ק.נ.א. איז מוחה אויף מתנחלי'שע רציחה
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1525250
ווען עס איז דא אן אראבישע טעראר אקציע ערגעץ וואו אויפן כדור העולם, פרעגן אלע די זעלבע קשיא: פארוואס הערט מען נישט קיין פארדאמונג פון די אראבישע ארגעניזאציעס???
היינט ווען עס איז ליידער פארגעקומען א מתנחלי'שע טעראר אקציע, א מתנחל האט געשאסן צום טויט דריי אראבער אין עזה, שפירן מיר אין די קרעמער נייעס אגענטור א פליכט ארויסצוקומען מיט א שטארקע פארדאמונג!!!
א ווארט צו די מתנחלים: רוצחים וואס איר זענט!!!
דזשאן בעטשלער האט אייך ריכטיג באטיטלט: היפיס!!!
היינט פארטאגס מוז איך הערן אז א פרוי א מתנחלת האט זיך אונטערגעצינדן אין עזה??? וואס איז מיט אייך געשען??? זעלבסטמערדער??? מאבידים עצמיכם לדעת???
איך האב איין לימוד זכות אויף ענק, אז דאס איז שוין גארנישט קיין איבוד לדעת, "ווייל איר טיפשים האט קיין דעת קיינמאל פארמאגט"!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
איך שעם זיך צו וואוינען אין ברוקלין בעת די גאנצע וועלט שמועסט אז א שיין פראצענט פון די פארביסענע מתנחלים וואס פארפירן יעצט אין גוש קטיף זענען ברוקלינער אפשטאמיגע!
דוב הייקינד: דיר מיין איך אויך!
פוי, נידער מיט אייך אלע, שעהם.
...(מ'האקט איבער אינמיטן די דרשת מחאה און דער גאנצער ציבור מוחים צושרייט אויפאמאל)
פאאאאאאאאאאאאאאאאאי....... פאאאאאאאאאאאאאאאאאי..... פאאאאאאאאאאאאאאאאי....
שעים אן יא!...
(איך מיין לויט די אידישע כללים קומט נישט פוֹי ס'קומט פאָי. הא וואס זאגסטו קרעמער?)
...מען בעט דעם עולם זיך מער צושפרייטן אויף די גאסן ס'זאל זיך אנזען א גרעסערער ציבור...
תוקן על ידי - זארעכפעפער - 17/08/2005 23:21:14
זרח'ל דו ווערסט מיר א אידישסט? ביסט מדקדק אויף אידיש מער ווי די ערפינדער פונעם שפראך האבן אין איר מדקדק געווען.
====
צוריק צום שמועס:
די פרוי וואס האט זיך נעבעך אונטערגעצינדן אין עזה איז אריינגעפירט געווארן אין א דערנעבנדיגן שפיטאל וואו דאקטוירים האבן פעסטגעשטעלט אז זי איז געווארן אפגעברענט אויף איין פראצענט פון איר מח.
די אנדערע ניין און ניינציג פראצענט האבן קיינמאל עקזיסטירט..................
...בר מליצנותא דעבודה זרה הציונות והנגררים אחריה.
אידישיסט אהער אידישיסט אהין, בין איך גערעכט אדער נישט?
. דרשה אהער דרשה אהין, בין איך גערעכט מיט מיין מגלה אדער נישט?.
בעאַגאַוו, זייער אסאך כללים פון דער שפראך פארשטיי איך נישט, קען איך דאס דיר אנפרעגן? (פארשטייט זיך אין דיין ספעציעלן אשכול פון די כללים)
זרח'ל דו ווייסט דאך מיין אלטע כלל: פרעג מיין קינד פרעג!
ווער עס האט עפעס א שוועריגקייט, הן במילי דעלמא הן במילי דשמיא, לערנט אייך אויס א כלל, עס קאסט נישט קיין געלט צו פרעגן, אין ערגסטן פאל קען מען געהאלפן ווערן מיט אן ענטפער צו די שווערע שאלה וואס מען לייגט פאר פארן עולם!
פוי? פאי? עס זאגט זיך עפעס בעסער די ערשטע וועג.
וויאזוי זאגט מען אין ווייבער שוהל: וואטעווער...
