפון?

קרעמער » 1/8/2005 13:53

יא ר' יוטקע, דער סוד איז ארויסגערינען. איר זענט א פרוי מיטן נאמען יוטא. באהאלט אייך מער נישט אונטערן תורה'דיגן שלייער מיט די ישיבות און חברים, געט ארויס דעם סוד. מיר וועלן נישט ברוגז זיין, אדרבה.

דזשאןוועין » 1/8/2005 17:17

מיין ניק איז על שם דער לעגענדארער דזשאן וועין.

קרעמער איך בין אויף דיין זייט!! עס איז שוין געקומען די צייט פאר רעב יוט(ק)א זאל אראפ(ארויף)ציען דעם שלייער אויפן קאפ און אויפהערן מיט די ישיבה'שע מעשיות

bengold » 1/8/2005 21:50

הוטקע ע"ש יודקע השניידער

אדער יודקע פלאי פון ירושלים

יענטאאש » 2/8/2005 00:39

וואס פשט אין מיין ניק איז? דאכט זיך אז עס דארף נישט קיין גרויסע הסבירים, אבער וואס איז פשט פון די צעדרייטע הייד פארק בלעק אוטס??!!!!!!! דאס ווייסט איינער????!!!

און טאקע אט די פארשאלטענע בלעקאוטס!!!!! דאס איז דער פשט פארוואס איך האב היינט נישט ארויפגעשטעלט קיין תגובות!!!!!

פארשאלטענע הייד פארק!!!!!!!!!!!!!!!!!

תוקן על ידי - יענטאאש - 02/08/2005 2:49:29

not2bz » 2/8/2005 00:58

איך מיין אז דער עולם ווייסט פשט און מיין ניק

nafcha » 2/8/2005 05:10

פשט אין הוטקע'ס ניק, איז שוין אמאל געווארן ארויסגעברענגט, די אותיות פון 'hutkh' אין אידיש איז יואלי....
נאר אזוי ווי ס'איז דא אבאנטש נייע שרייבער'ס ווייסן זיי נישט דערפון(איי קרעמער האט געשריבן אז ער האלט שוין מיט 'היימישע שטותים' זינט איר התייסדות?? קשיא!![ס'איז באקאנט די כלל אין ש"ס, אז ווי ס'שטייט תיקו איז נישט דא קיין תירוץ, און ווי ס'שטייט קשיא איז יא דא א תירוץ. סא טאמער מר. קרעמער איז אינטערסירט צו הערן די תירוץ זאלסטו דיך ווענדען צו מיר]).

פשט אין מיין ניק.... קאמענטארן זענען איבעריג.
ספעציעל נאך די צאנט.......



תמיד ה''נפחא'' מציל בשעות הקשות

נאטורליך » 2/8/2005 05:23

וויאזוי קען איך דא שרייבען?

קרעמער » 2/8/2005 06:17

נפחא בה"א הידיעה (לאפוקי פון די וואס האבן זיך געוואגט קליין צו מאכן דורכן רופן "נפחא'לע"), איך האב טאקע מיטגעהאלטן דעם פורום פון אנהייב, אבער איך געדענק נישט אז דאס איז באשטימט געווארן אלס פאקט אז הוטקע איז יואלי, עס איז געווען איינס פון פולע השערות. אדרבה, דערמאן מיר, אפשר געדענק איך נישט אזוי קלאר. ווייסט דאך אז מיין קאפ איז מלא וגדוש מיט טויזענט אנדערע - וויכטיגערע..- זאכען ווי דאס.

BeChusid » 2/8/2005 18:52

Kramer, you didn't say yet an explanation in your nick, so I'll try

I think Kramer is very closely related to Hutkh, by their common interest of the Seinfeld sitcom

קרעמער » 3/8/2005 05:23

ביחסיד;

איך האב שוין יא געשריבן א הסבר אויף מיין ניק, קוק אויבן וועסטו זעהן. לעילוי נשמת קאסמא קרעמער פון די סיינפעלדס.

האסט גוט צוגעטראפן, איך בין גאנץ נאנט צו ר' הוטקע, דערפאר האט ער מיר אויפגענומען אלס שרייבער אין זיין געלונגענע און מורא'דיג אויפגעכאפטע פורום ווען ער האט שוין נישט געהאט די צייט דאס אליין צו טאן.

הרחמן » 23/8/2005 05:23

איך הייס הרחמן, ווייל איך בין א זוהן פון דעם אלטן קאלעכער,(שא....שא..... זאגטס נישט פאר מיין טאטע, אז איך האב געזאגט אז ער קאלעכט.) אב הרחמן, און די טאטע פון אונזער חשוב'ע סעקרעטאר בן הרחמן.

בןהרחמן » 23/8/2005 05:38

וויאזוי קענסטו זיין מיין טאטע, דו (דיין ניק) ביזט דאך קוים געבוירן פאר אפאר מינוט צוריק

פענסטער » 28/10/2005 04:12

איך הייס פענסטער ווייל..............



