קרעמער'ס "שטאטישע" טאגבוך
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1521808
יא, אזוי ווי איר הערט, אז מיין אלטע אויסגעדראשענע טאגבוך פון די קאנטרי וועפט צו אלע רוחות (והא ראיה, איך האב נישט געהערט קיין צוויי גוטע ווערטער דערויף) וועלן מיר מוזען פרובירן אויף דעם אופן.
מיין טאגבוך פון די שטאט איר מיינט אודאי אז נאר אין די קאנטרי איז דא די געשמאקע פון איין זייט פיינפולע פון די צווייטע זייט עקספיריענס?
ליינט מיין טאגבוך פון די שטאט, וועט ער שוין נישט וויסן וואס עס לוינט זיך ענדערש; פארן אין קאנטרי און מיטמאכן וואס 'נאטורליך' באשרייבט אזוי נאטורליך, אדער פארבלייבן אין שטאט און מיטלעבן דאס וואס איך וועל אי"ה דא באשרייבן.
פרק א'
אויפן קאלענדער איז א טאג נאך שבועות, אויך באקאנט אלס "אסרו חג", אבער ביי מיר אינדערהיים איז דאס דער ערשטער טאג פונעם אנזעץ. פון דעם טאג אנגעהויבן - ווייסט מען ביי מיר אין שטוב - ברויך מען אוועקשטיין פון די פענסטער ווייל אויב נישט... אין אנדערע ווערטער: מען זאל אפגעהיטן ווערן פון זען דאס אומדערטרעגליכע, מען זאל נישט חלילה צוזען מיט די אויגן ווי די גאנצע בלאק פאקט זיך פעק און פארט ארויס צו די קילערע געגנטער און מיר בלייבן דא אליין.
די בארנפעלד'ס שטייען שוין אלע אויסגע'שורה'ט פארנט פון זייער דירה, און אויף די העכסטע טענער שרייען זיי מיט איין שטימע: "מאמי, די ווען איז שוין דא"!
נאר דאס האט מיר אויסגעפעלט. מיין מאגען ווערט צוזאמגעצויגן, איינגעשרינקן ווי א שרומפ, עס ווערט מיר קאלעמוטנע אויפן הארצן, אקעי; איך וועל נישט אזוי פארפאסן די געשרייען פון זייערע פיצלעך – וואס דער עלטסטער איז נאך נישט בר מצוה און פארמאגט שוין זעכצען געשוויסטער אונטער זיך, פרעגט נישט וויאזוי – יעדן שבת נאכמיטאג, וואס ווי מיט א שבת זייגער אויסגערעכנט הויבט זיך דאס אן פונקט ווען מיין קאפ פאלט אנידער אונמאכט אויף די קאלטע קושען נאך די ווארימע טשאלענט, גרייט פארזינקן צו ווערן אין א בערישע ווינטער שלאף.
און – פארשטייט מיר נישט שלעכט - איך בענק זיך אויך נישט נאך די וואסער באלאנען וואס זיי ווארפן אראפ פון זייער פארטש אזוי פערצופאלדיג נאר ווען איך טוה אן מיין "חתונה הוט" צו גיין אויף א שבע ברכות... נאר צו באקומען אן אנטשולדיגונג דורכן טעלעפאן פון די קעניגן פון די בלאק, מרת בארנפעלד אליין: יא, מר. קרעמער, אנטשולדיגט, אבער "נעקסט טיים" גיט אכטונג וואו איר גייט... (אקעי, אויף זייער זייט גיי איך שוין לאנג נישט פארביי, אבער אויף די אנדערע זייט איז דאך גארנישט בעסער, ווארט ביז איר הערט וואס די האזלניס משפחה טוט אלס א "האבי" מיט זייערע שמוציגע פעמפער'ס).
אבער דאך, עס קומט נישט צי צו זיין אומעטיג און איינער אליין אויפן לאנג-ווי-די-גלות בלאק אין יענעם עק פון ניי-וויליאמסבורג.
(פארזעצונג? אויף אייער פארלאנג!)
תוקן על ידי - קרעמער - 15/08/2005 20:26:07קרעמער די שרייבסט (נעם א דיקשענערי און זיך אויף די צוויי בעסטע קאמפלימענט אויסדריקן און לייג עס דא אריין )
און יא פאר איך פארגעס שרייב נאך
נאטורליך
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך באלעק מיך די פינגערס
[בילד – נישט אפגעהיט]
קרעמער; צוויי ווערטער
[בילד – נישט אפגעהיט]
יישר כח פאר די פילע (דריי...) קאמפלימענטן.
אי"ה מארגן קומט די צווייטע קאפיטל (עס איז שוין גרייט, אבער מען ברויך נאך די פינישינג טאטשעס...).
איר קענט אבער ווייטער קאמפלימענטירן...
איך האף קרעמער האסט נישט אנגענומען ערנסט די פריערדיגע קאמפלימענטט עס איז געווען געריכטעט צו נאטורליך [בילד – נישט אפגעהיט]
או אז אתן לך את שלך, אזי קבל וקבל [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
עוד לא עוניין ללכת להמחנה חופש באשר איפשרות בככך ספריומית מושך לב זולתה.
אי"ה בלשנה הבאה, ואחר כבר קילקלתי...
געשמאקער;
מיט אזעלכע פריינט ווי דיר, ווער ברויך נאך שונאים? (קומסט אריין אין מיין טעריטאריע און שרייבסט קאמפלימענטארן פאר א צווייטן שרייבער).
און - פאר איך פארגעס - נאך איין זאך:
ווען דו וועסט אליין פארשטיין פשט אין די צוויי שורות וואס דו האסט פרובירט שרייבן אויף עפעס א קילע שפראך (קיין לשון הקודש איז עס נישט, און עברית קוקט אויך נישט אויס אזוי) זאלסטו מיר דאס מסביר זיין, ביטע.
(איך האב שוין געוואלט ארויפלייגן דעם צווייטן קאפיטל, אבער דער אומ'געשמאקער האט מיר יעצט אוועקגענומען דעם אפעטיט... חברה, נעמט אייך איבער זיינע ביינער).
