היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » א שרעק!!... א דיבוק פון הוטקע.....!!!

א שרעק!!... א דיבוק פון הוטקע.....!!!

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1510416

gishmoker » 9/8/2005 09:36


עס דרייען זיך ארום ערנסטע קלאנגען אז א פרוי האט זיך גענומען מאכן מאדנע און אומקאנטראלירטע באוועגונגען ווי אויך אינטערעסאנטע שרעקעוודיגע מענערישע קולות , ענליך צו הוטקע .....!!

פון האלבעטע שמועות הערט מען אז די פרוי האט אנגערירט א פלאש הייניקן אין א ביר געשעפט זינט דעמאלט איז זי געווארן ווי נישט זי..!! גלייך ארויס אנע באצאלן און אויסגעזאפט די באטל אויפן גאס אנע ברכה...!! און געשריגן אויף אלע פרויען מיט א מענערישע שטימע!!!

די משפחה האט זיך פרובירט מטפל זיין מיט איר און אויסגעפרעגט פון די שטימע פארשידענע פראגן, וואס האט נאר געענפערט אויף געציילטע זאכן ווי אויך אזעלכע מאדנע געשרייען ווי. ... ווע... ווע... !!!! ... איך דארף נאך.!! ווע.. לי... בי...!! ווע... לי... בי....!! איך דארף נאך ביר....!!! ס'יז געווען דראמאטיש צו צוקוקן ווי בזמנינו געשעהן נאך אזעלכע הויכע ענינים!

ידידים האבן זיך גלייך געוואנדן צו די מקובלים און חאכאמים ווי דער באקאנטער הרב בצרי וואס האט פארטריבן נישט לאנג צוריק דעם פנחס בן סופי. עס איז צום ערווארטן א הברחת הדיבוק אין די נאנטע טעג. האלט אייך געשפאנט!

אוי הוטקע! הוטקע'לע זיסער! אין דיינע צייטן וואלט מען געגאנגען צו דיר ארויסטרייבן א דיבוק!... און היצטעט אזא בראך!.... מי ירפא לנו את שברינו!?....(דא צעוויין איך מיך...)


ווער עס האט מער איינצעלהייטן זאל מודיע זיין, איך האב נישט אויספיעט צו הערן אלע דעטאלן פון דעם קעיס.


[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 9/8/2005 13:31

geshmoker

איך האב דיר שוין אמאל געפרעגט - אן באקומען קיין אנטווארט - לאמיר דיר נאכאמאל פרובירן אנפרעגן:

פון וואנעט פארשאפט מען די אינטערסאנטע מענטשעלעך, ווי די וואס דו האסט דא ארויפגעלייגט?

gishmoker » 9/8/2005 17:15


אזוי פרי פארטאגס?!

נו, איינער האט עפעס נייעס מיט די דיבוק? איך האב נאכנישט געהערט היינט גאנישט...

די מענטשעלעך קען מען דאונלאודן דא

http://www.smileycentral.com/?partner=ZNxdm006

קרעמער » 9/8/2005 22:07

thank you

gracias

יישר כח

א דאנק

תודה רבה

תוקן על ידי - קרעמער - 09/08/2005 22:36:10

בןהרחמן » 9/8/2005 22:41

קרעמער האסט פארגעסן

דאנקע שעהן

קרעמער » 9/8/2005 22:48

ווער מיינסטו בין איך, דער פויפסט? וואס קען אלע שפראכן?

דזשענקיוא (פוליש)

בןהרחמן » 9/8/2005 22:51

דו מיינסט דער פויבסט קען יא אלע שפראכן

און גראדע האב איך יא געמיינט אז דו ביזט דער פויבסט

אל קאל פאנים דיינע עלטער באבעס האבן דאך מסתמא געזאגט דאנקע שעהן וואלסטו געמעגט געדענקען

gishmoker » 10/8/2005 01:08


ס'גארנישט ,,, מר. קרעמער איז היינט געווען אין פאסט אפיס דארטן שטייט עס אויף אלע שפראכן...


נו, האסט שוין דאונלאודעד ? שטעל ארויף מענטשעלעך!...