בית הוראה
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1535426
קהל היימישע שטותים
בשורה טובה תדשן עצם
מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן פאר כל הקהל הקודש אז מיר האבן אויפגענומען אלס דיין ביי אונז אין די קהילה הרב הגאון
רבי זרח פעפער שליט"א
יורה יורה ידין ידין
לכבודו האבן מיר צוגעבויט א זייטיגע שטובל וואס וועט דינען אלס "בית הוראה" פאר די פולצאליגע מעמבער'ס וואס ווילן זיך שואל זיין בדבר ה' זו הלכה.
דער דיין שליט"א וועט זיצן דארט אין די געווענליכע שטונדען, און איר וועט קענען נהנה זיין ממנו עצה ותושיה!
הנהלת הקהילה
נ.ב. פארשטייט זיך אז 'עכטע' שאלות וועט איר ווייטער מוזען פרעגן אייער לאקאלן דיין, ווייל אונזער דיין האט הוראה נאר פון אונזער ראש הקהל אליין, וועלכער האט באקומען סמיכה פונעם כהן גדול בעצם יום הכפורים וד"ל.יענטאאש אפשר גייסטו קויפן דעם פלארעסענט פארן דיין, קרעמער האט זיך אנגעלייגט אויף מיר און איך בין הינט זייער פארנומען, סאו טוה מיר א געמילעס כעסעד און כאפ דיך אריבער קויפן דעם פלארעסענט, א לופּ וועל איך שוין ברענגען, איך האב איבריגע נאך פון די צייטן ווען איך האב גענומען שימוש (נאר עס איז נעבעך ליידער גארנישט געווארן פון מיר נאר סתם א סעקרעטאר)
ווען דו ברענגסט דעם פלארעסענט מאך זיכער עס איז daylight bulb און נישט די cool white .
איר פארדרייט דעם נושא. דער ציהל פונעם אשכול איז אנצופרעגן שאלות ביים חשוב'ן דיין שליט"א.
ערשטע שאלה:
למשל איך האב אויף מיין הארד דרייוו עטליכע בר מצוה פשט'לעך און איינער רופט מיר אן "גמליאל, געב מיר א בר מצוה פשט'יל", מעג איך?
יענער האט באצאלט פארן עס אויפטייפן ממון ודמים, מעג איך עס איבערגעבן פאר א צווייטן? מעג איך אים רעכענען געלט דערפאר?
ילמדנו רבינו.
וואסערע שאלות וועלן מיר פרעגן ערעב זאָרעכען? שאלות וועגן פראבלעמען וואס קומען פאר אין "ריעל לייף"? טעארעטישע שאלות איבער זאכן וואס שפילן זיך אפ ביי מיר אין דמיון? זאכן וואס זענען נוגע דער ווירטואלער וועלט (קאמפיוטערס והמסתעף)?
תוקן על ידי - menchele - 24/08/2005 19:40:43
איך מיין אז פרעגן קען מען אלע שאלות און וואס דער דיין וועט וועלן וועט ער ענטפערן
כ'מיין אז דער דיין איז אביסל פארשלאפן היינט... אדער איז ער פארנומען מיט עכטע שאלות...
מיין שאלה איז אזוי
וויאזוי קען מען דיר געבן א טיפ ? אויב איך שיק דיר מיין קרעדיט קארד נאמבער אין אישית איז גיט?
נאט-טו-ביזי; דו האלטסט שוין ביים טיפ? קודם פרעג דיין שאלה! גרויסע צולייגער... (הלואי ביי דיין עכטן דיין זאלסטו קלערן פון געבן א טיפ).
איך וואלט געוואלט פרעגן דעם דיין אזוי,
אויב שרייבן דא אויף די אינטערנעט, גייט אויך אריין אין גדר פון רעדן, לגבי 'נפשי יצאה בדברו'?
אייגענטליך האט שוין הוטקע זי"ע (?) געהאט די שאלה, אבער בימים ההם האט 'היימישע שטותים' נאך נישט געהאט קיין דיין.
ווען די דיין, גייט ענטפערן אויף די שאלה, גיי איך פרעגן מיין נעקסטע.