געשמאקער איז דער כולל יונגערמאן אין אונזער שול, ער דרייט זיך ארום מיטן ברוינעם כאלאטל אנעם הוט און קריכט פון קופקע צו קופקע זאגט און רעדט ווייסט נישט ווי צו קאמפלימענטירן און ווי צו רעאגירן, פעגערט די ראשי הקהילה מיט פראגעס און קריטיק, ווען ער זעט איינעם אויפשפארן קהל'ס אפיס קומט ער צו לויפן פון די אנדערע עק שול צו כאפן דעם טיר נאך פאר עס פארקלאפטט זיך דערנאך רודפט ער פאר א האלבע שעה דעם קהל'ס מאן וועלכער איז נאר אריינגעקומען צו גיין הכנות.......
בקיצור, א גישמאקער מיט א קמץ.....
קרעמער זיסער איך האב קיינעם נישט געמיינט צו באליידיגן ח"ו. .... כ'אב גארנישט געמיינט .... כ'אב גארנישט געוואלט.... כ'אב גארנישט געזאגט.... כ'אב גארנישט געטון.... כ'אב גארנישט אהין.... כ'אב גארנישט אהער.... ווייסט דאך.. כ'אב גארנישט געמיינט נו.
איך האב מיך געפלאגט צו פארשטיין פשט אין מיינע צוויי שורות אויף די אומבאקאנטע שפראך. עפעס איז עס מיר האלבוועגס יא באקאנט, כ'על טרייען איבערטייטשן אויף יידיש:
"אדער ( ?, מסתם מיינט עס 'אבער', א טעות וואס איז דא אין אידיש אויך...) דאן וועל איך דיר געבן דיינס, דאן באקום און באקום [שתי אגודלי ירוק]
מער איז נישט אינטערעסאנט צו גיין אין א קאנטרי אויב ס'איז מעגליך מיט אזא שיינעם טאגבוך אן דעם.
אויב דער אויבערשטער וועט וועלן אינעם קומענדיגען יאר, נאכדעם וואס היי יאר האב איך שוין פארנאכלעסיגט [און יא געפארן אין קאנטרי]."
ענטשולדיגט אז איך דארף איבערטייטשן מיינע ווערטער, איך האלט מיך אינמיטן אויסלערנען עברי'שע שפראך . באמת, לשה"ק קען איך שוין, נאר דע פאר ווערטער זייערע ווי :
רלוונטי
נורמלי
סינטטי
ספריומית
עסיסי
בינלאומית
וכו' וכו' האלט איך אינמיטן אויפכאפן ווען מען ניצט דאס, קען זיין איך עס נישט גענוצט אינעם ריכטיגן פראז. מאכטס מיר אויפמערקזאם.
יענטאאש
געדענקסט ווען מיין כאלאטל איז אמאל שווארץ געווען נאר ווען הוטקע בגנזי מרומים איז צאמגעפאלן האסטו מיך שנעל גערופן און די ברוינע קאווע האט זיך אויסגעגאסן זינט דאן איז עס ברוין. נו אפשר יעצט נאך די ניין טעג וועל איך בעטן יאנעש דער גוי דא ער זאל עס אויסוואשן צוזאמען מיט די מקווה האנטוכער, כ'אב נישט וואס זאל איך טון.
קרעמער גיי ווייטער מיט דיין טאגבוך ס'יז באמת זייער אינטערעסאנט און באלערנד. שכוח
gishmoker
צוויי זאכן
1) איך ווייס נישט אויב עס איז גיט צו וואשן דיין כאלאט מיט די האנטעכער (עפעס אזוי געדענק אלץ בחור האב איך אמאל געבעטן מיין מאמע זאל אויסוואשן מיין כאלאט און זי האט מיר עפעס אזוי געזאגט)
2) די שרייבסט פאר קרעמער " קרעמער גיי ווייטער מיט דיין טאגבוך ס'יז באמת זייער אינטערעסאנט און באלערנד. שכוח" איך בין מודה אז עס איז "זייער אינטערעסאנט"
אבער "באלערענט" וואס איז אזוי באלערענט?
יענטאאש; ראש הקהל! יישר כח פאר די דברי חיזוק וחוזק... דו קומסט מיר באמת צוניץ אין די שווערע זמנים דא..
געשמאקער;
אויב דו קענסט עברית, קען איך גריכיש. און די מציאות איז אז איך קען נישט קיין גריכיש[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האף האסט נישט אריינגעלייגט צופיל שעות אין דיין "עברית" לעסאנ'ס, ווייל אויב יא, קענסטו גיין מתפלל זיין בקול דממה דקה "למען לא ניגע לריק" ווייל די גאנצע יגיעה איז געווען אומזינסט... דו קענסט א הויקער! און נישט סתם א הויקער, נאר א קעמל'ס הויקער![בילד – נישט אפגעהיט]
שוין, גענוג געטשעפעט פאר היינט, לאמיר גיין צופיצן דעם טאגבוך און ארויפלייגן די צווייטע קאפיטל, דער גאנצער עולם ברויך דאך נישט לייגן צוליב דעם איינעם נודניק...
פרק ב'
און אז מען פארט נישט אין קאנטרי מיינט איר אז מען ברויך נישט אויסרישן די קינדער מיט זומער'דיגס? פונקט פארקערט. זיי וועלן דאך דארפן זיין "אנגעטוהן" ערב ובוקר וצהרים, פון קליין ביז גרויס, אנגעהויבן ביים דריי חדשים'דיגס וואס מען ברויך יעצט דאס ערשטע מאל איינשטאפירן מיט זומער'דיגס, ווייל די פאריעריגע פונעם אנדערן פיצל איז שוין ירושה פון זיינע פארגייער, און כאילו די קליידלעך האבן ביי א מיטינג איינשטימיג באשלאסן אז "עד פה תבא", מער ווי צוויי קינדער אין א רייע מעגן אונז נישט טראגן.
נישט פארגעסן פון די "אם הבנים שמחה", זי ברויך דאך א גאנצע נייע שטאפיר, ווייל (חזר'ט גוט איין דעם נוסח, עס וועט אייך צוניצקומען אין די שפעטערדיגע קאפיטלן): "מיר בלייבן דאך דא, קענען מיר זיך דאס ערלויבן".
