היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » א טובה

א טובה

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1522378

oymama » 16/8/2005 03:53

איך האב אין א מזלדיגע שעה בר מצוה געמאכט און א גרויסע ישר כח ר' הוטקע פאר'ן ארויס העלפ'ן מיט די נוסח
יעצט דארפ איך א שטיקל נוסח פאר א טענק יא קארד

ישר כח

זארעכפעפער » 16/8/2005 04:17

אויף אזויפיל נישט צו וויסן, אז מיר האלטן קוים 'ככלות השבעה' פון רעבע הוטקע זייכערליווראכע.

קומט אריין, אטעמט אפ, לאמיך אייך דערציילן. מיט א וואך צוריק, איז רבי הוטקע אריין אין גן עדן לעבעדיגערהייט. מיר האבן קוים געהאט די זכי' אים געהעריג צו באוויינען, א לוי' איז ביי אונז די קהלה נישט געווען (ווייל ער איז א לעבעדיגער ארויף), פון הספדים רעד איך מיטאמאל. מיר האבן זיך דערזען ווי יתומים אן א טאטע'ן, און אפן פלאץ איז געקומען עפעס א 'רעבע קרעמער'. שוין, איך קען מער נישט שרייבן איבער דעם גרויסן פארלוסט, זאל ער רוען ווי ער וויל.

תוקן על ידי - זארעכפעפער - 16/08/2005 4:16:58

קרעמער » 16/8/2005 05:56

oymama לאמיר דיר פרובירן ארויסהעלפן (אלס אלטער מעמבער, הגם לעצטנס זעהט מען דיר זייער ווייניג דא).

אויף וועלכע שפראך ברויכסטו די נוסח, אידיש, עברית אדער אנגלית?

gishmoker » 16/8/2005 08:52


אוימאמע

מזל טוב מזל טוב!

כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים אמן.

אסך אידיש נחת דערלעבן
מיט געזונט און געלט

oymama » 17/8/2005 01:46

loshen kodes and english

קרעמער » 17/8/2005 02:14

לכבוד ידידנו מו"ה .... וב"ב שיחיו

השתתפותכם במסיבת בר מצוה של בנינו היקר כמר ... ני"ו
היה לנו לכבוד גדול, והתשורה התקבלה בסבר פנים יפות.

וביום תת ה' שמחה במעונכם נשוב לכם כגמולכם הטוב בלב ונפש חפיצה.

YOMAMA
וב"ב

==

ענגליש לאז איך פאר א צווייטן. אפילו די לשון הקודש וואלט איך אליינס נישט ארויסגעשיקט.

ווער קען עס איבערשרייבן בעסער?

gishmoker » 17/8/2005 03:18


קרעמער זייער גוט

איך קען (?) דאך יא עפעס עבריט און איך זאג דיר בעסער קען נישט זיין, זייער גוט !