.
[אימעיל אוועקגענומען] [בילד – נישט אפגעהיט]הא הא הא
אן אלטער בחור
ויהי בנסוע ה'נאר'ון וכו' ויפוצו אויביך מפניך...
אט דאס הייסט א ריכטיגע "ויפוצו" וואס דער רבי האט געמיינט...
אדער מיט די זמן מוצאי שבת, יונגאטשבפ; (וועלקאם בעק).
זקני עמי הארצים כל זמן שמזקינין דעתן מתטפשת עליהם (דאס וואלט איך לכתחילה געברויכט שרייבן אויף דעם בילד).
דא האט איר א לינק וואו מען קען זעהן עטליכע קליפס וויאזוי מען פירט ארויס די היפיס ביי די הענט און פון ווי טויטע, מען קען דארט זעהן ווי עטליכע בעטן זיך ביי די סאלדאטן מען זאל זיי ענדערש הרג'נען ווי אוועקפירן, אויך קען מען זעהן א געזעגענונג פון א שוהל וכו' וכו', די פרויען דארט זענען נאך דאס ערגסטע אנגעטוהן אלע מיט אראנדזשע העמדער, אויך קען מען איינמאהל הערן ווי איינער וויינט נעבעך אויף אזא מדינה האבן מיר זיך געשלאגן (ענדליך קומט ער שוין צום שכל אביסל אז די מדינה טויג אויף כפרות עס מאכט נאר צרות),
http://msnvideo.msn.co.il/video/default.aspx?cid=59אויף די אונטערשטע העלפט פונעם פעידזש איז דא אסאך קליפס, טשעק איט אוט,
איין מינוט איין מינוט! פאר איך גיי ווייטער (איך האלט אינמיטן זעהן די קליפ'ס פון בן הרחמן):
שוואכע הערצער זאלן דאס נישט קוקען!
==
האט איר געזען דארט דעם אידישן מייקעל דזשעקסאן? רחמנא ליצלן! א טאטע שטייט און וויגט דאס קינד ארויס פון א פענסטער??? האט ער לא עלינו פארגעסן די פילן היינט צופרי?
באמת קען איך נישט דן זיין קיינעם, ווייל כ'ציטער אז ווען איך וואלט געווען אין זייערע הויזן וואלט איך געטאן דאס זעלביגע...
איך קען נאר דאנקן און לויבן: ברוך אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים!
לאמיר זינגן אינאיינעם מיט די היפיס דארט:
אחכה לו בכל יום שעיאווא בכל יום שעיאווא.......
א רחמנות אויף אייך אלע
צבי;
פארוואס?
דא אין אונזער פורום קריגט מען זיך נישט! פעריאד. על כן וועל איך זיך ניטאמאל וויסנדיג מאכן פון די וואס ווילן שרייבן אנדערש ווי מיר...
צבי, אויב איר האט רחמנות אויף די מתנחלים, טוט אייך אן א מאראנץ קאליר אונטערוועש, אדער ווישט אייך אונטער מיט אראנדזשע אשר יצר פאפיר.
און דאס וויכטיגסטע האסטו פארגעסן....?
אדער... פארשיק איהם קיין... כאדאשעס אנאש...
רבי זרח, איר האט פארגעסן...
יהודי לא מגרש יהודי!!!!!!!!!!!!
איך האב זיך נישט געקריגט, איך זאג נאר א רחמנות אויף אייך אלע
זאגט מיר שרון גיט זיי נישט קיין פלאץ צו שלאפן שיקט אראפ גם_זו צום כותל (די רבי האט נישט געלאזט) אין זאל ער ברענגען אפאר בילדער וואס דארט גייט פאר
דעם כותל קענסטו זען לייוו
און גם זו איז עפעס נעלם געווארן לעצטנס. קען זיין מען האט אים מנתק געווען פון זיין דירה אין גוש קטיף.
גיב מיר די לינק איך האב נישט קיין כוח צו זיכן
ש'כוח
פארשאלטענע סאטמערע רשעים ימ"ש . עטס טאנטסט און עטס פרייטס ענק? אפשר קומט זיך ענק נאך אפאר באמבעס דען אפשר וועלן ענק זיך אויפוועקען. מצידי זענען מיר נישט פון דער זעלבע פאלק , איך האב ענק פיינט שנאת מוות.
