היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » לעטערהעד פון אונזער קהילה

לעטערהעד פון אונזער קהילה

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1531283

קרעמער » 22/8/2005 05:31

קהל היימישע שטותים

פה היידפארק יצ"ו


קרעמער = ארענדער

יענטאאש = ראש הקהל

בן הרחמן = סעקרעטאר

נאט-טו-ביזי = שמש

רבי זרח פעפער = דיין

נאטורליך = פראטאקאלירער





זכרון להולכים:

הוטקע, לב-לי, הוד שבהוד, שעפעלעזיסע, בן זהב

קרעמער » 22/8/2005 19:53

דטרבקי = קארעספאנדאנט


אב הרחמן = עהרן פרעזידענט


גם זו = אמבאסאדאר בארה"ק


בי-חסיד = ליעזאן

נאטורליך » 22/8/2005 20:10

אזא שיינע פאזיציע, איך האב זיך נישט געראכטען אויף אזא כיבוד.
מיר האבען ארויסגענומען דעם שענסטען גאנז פון שטייג, אראפ גענומען דערפון דאס ווייסטע און א לאנגער האריגע פענע.
דאס פארמעט איז גרייט. אויסגעגראדט, אויסגדינט, אביסעל ברוינלעך ביי די זייטען.
איך בלאז אויף די שווארצע טינט עס זאל זיך נישט אויסטריקענען. איך לעכטץ שוין קוים ארויס עפעס צו פראטאקעלירען.

קרעמער » 22/8/2005 20:13

פארפאלן. אז מען לייגט אראפ אזא געלונגענע ארבעט אין א טאגבוך, פארדינט מען זיך אזא חשוב'ע פאזיציע.