איך ווייס אויך נישט.

איין זאך ווייס איך, מ'האט מיך גערודפט איך זאל טוישן ניק, און איך האב נישט געהט קיין ברירה נאר צוגיין צום פענסטער, און זיך שטעלן טראכטן פון א נאמען, און דאס איבריגע איז היסטאריע.

גראדע האט מיר איינער פון די חברי הפורם אנגעטראגן צו נעמען איינע פון זיינע צען נעמען, אבער ס'האט עפעס צוטין מיט סטראבערי'ס, און איך האב נישט ליב קיין סטראבעריס, סאו האב איך עס נישט אנגענומען.

עניוועיס, א גרויסען יישר כח פארן וועלן ארויסהעלפן.

התאחדות » 28/10/2005 18:16

פשט איז פשוט הרב פענסטער, איך האב דאס שוין מרמז געווען אין אן אנדערן געהענגעל,

ווייל ווען נפחא קומט אריין עפנט מען אויף די פענסטער


תוקן על ידי - התאחדות - 28/10/2005 18:16:37

natan101 » 31/10/2005 02:31

בןהרחמן

נתן101
שלום חבר, אינו דומה שונה פרקו מאה פעמים לשונה פרקו מאה פעמים ואחד

----------------------------

gishmoker

עס דערמאנט מיך פון א חשובע איד א בעלזא'ער, און בעלזא איז דער מנהג נישט צו געבן אויף צדקה הונדערט דאלור נאר הונדערט און איין צוליב זוגות. יענער האט אמאל געגעבן א הונדערטער זאגט אים דער קאסירער: נו גיבט צו נאך איין דולאר. זאגט ער: אפשר גיבט איר מיר צוריק איינס...?

נתן איז נישט אזוי... ער גיבט ברוח נדיבה ובנפש רחבה...מאה ואחד...
-----------------------------

דער ריינער אמת איז אז איך האב געטראכט פון ביידע ביים אויסקלייבען די נאמען.......
ברוך שכיוונתם


[בילד – נישט אפגעהיט]

חיים_חייקל » 2/11/2005 21:15

וואס דארף מען מער פון דעם...

איך בין חיים חייקל דער וואסער טרעגער פון אונזער דארף. פון צייט צו צייט, ווען מען דארף שפייזן די פיצעלעך וועלכע קוקן ארויס יעדן צופרי אויף פרישע זעמלעך, לאז איך זיך אויך ארויס צו די דערנעבנדיגע דערפלעך איינהאנדלען אפאר גראשן.

התאחדות » 2/11/2005 21:28

אוי חיים חייקל מ'זעהט אז דו ביסט א פרעמדער, דו האסט ארויסגענומען א נישט ריכטיגע צייטונג, די אשכול איז נאר פאר אזעלכע וואס רופן זיך נישט ביים ריכטיגען נאמען זיי נוצן נאר א ניק, לדוגמא איך התאחדות, איך הייס נישט התאחדות, וויל דער ציבור ? פארשטיין פארוואס איך רוף מיך אזוי, אבער ביי דיר דו דארפסט דיך פאר קיינעם נישט פארענפערן.

דיפלאמאט » 2/11/2005 21:47

אויך דא דארף איך דערציילן פשט אין מיין ניק? אדער איז גענוג אז איך לייג א לינק פון חדשות אנש...

סאכדעס » 23/4/2006 23:20

פשט אין מיין ניק קען יאך נישט פארציילן

3x0 » 23/4/2006 23:29

פשט און ארויף ברענגן די אשכול קענסטו יא פארציילן?

סאכדעס » 23/4/2006 23:38

אזוי ווי דו ביסט דאך דא נייער, וויל איך אז דו זאלסט אויך שרייבן פשט פון דיין ניק

3x0 » 23/4/2006 23:48

ווען איך בין געווען א יונגע בחור האט מיך מיין מגיד שיעור איינמאל אנגעשריגן, אז איך בין א ליידיגייער, און איך האב נישט גארנישט אין מיר, און איך בין גארנישט מיט נישט,

האב איך אים געפרעגט, נאר דעס בין איך?

האט ער מיר גענטפער איז איך בין נישט נאר איינמאל גאנישט מיט נישט , נאר "דריי מאל גארנישט".

בןהרחמן » 23/4/2006 23:52

אוי ווי גערעכט איז ער געווען (דזשאסט קידינג- וואטעווער איט מינס)

whats_up » 24/4/2006 04:00

איך ווייס נישט

TOTHETHING » 2/5/2006 21:52

PSHAT IN MY NICK
?

I WANT TO HEAR FROM THE AUDIENCE

גראף » 2/5/2006 21:59

ווייל דו ביסט צו דער זאך!