היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » די בעסטע שרייבער'ס אויפן פארעם...

די בעסטע שרייבער'ס אויפן פארעם...

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1534974

זארעכפעפער » 24/8/2005 05:24

מיינע פעיווארעט FAVORITES שטותים (אוי, סארי היימישע שטותים) שרייבער'ס דא אויפן פארעם?

לאזט הערן אייער געשמאק...

זארעכפעפער » 24/8/2005 05:25

1] יענטאאש – איך האב ליב זיין האמאריסטישע סטייל אין שרייבן, זיינע געדאנקען, און מער פון אלעם וויאזוי ער ברענגט דאס ארויס...
2] נאטורליך – וויאזוי ער צולייגט/באשרייבט א זאך מיט אלע טעמים...
3] ואחרון אחרון, פארשטייט זיך קרעמער איז דאך אויך נישט קיין קטלא קני'...
4] געשמאקער איז אויך נישט אוועקצומאכן מיט זיין געשמאקען געשרייבאכץ...

ואידך זיל גמור... מיט די צייט וועל איך מיך מער אויסקענען מיט יעדנ'ס סטיל...

כ'מיין 'איך' בין נאך א נייער שרייבער כ'האלט מעך נאך אינמיטן לערנען...

קרעמער » 25/8/2005 13:46

עס קוקט אויס ווי יעדער שרייבער ווארט אז דער צווייטער זאל אים 'רעיטן', הערשט דאן וועט ער יענעם צוריק געבן וואס עס קומט זיך יענעם... דערפאר איז דער אשכול 'ליידיג'...

איך וועל זיך נישט אריינמישן מיט מיינע קאמענטארן (הגם עס איז שוין אפגעשריבן ביי מיר פריוואט) ביז איך זעה נישט אייערע קאמענטארן (נישט דוקא אויף מיר, וועמען איר מיינט מען דארף חנפ'ענען... יישר כח...).

gishmoker » 25/8/2005 18:12


נו!

שרייבטס שוין עפעס דארט!

ווילאנג זאל איך נאך ווארטן.....???


all5in1 » 25/8/2005 19:45

כאטש איך בין נאך ניי אין דעם פארום דא מיט וויונוג עקספריענס {מיט דעם ניק[בילד – נישט אפגעהיט]}
דאך וועל איך מיך טרויען אין אפגעבן מיין מיינוג אפילו מיט מיין ווייניג עקספריענס

בלי שום ספק די ערשטע קימט זיך פאר, "נאטורלעך"
עס איז "נאטורלעך" אז ער איז די ערשטע אין מען דארף עס נישט מסביר זיין

די צווייטע קימט בלי שום ספק פאר "קרעמער"
גראדע קרעמער האט א מעלה מער ווי נאטורלעך אז ער שרייבט אסאך תוכן ער ווייסט אסאך {ווען ער לערנט ווען..[בילד – נישט אפגעהיט]}
נאך א מעלה האט ער אז ער לאזט זיך אפט הערן נישט איינמאל א וואך,אין דאך איז ער געווענליך גיט,
נאר מער דאס אז ער שרייבט אפט ווייזט אז ער דארף נישט לייגען קיין סאך כוחות אין זיין שריפט אז עס זאל זיין
צי די זאך נאר עס ליגט אים אין די בלוט

יענטאש האט א גיטע חוש צי הומער אין אזוי אויך טיילמאל גישמאקער

איך בעט איבער יעדעם וועם כ'האב נישט אויסגערעכענט[בילד – נישט אפגעהיט] כ'וועל שרייבן נאך נעמען א צווייט מאל,איר קענט פראבירן[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי - all5in1 - 25/08/2005 19:48:22

קרעמער » 25/8/2005 20:21

איינער האט מיר אריינגעשיקט אין תיבה אישית א פולקאמע ליסטע פון אלע וואס האבן נאר אמאל געשריבן דא אויפן פורום - זינט דעם חנוכת הבית שבועות תשס"ה.

עטליכע נעמען געדענק איך אפילו נישט וואו און וואס זיי האבן געשריבן, אנדערע וואלטן מסתמא געקענט באשטיין אז זייער נאמען זאל נישט פיגורירן דא... ווידער ביי א טייל קען מען שוין רואיג צושרייבן "עליהם השלום"... אבער מיר וועלן לאזן דעם ליסטע וויאזוי מיר האבן דאס באקומען, זאל דער עולם איבערקוקען אונזער היימישע שטותים אנשי שלומינו ליסטע.

דאסמאל האבן מיר נאכנישט עספיעט צו לייגן די אדרעסן, טעלעפאן נומערן, טאטע און שווער נאמען, און אימעיל אדרעס, ועוד חזון למועד...