זומער איז טאקע נישטא קיין חתונות דא אין שטאט, און אפילו די בר מצוה'ס ווערן ארויסגעליפערט צו די קאנטרי, אפילו וואכנאכט'ס און ברית'ן טראגט מען ארויס, די שטאט פארבלייבט ווי ווארשא הארט נאכן וועלט-קריג, מען מוז צואווארטן לכל הפחות ניין חדשים ביז די קומענדיגע שמחה. אבער דאס מיינט נישט אז מען ברויך נישט איינהאנדלן צוויי נייע שבת'דיגע "אוטפיט'ס", ווייל...
...מען וועט דאך ארויספארן צו די עלטערן און שוויגער עלטערן אויף א שבת אינמיטן די זוממער! (ג-ט זאל באהיטן אויב מען וועט ניצען די זעלבע נייע אוטפיט אין ביידע קאנטרי'ס... מענטשן האבן דאך געהערט אויף "קול ברמה" אדער "קול דופק" פונקטליך וועלכע קאליר בלוזקע און וועלכע סארט שעסל זי האט אנגעהאט פארגאנגענע וויקענד אין די אנדערע קאנטרי).
צו אונזער (שלי)מזל איז נארוואס אנגעקומען די נייע קרעדיט קארד אויף וועלכע מיר ווארטן שוין עטליכע יאר... ווייזט אויס אז די גרויסע "וויזע" קאמפאני האט איינגעזען אז איך עקזיסטיר יא אויף דער וועלט, און מען ברויך מיר אויך שניידן די טאשן. אלזא, וואס טוט מען מיט א נייע קרעדיט קארד? מען ברויך דאך דאס אויספרובירן אויב עס ארבעט טאקע... און ביים ערשטן מאל מוז מען זעהן אויב עס ענטהאלט טאקע די פארשפראכענע זיבן הונדערט דאלער וואס שטייט אויף "פרי-אפראווד" קידוש לבנה צעטעלע וואס איז מיטגעקומען מיט דעם קליינעם גנב'ל וואס רופט זיך קרעדיט קארד.
פארזעצונג קומט אי"ה
[בילד – נישט אפגעהיט]פיין פיין געשריבן.
יא באלערנד, מען קען זיך לערנען וואס יא און וואס נישט צו טון.
קרעמער, אפשר קענסטו מיר איבערטייטשן מיינע צוויי שורות אויבן אויך עברית...? און ממה נפשך אויב דו קענסט נישט דאן פון וואו ווייסטו אז עס איז נישט גוט? [בילד – נישט אפגעהיט]
שמאק'ער;
נעתרות נשיקות שונא, קענסט אויפהערן קאמפלימענטירן, און בכלל; לא מדובשך ולא מעוקצך.
פון וואנעט איך ווייס אז דאס איז נישט עבריט? מען ברויך נישט זיין קיין חזן צו באמערקן ווען דער צווייטער איז אויך נישט. וד"ל.
וואס?... וואס?... קוים א וואך דער אלטער רעבע איז נישט דא און שוין האט דער קרעמל זיך אוועקגערירט פונעם רעבענס דעירעך?
דער אלטער רבי האט אונז געלערנט, א גאנצן לעבן, אז מיר זענען אנדערש ווי אלע אנדערע קהלות. מיר זענען נישט קיין 'כאדאשעס אנאש'. מיר דילדן נישט קיין מאכלויקעס, קריגערייען, מיר נעמען אויף יעדען בסבר פנים יפות. כ'פארשטיי ס'מאכט זיך אמאל איינער וואס איז..., נא, שלונגט מען אביסל, אז מ'קען נישט שלינגען פראבירט מען מיט שיינעם, אדער/אבער ווענדט מען זיך אין אישית, אויספראקן ברבים כאסוועשאלעם, היו לא תהי'!
מיר ווילן זיך האלטן אין אלטן רבינ'ס דרך, ע"ד הסלולה, מיר וועלן נישט משנה זיין קיין זיז כל שהוא.
נא לאמיר זינגען: אז מ'קען נישט און אז מ'טויג נישט נעמט מען זיך נישט אונטער...
זרח'ל;
דיין לעצטע שורה איז א פליק אויף מיין חשבון???
==
אקעי, נאו מאר, פון יעצט און ווייטער מעג קיינער נישט צוריקפליקן (בכלל האב איך ליב צו האבן די לעצטע ווארט).
אוי רעבע, ביסט דאך א קלוגער באלערנטער מענטש...
פארשטיי גוט! איך וויל כאלילעוועכאס נישט זיין פון דיינע ערשטע קעגנערס, אדרבה, איך בין דיר א גוטער פריינד.
פליקן אויף דיין חשבון? NO און נאכאמאל NO. דא איז א פריינטלעך 'געשמאקער' קרעמל!
עם... עם... כא... כאב... נא... נאר... געעממייננט... צי אופמערקזאם מאכן נאך איידער די מעשים תעתיעום גייען אריין אין די הויכע טענער...
אקעי שוין, כ'על נאמאר ניצן אזא סארט ברייטע שפראך מעורר צי זיין דעם רעבין. איך וועל מער נזהר זיין. מוחל? מוחל? מוחל? (דריי מאל כהלכתה).
שוין איך ווארף זיך אונטער און איך לאז אייך האבן דאס לעצטע ווארט...
זרח'ל;
אויפן פריינטליכן שטייגער וויל איך דיר אויפמערקזאם מאכן אז האסט פארגעסן דיין אייגענעם אייגנארטיגן וועג פון שרייבן, צום ביישפיל:
אדרבה האסטו געלאזט גאנץ, און נישט געשריבן אדעראבע.
און נאך עטליכע ווערטער וואס דו האסט נישט צוקאלוזשט כדרכך בקודש...
(גענוג א גוטער פליק אדער ברויך איך גיין טיפער?)
אדעראבע יעלאמדייני ראבייני.
דער רעבע האט דאך געעפענט א ספעציעלן עשקעל איבער די (כללים) [קעלאלעם] פון דער יידישער שפראך, און איך פרוביר מיך צי האלטן צי די קעלאלעם, אפי' ווען איך ווארף אמאל אמאל אריין לאשענקוידעשדיגע ווערטער.
נישט גערעכט?
קען מען דען זיין מער פאלגעדיג ווי דעם?
**
עטליכע כללים.
