מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן פאר אלע אונזערע חשוב'ע מעמבער'ס, ליינער און שרייבער צוגלייך, אז ביי די קהל'ס מיטינג וואס איז פארגעקומען הונטער געשלאסענע טירן דעם פארגאנגענעם דינסטאג (מיט די אפוועזענהייט פון בן הרחמן, וועלכער פראוועט אין די טעג תיקון חצות צופרי אויך, און מען קען ממש נישט צוקומען צו אים) איז באשלאסן געווארן פה אחד (הא? הוטקע מיט יענטאאש זענען איינס און דאס זעלבע?) אז היות די קהילה איז זיך אזוי שיין צואוואקסן אין די לעצטע תקופה, בפרט ווען מיר האבן צוגעבויט די נייע פאליש אין מסורת היידפארק, איז דאך יעצט די ריכטיגע צייט אויסצואוועלן א נייעם מנהל משנה וואס זאל ארויסהעלפן מיט די ביטער שווערע ארבעט פון האלטן דעם עולם אונטער קאנטראל.
לכתחילה האבן מיר געוואלט אויפנעמען אזא איינעם וואס האט גענוג און נאך צייט אויף די האנט זיך אפצוגעבן מיט די אלע טאג טעגליכע פראבלעמען וואס מאכן זיך אין אזא גרויסע וועלטליכע קהילה, האבן מיר זיך געמאלדן צו אונזער ידיד ר' קרעמער וועלכער זיצט טאג און נאכט און באטראכט די זון און די לבנה און די אסטראנאטן (ווערט נישט באליידיגט מר. קרעמער, דאס איז אסאך חשוב'ער ווי זיצן אויף די אינטערנעט א גאנצן טאג), אבער ער האט אונז איינגעמאלדן אז אויב ער וועט אננעמען דעם פאסטן וועט ער מוזן פארקורצן זיינע נייעס באריכטן און אנאליזן, און אויף דעם האבן מיר נישט מסכים געווען, בשום אופן. דאס איז דאך פון די זאכען וואס ברענגט אהער דעם עולם פון אומעטום, מען שטראמט אין די מאסן ווי נאר מען הערט אז מר. קרעמער'ס פעדער האט זיך שוין ווידער איבערגעפולט און אויסגערינען אויף זיין פאפירל.
האבן מיר זיך גענומען זוכן צווישן דעם חשוב'ן עולם "ווער איז דער פאסיגער קאנדידאט"?
האט שיינט ארויס צו אונז א ניק וואס זאגט שוין אלעס! נאט טו ביזי [נישט צו פארנומען]! דאס איז דאך די איינציגע מעלה וואס מיר זוכען ביי אונזערע ראשי קהילה...
פון אנהויב האט ער נישט מסכים געווען, ער האט פרובירט זיך ארויסדרייען מיט די אונטערנאציאנאלע תירוצים: איך בין הייזעריג, נידריג, דיקליך, פארנומען (די איין תירוץ איז געווען א פאלשע...) וכו' וכו'
אבער מיר - די ראשי וטובי הקהילה - האבן זיך געשטארקט אויף אים, צוגעבינדן די הענט און פיס, און אנגעטאן אויף אים דעם כתר מלכות, וימליכה תחת לאוולי והוד שבהוד...
על כן, ברודערלעך געטריי, גייט ארויס אין א ווארימע געזאנג (נישט קיין מוזיק, צוליב די דריי וואכן) לכבוד אונזער נייעם מנהל משנה!
מזל טוב מזל טוב!