היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » ק.נ.א. עקסלוסיוו: אדווערטייזמענט אויף 77

ק.נ.א. עקסלוסיוו: אדווערטייזמענט אויף 77

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1535423

קרעמער » 24/8/2005 13:56

פון אינערליכע קוואלן דערוויסן מיר זיך אז היינט אי"ה, יום ד' פרשת עקב תשס"ה, אום 6:06 און 7:06 ניו יארקער צייט, וועט לויפן אן אדווערטייזמענט ('עד' אין קורצן) אויף דאבעליו עי בי סי 770 פון א היימישע גרופע מיטן נאמען "נטרונא", אויך באקאנט אלס "אידן אקעגן ציונים", אדער "אמת'ע תורה אידן", וואו זיי וועלן אויסדרוקן זייער אפשיי פון די מדינה, און אז די מדינה אדער די מתנחלים פארטרעטן נישט דעם אמת'ן חרד'ישן עולם.

(ביטע נישט מגיב זיין מיט פאליטיק אדער טענה'ריי, נישט דאס איז מיין ציהל דא, איך האב בלויז געוואלט מיטטיילן מיט אייך א זאך וואס קען אייך זיין אינטערסאנט [עכ"פ פאר טייל פון אייך] צו וויסן).

בןהרחמן » 24/8/2005 17:07

אזוי ווי איך האב נאך נישט אנגעהויבן פראקטיצירן פאר די כפרות ערב יוה"כ ממילא בין איך נאך נישט געווען געהעריג וואך די צייט פונעם 'עד', אפשר וואלט ק.נ.א. געקענט ארויפלייגן דעם תוכן פאר די תיקון חצות אידן וואס האבן נישט מיטגעהאלטן, עס וועט אונז זיין אינטערעסאנט, טענק יו
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 24/8/2005 17:38

אנטשולדיגט, איר האט אפשר נישט געכאפט, איך רעד פון נאכמיטאג, ביי די מארק לעווין שאו (יענץ איז די ביליגסטע שאו... קוק ווי ביליג ער איז...).

אגב, שאן הענעטי איז טייערער אריינצולייגן אן עד ווי ראש לימבאו!

און קורטיס און קובי איז אויך גאנץ טייער!

(מפי השמועה)

קרעמער » 25/8/2005 02:21

איך האב זיך אונטערגעהערט אום 7:06 און 'ניעט' געהערט קיין אדווערטייזמענט פון נטרונא.

אויב יעמאנד פון אייך האט געהערט אום 6:06 זאל מיר ביטע מודיע זיין.

אויב איז דאס כלל נישט אמת געווען, וועט איר זעהן איינעם זיך ארומדרייען מיט רויטע בעקעלעך... מיר פארנעמען נישט קיין פאלשע מקורות (סארסע"ס).

איר וועט נישט מאכן מיט ק.נ.א. וואס איר האט געמאכט מיט דן רעטער און זעכציג מינוט.

קרעמער » 6/11/2005 18:45

דא האט איר אן אדווערטייזמענט פון די אויבנדערמאנטע ארגעניזאציע וואס ווערט געשפילט אויף די אויבנדערמאנטע ראדיא סטאנציע.

(קרעדיט: אידישע וועלט)

http://www.jewsagainstzionism.com/mediaclips/audio/radioclips/ad_Oct_2005.mp3

בעסער שפעטער ווי קיינמאל!