אין די אידישע שפראך ווערט נישט גענוצט דער אות:
'ב' (אן א פינטל) - מ'נוצט 'וו' (צוויי ווא"ו'ס)
'ח' - מ'נוצט דעם אות 'כ' (אן א פינטל)
'כּ' (מיט א פינטל) - מ'נוצוט דעם אות 'ק'
'שֹ' און 'ת' (אן א פינטל) - מ'נוצט נאר דעם אות 'ס'
'תּ' (מיט א פינטל) - מ'נוצט דעם אות 'ט'
זרח'ל טייערער;
דיין לשון קודש דערמאנט מיר פון אן אלטן ארטיקל וואס איז געשטאנען אין די "נייעס באריכט" צייטונג וואס איך פלעג זיין אדיקטעד (מלשון "אדוק" בלשון הקודש) דערצו מיט יארן צוריק.
דארט האט איינער (אויב מיין זכרון דינט מיר גוט: דער סוחר) באשריבן א געגנט אין אמעריקע וואו מען רעדט כלומר'שט לשון הקודש, אדער א ווערסיע דערפון וואס דו האסט אויפגעכאפט.
געדענק איינער די באשרייבונג? ווייסט איינער פון וועלכן ארט דאס רעדט זיך? איז עס אמת אדער פיקטיוו?
איך האב געזען א גוט ווארט לעצטנס (טאקע דא אויף היידפארק):
איך האב קיין פראבלעם מיטן זכרון, עס איז נאר די שכחה וואס מאכט מיר פארגעסן כסדר...
מיך דערמאנט דאס אין מיין באבענ'ס בריוון וואס זי פלעגט מיר שרייבן אין קעמפ...
אוי וויי
וויי איז מיר אז כ'אב גורם געווען אזא קריגעריי
מרומא סהדי אז איך האב נידט געמיינט קיינעם שלעכטס חלילה. איך בענק מיר נאל אביסל צום אלטן הוטקה.
יעדער שרייבט דא זייער גוט און פיין אנגעהויבן ביי מיר און געענדיגט ביי בענגאלד.
חזק חזק ונתחזק אהוי אהוי אהוי. חזק חזק ונתחזק אהוי אההוווייי. אוי עד ביאת גואל אוי אוי אוי אוי חזק. אוי עד ביאת גואל אוי אוי אוי! חחחחזזזזזקקקקקק!!
געשמאקער! שא! איך הער דיך דא אריינזינגען ביז אין קהל'ס אפיס! איך קען נישט מאכן געהעריג די חשבונות! די פארדרייסט מיר א קאפ!.
עה.... דו פארדרייסט מיר נישט קיין קאפ יעצט האסט עס שוין געטון נעכטן.
זאארעעכחך פפעעפפעעררר:::::::
שעערקכואויעעכחך פאהאהאררעענןן אהואויאויפפפמממםםעערכזסאאממם ממאהאהאכחענן דעעהעהעמם רעעבוועענן'סשסשסשס זסיכחראוינעללעווראהאחכךעע'סשסשס דעעעררעעכחך....!!@@@!!!!@@@@!!!
-------
(נ.ב. מען דארף צו יעדן רעדן זיין שפראך.)
קרעמער;
אין אנבאלאנגט די אידישער שפראך, ביסטו דאך דער גרויסער גלערנטער עקספערט, קומסטו מיך פרעגן?.
ווייסט דאך יא אז סאפקאלסאף בין איך נישט מער ווי א גרינער אינעם גאנצן סאבדזשעקט.
און יא, פאר איך פארגעס, כאן המקום, איך וויל זיך טאקע דא באדאנקען ברבים פאר אונזער חשוב'ן נשיא ומנהל הפורם, פאר די איידיע פון צושטעלן אזא אייגנארטיגער געשמקער פארעם, ווי איך קען זיך אביסל לערנען טייפן און שרייבן. דאנקע.
נחזור לענינינו. שוין, איך וועל פרובירן מיין מזל. הער גוט אויס מיין עניית דעתי (אמאל איז דער ענ"ד אמת'דיג... ווייל איך בין דאך א פרישער אין דער גאנצער נושא), רוב כללים פון די אידישע שפראך שטאמען מער ווייניגער פון די... אידישיסטן און נאכאמאל יא פון די אידישיסטן...
גיב נאר א קוק אין אלע היימישע [לייען: ארטאדאקסישע] אידישע אויסגאבן, פלאקאטן, מודעות, פון פאר די קריג וועסטו שוין זען וויאזוי זייער אידיש איז געווען... (פון די אלטע צאינה וראינה אדער בית יהודא עברי טייטש רעד איך שוין אפי' נישט...). ועיי' באשכול הסמוך "עטליכע כללים אין די אידישע שפראך" ממעכ"ת מ"ש שם הגעשמאקער סברה נכונה בזה, כי חלוקי מדינות שנו כאן, עיי"ש דברים של טעם.
די סיבה דערצו איז פשוט, ווייל אויף די אלע אנדערע שבעים (?) לשונות זענען געזעצן פיליסאפן און שפראך קענער און האבן אויסגעשטעלט דעם דעם שפראך בכל פרטיה ודקדוקיה, לויט די גרינדפרינציפן פונעם שפראך. אידיש אבער איז נישט קיין שפראך פאר זיך!. אידיש איז ווי געזאגט א 'גלות שפראך', וועלכע דער מקור איז פון די דויטשע שפראכע וואס איז בימים ההם - אין מיטל אלטער - געווען דער אינטערנאציאנארלער שפראך אין דער חלק פון אייראפע. (די גלות אידן פון די אנדערע מדינות האבן פארמירט א שפראך וואס רופט זיך 'לאדינו').
עס זענען נישט געזעצן אויף דעם שפראך קיין מענטשן אדער שפראכן קענער וועלכע זאלן אראפ לייגן די יסודות פארן שפראך, ווייל... ס'איז נישט קיין שפראך פאר זיך! דעריבער איז נישטא קיין יסודות און אוודאי נישט קיין פרטיה ודוקדוקיה. די ערשטע באנוצערס פון די שפראך זענען געווען ערליכע יראים ושלימים, ציזאמענגעבראכענע גלות אידן, וואס האבן געוואלט אראפלייגן דעם גדר און יסוד פון 'שלא שינו את לשונם' און נישט ווערן אויסגעמישט מיט די אומה"ע אין דעם לאנגן גלות וועג, און דאס איז געווען דער איינציגסטער ציל און מטרה פונעם אידישן שפראך (עי' בחת"ס עה"ת פר' ויגש).