1potatoe
a_punim
actupnow
all5in1
alterboo
Average
BeChusid
bengold
chaimkalim
dtrbky
eateat
gishmoker
htvht
hutkh
Jomobo
kliger
lipagr8
Mench
menchele
moshele_23
nafcha
nameless05
nebach
not2bz
oymama
phillyman
polish
rivi09
screenname
shelfpaper
tzvibp28
voky
whats_up
yankees
yingatchbp
אב_הרחמן
באבקעס
בדעבד
בןהרחמן
בןמלך
גם_זו
דזשאןוועין
הוד שבהוד
הרחמן
זארעכפעפער
זעמל
חייםמרדכי
יאמאמיי
יולישעל
יענטאאש
יעקב_שלום
לאוולי
לייטנער
מהיכי_תיתי
ממילא2
נאטורליך
פארקזיצר
קישן_ציך
קרעמער
רעדאקטאר
שמאסער
שעפעלעזיסע


יישר כח פארן בעל הליסטע

not2bz » 25/8/2005 20:29

השמטה:

שיינהייט

קרעמער » 25/8/2005 20:35

שוין א פרישן טאג אויפן האריזאנט, לאמיר א טשעפע טאן ר' זרח'ן (עס זענען פאראן געוויסע מענטשן וועמען עס איז געשמאק צו טשעפען... זיי ווערן נישט פארלוירן, זיי געבן גלייך צוריק דארט וואו עס טוט וויי... לאמיר פרובירן):

דער קעפל פון דעם אשכול שטימט נישט מיט די כללים פון דאס אידישע שפראך...

"שרייבער" מיינט שוין אויך אסאך שרייבער, מען ברויך נישט צולייגן א סמ"ך צום סוף "שרייבער'ס".

על כל פנים, אזוי מיין איך יעצט, אויף די מאמענט.

dtrbky » 25/8/2005 20:44

dtrbky

דולה ומשקה מתורא׳ת........ לאחרים

קרעמער » 25/8/2005 21:14

דטרבקי; איך האב ניקס די זכיה צו פארשטיין דיין לעצטע תגובה דא.

מיינסטו צו זאגען אז דטרבקי איז דער בעסטער שרייבער אויפן פורום? עס קען זיין! אבער עס פאסט נישט אליינס צו שרייבן אזוי אויף זיך...

BeChusid » 25/8/2005 22:57

You left out gonzalez

i know you dont like him, so dont i

but you never know maybe some will vote for him

i will give him credit, for invoking some anger in pepole and generated the best vacabularies of our great writers including you, i loved the creative ways you all responded to him

you should let him in from time to time when the forum needs some spice up

קרעמער » 25/8/2005 23:08

כשר גערעכט ר' ביחסיד, מיר וועלן אים יעצט אויפשפארן.

gishmoker » 26/8/2005 07:32


a deep haarty thencks for oll whu hav menshend me as thayr fayverit rieter on de forem. jost keap it op!

קרעמער » 26/8/2005 07:34

גוטען אווענד געשמאקער. ווילסטו לערנען ביסל אור החיים הקדוש? לאמיר נישט סתם אנברענגן דעם ליל ששי...

ביסטו מילכיג? ברויכסטו א קאווע? אדער וועט א טיי אויך גוט זיין?

gishmoker » 26/8/2005 07:37

יא יא! טו מיר א טובה ווארט א האלבע שעה, ווער איך אויס פליישיג...

פיל שנעל אן דעם קעסל, שטעל שוין ארויס א פריש באטל טעיסטער טשויס, נישט נעסקעפעי...

ס'ליגט דארט אונטן אין יענטאאש'סס קעסטל....

אלעמאל באהאלט ער עס פאר זיך.. דער באגאבונד

קרעמער » 26/8/2005 07:41

וואס העט זיין אויב יענטאאש וועט מארגן באמערקן אז מיר האבן אים פארנוצט א האלבן שאכטל קאווע??? ער וועט דאך ארויסנעמען זיין געלן דיקשאנערי און אנהייבן שיסן יאמערליכע קללות רעכטס און לינקס...

gishmoker » 26/8/2005 07:46


פיין פאר אים

איך גיי אים יעצט אריינלייגן אפאר האר אין זיין גמרא...

זארעכפעפער » 26/8/2005 15:46

נ'אגוטן קרעמער;
ביסט מער געווארן א יִידישיסט? (הא... געדענקסט נאך....)
עה... דאס זאג איך נאר פאר א וויץ

אבער בע-עמעס דא האסטע געטראפן דאס פינטל...
אויף אזאנס, אזא גוטס, האבעך מעך נישט גערישט, פארפאלן א מ'קען, קען מען...
שוין, ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאתי

יענטאאש » 7/9/2005 00:35

נאכן זיך פארמאסקעווען און זיך באלעקן די פינגער וואכן לאנג מיט זיינע ארטיקלען קום איך דא ברבים אפגעבן מיין שטימע פאר 'נאטורליך' און איך פריוואט קרוין אים אלס 'דער בעסטער שרייבער אויפן פורם'.

זיין סמוטקייט און 'נאטורליך'ער' אומשולדיגקייט און פארט אזוי צום קטנ'ען פאר געלעכטער'דיגע סטיל פון שרייבן קוואליפיצירט אים דערפאר אין מיין אפיניאן.

מזל טוב 'נאטורליך'!

יענטאאש » 9/9/2005 00:41

נאכן זען ווי מען באזינגט אים אין די גאצע וועלט און אויף אלע פורמים, מיין איך וועט יעדער צושטימען אז נישט נאר איז 'נאטורליך' דער בעסטער שרייבער אויפן פורם נאר 'דער בעסטער שרייבער אויף גאנץ הייד פארק!!!!!!!'.

קרעמער » 9/9/2005 16:09

איך וועל גיין א שריט ווייטער, און קרוינען נאטורליך אלס דער בעסטער שרייבער אויף די גאנצע אינטערנעט!!!