מען טאר נישט פיינט האבען, מען טאר נישט שעלטען קיין שום אידיש קינד.
איך האב הנאה פון 'נאטורליך', ער האלט אונז אין גלייכגעוויכט.
איך וואלט ווען אנדערש געענטפערט (ווען נישט נאטורליך האט מיר מקדים געווען ווי די פיש פאר די נעץ):
"אז דער הונט בילט איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען"!
פוי!!
יעצט בין איך שוין צומישט... פוי וואס? פוי ווער? איך אדער נאטורליך? אדער עליאן גאנזאלעז גאר?
גונזלז
פאר די זאגסט נישט פון וועלעכע חסידות די געהערסט קענסטו שעלטען וויפיל דיר גליסט!!!!!!!!!!!!
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
קרעמער
good job
[בילד – נישט אפגעהיט]
kremer
good job!!
keep up
אין וויפיל נאך שפראכן גייט איר מיר קאמפלימענטירן?
אגב, א קאמפלימענט פארשטיי איך אויף אלע זיבעציג שפראכן, און א קריטיק וועל איך נישט כאפן ווילאנג איר שרייט דאס נישט אריין אין מיינע אויערן אויף מאמע לשון.
יא, גאנזאלעז האט גע'פועל'ט! איך האב אים חוסם געווען.
איר ווייסט נישט וואס ער האט אלץ דא געשריבן, ווייל איך בין דא געווען און גלייך געמעקט אלע זיינע קללות אויף די רגע, אבער ער האט זיך פארדינט צו זיין "דער איינציגער נחסם פון היימישע שטותים"!
יא, אזוי ווי איר הערט, עס איז נישט פארבאטן פאר קיין שום נברא צו שרייבן דאהי, נאר פאר גאנזאלעז.
גונזלז, איין זאך קען איך דיר זאגן, א רחמנות אויף דיר דו דארפסט נעבעך ארומלויפן פון איין פורום צום אנדערן שעלטן און בילן ווי א הונט און יעדער לאכט דיך נעבעך אויס, עס וועט דיר גארנישט העלפן דו ביזט אויך געבוירן א סאטמארער (ווי דו שרייבסט אליין אין אן אנדערען פורום), ממילא פרוביר דיך אביסל צו בארוהיגן נעם אביסל טיילענאל און כאפ א גוטן דרימל עס איז בדוק ומנוסה,
בן הרחמן; יישר כח פארן מאכן "ריסוירטש" אויף גאנזאלעז... איך האב אויך א בליק געטאן אין זיין פאספארט, לדעת מה זה ועל מה זה, אבער איך האב נישט עספיעט אדורכצוקוקען אלע בלעטלעך דערפון, און פון זיינע נארישע קללות ביי אונז אין ס'מעדרעש האב איך שוין פארשטאנען אז מען ברויך אזא איינעם, אבער אויף די אנדערע זייט פונעם מזוזה...
צודרייטער גונזולז.... גיי וויקל דיך איין אין א מאראנצענע שמאטע און טלית ותפילין און גיי שלאג זיך מיט די איזראעלי פאליציי אין די דערפלעך וועסטו כאטש כאפן אפאר גוטע שמוץ אויפן זיצער מיטן זעלבן נאגייקע וואס די סאטמארע כאפן ווען זיי ווארפן זיך אויף דער ערד ביי די קברים...
WATCH OUT רבותי
יענטאאש איז היינט אין די גיסטע...
כ'ווייס נישט פארוואס, אבער פאקט בלייבט פאקט.
הייבט אייך נישט אן מיט אים אויפן יעצטיגן מאמענט...
KEEP BACK 200 FEET
וואס פארשטייסטו נישט קרעמער? הוטקע איז געקומען!, כ'ווייס אלעס הוטקע פוטקע שמוטקע יא יא אבער ער איז דאך פארט 'הוטקע'....., מאסן מענטשן וואונטשען זיך נאך אלץ צו וויסן 'ווער איז דער הוטקע'??.....
גם אני מצטרף...