די ערשטע וועלכע האבן גענומען 'ריכטיג' אין די האנט אריין די אידישע שפראך, זענען געווען די אידישסטן פון ווייס רוסלאנד, ליטא א.ד.ג., און אויב דו וועסט גוט באמערקן וועסטו זען אז דאס אידיש רעדן פון די ליטווישע אידן, חבדס'קע אידן, און די אלע וואס שטאמען פון יענעם געגנט איז דער ארגענאלסטער אידיש וואס שטימט לויט די אידישע כללים. למשל דו זאגסט: "מאן האנט טיט מיר וויי", זיי זאגן: (אזוי ווי מ'שרייבט דאס) "מיין האנט טוט מיר וויי". 'די' זאגסט 'די', זיי זאגן 'דו'. א.א.וו. אין קורצן זיי רעדן אזוי ווי עס שרייבט (שראבט) זיך.
און דעריבער איז פאר זיי פשוט די אלע כללים פון: אין אין; די דו; גיט גוט; א.א.וו.
יא, ווי האלט איך?. אה יא איך ווייס שוין, דאס לענגסטע אידישע ווארט.
איז אזוי, די דייטשע לאנגע ווערטער זענען עפ"י רוב אין אידיש צוטיילט אין צוויי, און לאמיר טאקע ברענגען פאר א משל דעם אויבנדערמאנטן ווארט WIRTSCHAFTSWISSENSCHAFTEN וועלכע לייגט זיך אין אונזער אידיש אין צוויי ווערטער "ווירטשאפטס-וויסענשאפטן" (און טעקע צוויי לאנגע ווערטער...). שוין איך מיז\מוז שוין גיין וועלמער רעדן שפעטער אויב כוועל האבן צייט (צאט)
באגב, חוץ וחלקלקות, וועלכע ווארט איז דאס לענגסטע אין "לשון הקודש"? (נישט 'איווריט').
ממתקוממים
האסטו שוין פארגעסן פון די אור אלטע נאטורליכע עצה פון "סיסטעם ריסטאר" דורך תשובה?
תשובה מיראה מעקט אויס די "קוקיס" מיט די "פיילס" מיט די "היסטארי".
תשובה מאהבה איז ווי מען טוישט איין אן אלטן אויסגעדראשענעם קאמפיוטער וואס האט נאך די געלע פינטעלעך אנטשטאט אותיות, מיט א נייע סאפיסטיקירטע וואס האט שוין "וויי-פיי" אריינגעבויט.
היש לך סיסטעם ריסטאר גדול מזה?
איך רעד בגשמיות מיין פריינד.
אאההההה
קודם כל האב איך מיר קונה געווען א פריינד, און נישט סתם א פריינד, נאר 'נאטורליך'... דער בעסטער שרייבער אויפן (אינטערנעט) פורום!
נאכדעם כל, אל תאמר שהימים הראשונים היו טובים מאלה, און צוריק גייט א קאזע...
העבר אין
והעתיד עדיין
וההוה כהרף עין
דאגה מנין
הוהוהאו!!.............
סזאאארעעעכך!!!!!!!!!..............:
צו האסטו באמערקט אז דו האסט געשריבן א גאנצע לאנגע תגובה, דאכט זיך די לענגסטע וואס דו האסט נאר סיי ווען געשריבן, און די האסט נישט אריינגעלייגט קיין איין 'ווףפאהאהאררטטרראייטדעעע פפווףףאארררטדטדטדט'!!!!.....
שטילערהייט אין אויער זאג איך דיר 'קיפ אן גאואינג דיס וועי', ס'איז בא'טעמ'טער, יא בא'טעמ'טער, כ'האב נישט געזאגט געשמאקע"ר.
-----------------------
נאטורליך, קרעמער, (אין מוקדם ומאוחר בהיימישע שטותים):
איך קען אויך נאר צולייגן א טיפן לאנג-קרעכציגן'הוי..........', ווען מען קען ווען מאכן א 'סיסטעם ריסטאר' אויפן לעבן......, יא נאכאמאל (מיט א לאנגזאמען שאקל מיטן קאפ) 'הוי..........' (אפילו א לענגערס און טיפערס ווי פריער).
העי יענטאאש...
ביי די היינטיגע אסיפה אין קהל'ס אפיס (דאן ווען מען האט ענדליך באשטעלט די נייע קאמפיוטער וואס וועט אי"ה זיין גרייט צום דינסט נאך שבת קודש) האסטו נישט אויסגעזען אזוי אנגעזעצט... וואס גייט דיר אזוי שלעכט אין לעבן אז דו ווילסט מאכן א סיסטעם ריסטאר???
אתמהה
יענטאאש !!
איינמאל ביים סדר נאכט ביים רבי'ן זי"ע איז געווען א ירושלים'ער אידל וואס האט מקפיד געווען אויף די שיעורי הנו"ב, דער רבי האט זיך אונטערגעשמייכלט ווען ער האט קוים געקענט אויסטרינקן דעם ריזיגן בעכער וואס ער האט זיך ערגעצוואו איינגעהאנדלט, ווייטער ביי די מצה האט ער זיך אנגעגרייט א הויפן צו קענען מקיים זיין דעם ריזיגן כזית זיינע. ביי מרור האט דער רבי אים געפרעג מיט א ביטול, נו? דער איד האט זיך אויפגערעגט און זיך אנגערופן:
מרור אהין מרור אהער! טשעפען א איד האט אויך א שיעור!
הדבר יצא מפי האיד ופני הרבי חפו, איבריג צו זאגן אז דער סדר ווייטער איז געפירט געווארן מיט א שרקליכע צובראכנקייט דער רבי איז געווען בלאס ווי דער וואנט, קענטיג אז ער האט זיך בכלל נישט געראכטן אויף ענליכעס.
דער ערשטן טאג חול המועד האט ער גערופן דעם איד און אויסגעפריעגט זיין מצב, בקיצור ער מאכט חתונה צוויי קינדער וכו' וכו' איז ער געקומען מאכן א שטרייזל איבער דער וועלטל, וכמובן קוים וואס מ'זעט זיך מיט אפאר דאלאר.
דער רבי האט ארויסגענומען א סכום הגון און דערלאנגט פאר דעם איד, וייטער דארפסטו דיך נישט זארגן איך וועל דיר איה אפשיקן דאס געלט צו יעדע שטיקצייט האט דער רבי געענדיגט מיט דעם איד. דער איד איז ארויס מיט א אויפגעהייטערט הארץ אויף ביידענס ישועות.
שטעל דיך פאר אז איך בין דער רבי און דו ביסט דער איד און איך זאג דיר הויעך : טשעפן א איד האט אויך א שיעור!
וויאזוי וואלסטו געפיהלט?
כללו של דבר: הער מיך אויף טשעפן!
אגב, טאמער מיינסטו איך ווער געטשעפעט מיט דעם, טו עס ווייטער אבער מיין נישט אזוי...
אקעי, איך דארף גיין לויפן "צום געזונט"..
פרק ג'
עס איז דא אזא סארט געפיהל ביי די וואס פארן ארויס אין די קאנטרי אז אלע גוים וואס וואוינען אין די דריי מייל ארום זייער וואוינונג ציילן שוין די טעג ביז ווען די אידעלעך ריקן זיך ארויס פון זייערע דירות, דאן ריקן זיך די שחורים אריין און מאכן פליטה מיט דאס גאנצע האב און גוטס וואס משפחה זעלפריינד האט איבערגעלאזט.
דער טאג איז דאנערשטאג פרשת... וואס פרשת? נישטא קיין פרשה די וואך, די וואך איז "די וואך וואס מען פארט ארויס אין קאנטרי", ווער ברויך נאך וויסן וועלכע סדרה עס גייט די וואך? קינדער אין חדר ברויכן דאך נישט קענען אפילו די חומש די וואך, ווייל עס איז נאר דא א "האלבע" וואך און דער טאטע גייט ניטאמאל האבן צייט זיי אנצוקוקן, ווער רעדט שוין פון זיך אראפזעצן מיטן קינד איבער א חומש'ל.
איך האלט זיך אינמיטן איבערדרייען אין מיין קייזערליכע בעט פון איין זייט צום צווייטן, און פלוצלינג טררררר...... דער טעלעפאן צעקלינגט זיך אויף די העכסטע טענער. איך לויף צי און הייב אויף מיט איין אימפעט, קלערנדיג ביי מיר: אין אזא פריע שעה מוז דאס זיין א בשורה טובה, ווער ווייסט אפשר איז שלום'קע מיין ידיד נאמן געהאלפן געווארן מיט נאך א קינד און האט פארגעסן אז דער זייגער צייגט זיבן און מיר וועקט מען נישט אויף אין אזא פריע שטונדע, ווייל דערביי קענען אומשולדיגע נפשות, א פרוי מיט אירע זיבן קינדער, ליידן אומדערטרעגליך די גאנצע מעת לעת.
אבער ניין, דאסמאל איז עס נישט געווען שלום'קע, עס איז דער שכן פון קייגנאיבער, "גמליאל" – זאגט ער מיר מיט זיין אויסגערוהטע שטימע, האלטנדיג שוין נאך צוויי קאווע'ס און א פיינע ווארימע מקוה – "איך ברענג דיר יעצט אריבער די זילבערווארג אזוי ווי פאראיאהר".
אין מיין חלום הייב איך אן זעהן דמיונות... מען ברענגט מיר אריבער זילבערווארג? איז מעגליך אז די פינפטע חלום – וואו איך האב זיך דערזען שטיין אויף די אנדערע זייט פון דעם גלאזערנעם פענצטער אין טשעיס מאנהעטן בענק – איז יא א ווירקליכקייט?
"גמליאל" – האקט ער מיר איבער פון מיינע פאנטאזיעס – "איך שטיי דא אונטן פאר דיין הויז, קלונג מיר צוריק".
איך ציה מיר ארויף די אויבער בגדים (ברויך ער זען וועלכע קאליר פידזשאמע איך טראג?) און איך עפן אויף דעם טיהר צי א שפאלט אזוי אז נאר מיינע לעפצן האבן זיך ארויסגעשטעקט, איך שטאמל ארויס: לייג עס אראפ... איך וועל עס שוין ארייננעמען שפעטער.
"ביסטו אויפן קאפ געפאלן" – פרעגט מיר מיין שכן טוב – "דער גוי וועט דאך דאס נעמען". גיי זיי אים מסביר אז דער גוי ברויך נישט דעם אתרוג פושקע וואס האט אויפגעקריצט דערויף "שמעון זיגלער"... אויך נישט דעם האלב צעבויגענעם פינפער לייכטער וואס איך אליין האב דערויף קיין גרויס נסיון אין "לא תחמוד" נישט געהאט אפילו ווען זי איז נאך געווען אין די יונגע יארן.
א ברירה האב איך? איך פראל אויף דעם טיר, און פון די ווינקל פון מיין אויג באמערק איך ווי שמעון'ס אויגן פאלן גלייך אראפ צו דער ערד... אוי וויי נאר מיינע פיס נעגל זאל ער נישט באטראכטן... נאך דאס פעלט מיר אויס.
פארזעצונג קומט אי"ה נאך שבת נחמו
פרק ד'
וואס עפעס דערמאן איך זיך יעצט פארצוזעצן מיין טאגבוך פון די שטאט? ווייל היינט איז שוין דאס צווייטע טאג אין א ציה וואס איך נעם נישט די פאסט פון מיינע צוויי פעטער'ס און צוויי מומע'ס (גראדע זענען זיי צוויי קאפעל'ס, נאר להגדיל ה'טראסק האב איך דאס אזוי צעברייטערט) און פון נאך אפאר אידעלעך וואס האבן מיר געוואלט מזכה זיין מיט שכר טירחא, און מיט אזא האלבע שמייכל – אראפבליקענדיג צו מיין סייז 50 בעקישע – געזאגט: ס'העט דיר נישט שאדן צום געזונט... העכסטנס וועסטו אפפאלן עטליכע פונטן...
יא יא, פונטען ארויף פונטען אראפ (בכלל איז דער פונט לעצטנס שטארקער פונעם דאלער), אבער ווער וועט מיר ווישן די שווייס וואס קלייבט זיך אן יעדן טאג ביים ארויפקלעטערן די אלע שטיגן און דרייען די אלע פאסט קעסטל שליסלעך און ארומלויפן אין די האלבע שטאט ווייל – למען ה'לאקשן – מען טאר נישט לאזן די פאסט איבערנאכט אין פאסט קעסטל ווייל... דער גנב וועט זעהן אז מען איז נישט אינדערהיים!
האט איר אודאי געמיינט אז מיטן נעמען די פאסט קום איך שוין אפ פאר אלע מיינע עבירות, ניין... איך בין נאך העט ווייט פון פארטיג... יעצט פאנגט זיך הערשט אן די קאפ דרייעניש. "איך" מוז פארשאפן א וועג ארויס פאר די פאסט! יא, איך בין דער מתחיל במצוה, דארף איך דאס גומר זיין בשלימות (דערמאנט מיר א ווארט וואס איך האב אליינס געטייטשט אין די געזונטע יארן: המתחיל במצוה – ווען איינער פאנגט אן טוהן א מצוה – אומרים לו: גמור! הער שוין אויף מיט דיינע מעשיות! יא, ליידער בעוקבתא דמשיחא איז דאס זייער א פאסיג ווארט), און אויסערדעם וואס די גאנצע אנגעזאמעלטע פאסט פון א גאנצע וואך ליגט ביי מיר אויפן דיינונג רום טיש (הגם, איך האב בדרך אגב הנאה פון די באלייכטונגען און עונג שבת זייערע וואס איך ליין אדורך שבת ביים טיש, זאגט זיי נישט אויס אז איך קוק אדורך זייערע פאסט...) ברויך איך נאך טראגן די דאגה אויפן קאפ "וויאזוי קומט די קאץ איבערן וואסער"?
איינמאל האב איך שוין ענדליך פארשאפט א וועג פאר די פאסט בריוועלעך, רופט מיר יענער אפ פרייטאג ביי חצות מיט איין בהלה אז זיין "היטש" מיט וועמען ער פארט האט שוין נישט קיין צייט צו ווארטן (וואס ווארטן? האסט מיר דען אפילו איינמאל מודיע געווען אז דו האלטסט שוין ביים פארן) און אויב איך קען "יעצט" זיין ביי "בעדפארד קארנער קליימער" הרי טוב, אויב נישט, וועלן די פאסט מוזען געפונען א צווייטע וועג.
הייב איך זיך אויף מיט איין בהלה, ציה ארויף דאס רעקל, שליידער ארויף די זעקל פאסט אויף די פלייצע (יענע וואך איז גראדע אנגעקומען א נייע טעלעפאן בוך פאר איטליכן... האב איך שוין איינמאל געהאט עקסערסייז) און איך לויף מיט די נשמה אין איין האנט און די סעליולער טעלעפאן אין די אנדערע...
אנקומענדיג צו מיין קארנער (ביים אונטערשטן עק פון ניי וויליאמסבורג) קלינגט מיר אריין דער גרויסער "בעל טובה" (וועלכער איז "מסכים" מיטצונעמען דאס זעקל פאסט אין די קאנטרי אריין) אז ער זעהט מיר נאכנישט... אודאי – זאג איך אים – איר זענט נישט קיין בעל רוח הקודש... דער חוזה פון לובלין האט געקענט זעהן פונדערווייטענס, אבער איר זענט דאך א פשוט'ער איד (אויב אפילו דאס).
ביים צווייטן קארנער קלונגט ער מיר שוין ווייטער אריין אינעם סעלפאון, פארסאפעטערהייט הייב איך אויף און איך שריי אריין אנע אטעם: ווארט מיר! איך קום שוין! ווי צו די וואנט גערעדט... ער זאגט מיר אז דער בעל ה"היטש" האט שוין אריינגעלייגט דעם שליסל אינעם לעכל, און איך הער אויפן טרייבל ווי דער מאטאר צינדט זיך אן... מיינע קושקעס האבן זיך מיר אנגעהויבן דרייען: אם כן למה זה אנכי? פארוואס האב איך אפילו אנגעהויבן לויפן מיט דעם נארישן פעקל פאסט כדי אנצוקומען צו א ליידיגע פארקינג ספעיס אויף בעדפארד קארנער קליימער?
ברוב חסדי השי"ת האט זיך דער קאר נישט גע'סטארט'עד אזוי שנעל, און ווען איך בין אנגעקומען צום באשטימטן ווינקל האב איך נאך געקענט זעהן די בעק לייטס פון די קאר וואס איז נארוואס אפגעפארן... (ניין, זיי האבן נישט אויפגע'בעק'ט פאר מיר... איך האב געמוזט צולויפן נאך א האלב געסל... וואס טוט מען נישט פאר א צווייטן איד?...).
פארזעצונג?
קרעמער [בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב הנאה אז דו ביזט געווארן א פאסט מייסטער [בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
בן הרחמן; איך וואלט דיר וועין געפרעגט וואס א פאסט מייסטער האט איינגעקלאפט מיט א סעלפאון (ווי די מענטשעלע וואס דו האסט דא ארויפגעלייגט), ווען נישט מיין לעצטיגע פאסט לעידי (וויאזוי רופט מען זיי?) הערט נישט אויף פלאפלען אויפן טעלעפאן פון ווען זי קומט אן ביים אנהייב בלאק ביז אויס. איך ברויך שוין היינט נישט שטיין ביי די פענסטער און קוקען ווען די פאסט קומט אן, איך קען האבן אויערן שטאפער און זיי אונטער די דאכענע און וויסן א די פאסט מייסטער איז אין די דריי מייל פון מיין הויז...
קרעמער, ארענדאר
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב געלייגט דעם סעלפאן לויט דיין מעשה אז דו ביזט געלאפן מיטן סעלפאן ביז בעדפארד קארנער קליימער האב איך מיך מצייר דעם בילד
פרק ה'
[היות דער עולם רעכט זיך שוין אהיימצוקומען פון די קאנטרי, וועל איך נישט מאריך זיין מער מיט דעם שטאטישן טאגבוך. איך וועל נאר מאכן איין גרויסן טשאלענט-קוגעל פון אלע אנעקדאטן און נאטיצן וואס איך האב זיך פארגעשריבן מיט וואכן צוריק, וואס אין פרידנס-צייטן וואלט איך פון יעדע שורה אדער אפילו ווארט דערפון צוזאמגעשטעלט א גאנצן קאפיטל אינעם טאגבוך, אבער היות עס איז שוין שפעטליך, די מאסן הייבן זיך שוין אן אריינצוריקן אין שטעטל, וועל איך מקצר זיין ביז גאר].
1. צעטעלעך פון די שטיגן (פאר די וואס פארשטייען נישט: ביי אונז אין וויליאמסבורג איז דא א אנשיקעניש אז ספאנישע און שחורים, מענער און פרויען, גייען ארום יעדן צופרי מיט אזעלכע איינקויף-וועגעלעך אנגעפילט מיט זעקלעך אנגעפאקט מיט "סעיל" פאפירלעך פון פארשידענע קאמפאני'ס, זיי שליידערן דאס ארויף אויף אלע שטיגן און זיי וואלגערן זיך אזוי ארום ביז איינער איז זיך מרחם און ווארפט זיי אריין דארט וואו זיי באלאנגן ארגינעל; אין מיסטקאסטן. יעצט ווען מענטשן זענען אין קאנטרי און זייערע שטיגן ווערן אנגעפיקעוועט מיט די סארט צעטעלעך קען חלילה דער "גנב" געוואויר ווערן אז דער בעל הבית איז נישט אינדערהיים... בין איך געדינגען [פאר אומזינסט] ארומצוגיין אין די פיר עקן פון שטאט און צוזאמנעמען די אלע צעטעלעך, כ'האב שוין געקלערט צו בארגן אזא וועגעלע פון די גוים... עס וואלט מיר פארגרינגערט די ארבעט).
2. שליסלעך (זוממער קומט מיר צי א עקסטערע בינטל שליסלעך, וואס איז נישט פערצופאל דאפעלט אין סייז ווי די געווענליכע בינטל וואס איך טראג מיט זיך א גאנץ יאר רינדעכיג [אל"ל יעי"ר ראונ"ד], פארוואס? ווייל אויב... אפשר... טאמער... קען זיין... דער מענטש וועט זיך דערמאנען אינמיטן זוממער אז ער ברויך עפעס "זייער" וויכטיג פון זיין דירה, זאל איך זיין דער ריכטיגער שליח דאס צו גיין נעמען [הוי איז דא אויף דעם צו דערציילן מעשיות איבער מעשיות... אבער - ווי אויבנדערמאנט – וועלן מיר יעצט נישט אויסציען מיט גאנצע געשיכטעס]. איך קען שוין קוים ווארטן צו מאכן דעם "ברוך שפטרנו" ווען די בעלי בתים פון די שליסלעך גייען דאס ביי מיר קומען אפנעמען [הלואי... זיי פארלאנגען אז איך זאל דאס זיי אפטראגן ביז אין שטוב!], איך וועל דאך קענען אויסגראדן מיין אזוי אויך נישט גראדן רוקן וואס ברעכט אונטער די שווערע לאסט פון די איבריגע בינטל שליסלען יעדן זוממער).
3. דא און דארט רופט מען מיר אן מיט פארשידענע מאדנע בקשות, וואס איך האב קיין אנדערע אויסוועג און מוז מקיים זיין וואס מען באפעלט (באפאלט) מיר! אלס ביישפיל: "עס איז מיר אנגעקומען א טשעק פון סעקשן אכט, גיי לייג מיר דאס אריין אין באנק..." (עס וואלט נישט געווען אזא פראבלעם ווען יענער האט דעם אקאונט אין א באנק וואס איז נישט אין הארלעם אדער אין בעדפארד סטייוועסענט). אדער: "גיי אין פאסט אפיס און נעם אפ דאס פעקל וואס זיי שרייבן אויפן קליינעם צעטל אז מען מוז דאס פערזענליך איבערנעמען" (איך וואלט נישט אזוי בייז געווען ווען דאס וואלט געווען מער ווי א פראסטער פאשקעוויל קונטרס... נאך א עוולה פון די וואס פארשפרייטן פאשקעווילן). אנומעלט רופט מיר אן א עלטער פעטער מיט איין בהלה: "לייג מיר אויס זיבן טויזענט דאלער וואס איך בין שולדיג פאר פלוני"!!! (נאך איין מזל [?] איך האב נישט אזויפיל געלט... איך וואלט אים נאך געדארפט פאלגן).
4. איך בין זיך מתוודה אז איך האב נישט אויסגעפירט אלע שליחות'ן ווי עס דארף צו זיין... נעכטן האב איך באמערקט צווישן אלע פאפירן ביי מיר אין שטוב (אפשר יעצט אז איך שרייב ווייניגער אויף היימישע שטותים וועלן די הויפענעס קלענער ווערן) א פעקל "וויק" וואס וואלט געברויכט אריינגעגעבן ווערן צו איינע פון די לאקאלע גראסערי געשעפטן מיט א גאנצע חודש און א האלב צוריק!!!... (איך לאך, אבער יענער האט שאדן געהאט א שיינע אפותיקי מיט געלט... איך וועל שוין גארנישט לאכן ווען עס וועט מיר אנקומען די ערשטע הזמנה צו דין תורה).
5. די ליידיגקייט פון די גאסן אום זונטאג, ווען אפילו די וויכטיגסטע געשעפטן זענען נישט אפן פאר קיין רפואה, און די אומעטיגקייט פון די שבתים נאכמיטאג ווען אויפן גאס דרייען זיך נאר די טויבן און צומאל אפילו זיי אויך נישט, דאס אלעס ברויך א לענגערע באשרייבונג, און וועט מוזען נאכקומען אין אן אנדערע געלעגענהייט.
6. אזוי אויך דאס ארויספארן צומאל אויף א שבת אדער צוויי פארלאנגט א באזונדערע באשרייבונג, אפשר קומענדיגע יאר – משיח זאל אודאי פריער קומען, לשנה הבאה בירושלים הבנויה. אמן!
ענדע