נו... נו... שטופטס ענק נישט... שטייטס אין די ליין רואיגערהייט... פאר יעדן וועט קומען די צייט. נאר ווארטן מיט געדולד, בזכות נטרונא וועט איר געהאלפן ווערן.
ווע-אשיוו אל רישען רישען ואל אכרען אכרען:
קודם פאר אונזער כאשעווער קרעמער:
א כיצפע!!! אבער נישט סטאם, נאר א פרעכע כיצפע!!!...
האסטע שאלעס פון מעשה שהי'ס, איז אנשטאט צו קומען פרעגן דעם דאיען גייסטו דאס אויספאקן פאר גאנץ קאל???
אמעהאט א שאלע פרעגט מען דעם דאיען!!!
איך קען נישט אזוי אזאנס... איך זע נישט קיין עייצע פאר דיר...
גיי פאק אויס דיין "באר מיצווע פשעטעל" אין א פרישן מעשה שהי' אשכול, זאל דיר דער עוילעם ענטפערן.
איך קען שוין נישט!
שוין, יתרו האט דאך שוין אריינגעלייגט די ווערטער אין מויל פאר אלע דאיאנעם נבול תבול... איך קען שוין נישט יעצט ווייטער, באלד וועל איך ממשיך זיין.
האצלאכע
Amen
אויב דו וועסט יעדן אפענטפערן מיט דעם זעלבן סארט ענטפער, וועל איך זיך מוזן באנוצען מיט ענליכע ווערטער וואס זרש האט געזאגט: נפל תפול...
קרעמער;
נישט יעדער איז אזא אויבערכעכעם. דער עולם דא איז מער ווייניגער הארכזאם. יעדער רעכטדענקענדיגער מענטש פארשטייט אז ווען מ'האט א שאלה פרעגט מען דעם דאיען נישט מ'לויפט ארום פרעגן דעם דאאסהאקאל.
בן הרחמן;
מ'זעט טאקע דו ביסט א 'בערא קארע דעאווי-יע', ביסט א דערבארעמדיגער, האסט זיך געזארגט, און די זארגסט זיך נאך אלס, פארן דאיען.
נאדער לעקאוועד דעם א מתנה פון דאיען [בילד – נישט אפגעהיט]
גישמאקער;
שערקויעכ. כ'על דעך אויך אינזין האבן מיט א מתנה [בילד – נישט אפגעהיט]
מענטשלע;
דער אומפאַרנומענער האָט שוין פאַרענטפערט דיין קאַשע...
שפעטער עמער מאמשעכ זיין...
אזוי ח'זעה אז דער כאָשיווער דאיען איז פארנומען מיט אסאך פלארעסענט שאלות און פלאגט זיך ארום מיטן לוּפּ'ל און ער האט נישט קיין צייט צו ענטפערן פארן ארענדער די פשוטע חושן משפט שאלות, וועל איך פרובירן צו ענטפערן לויט ווי איך געדענק נאך אביסל פון מיין שימוש,
א"כ מע"כ הרב קרעמער שליט"א
אחדשה"ט בנוגע השאלה ששאלת אודות הבר מצוה פשעטיל אם מותר לך ליתן לאחד הפשעטויל שטייפּתָּ לאחד מכבר, ואם מותר לך ליקח ממון על זה עוד הפעם עכשיו (איך האב געוואלט ווייזען איך געדענק נאך אביסעל לאשען קוידעש)
לא-אניעס דאַאַטי איז די תשובה אזוי: אויב איז די פשעטיל יענעם פריעריגנ'ס אייגענעם חידוש וואס ער האט מחדש געווען אדער צוזאמען געשטעלט, דארפסטו איהם לכאורה פרעגן רשות צו ער לאזט דיך נוצען זיין חידוש.
אויב אבער איז עס א נאכגעשריבענע חידוש פון א ספר, דאן לכאורה דארפסטו נישט פרעגן קיין רשות ווייל פונקט ווי דער גראפיקער וואס מאכט עני גרעפיקס ארבעט פאר איינעם און יענער באצאלט גראב געלט דערפאר, גייט ער מארגן און ער נוצט דאס פאר א צווייטען און בעט ווייטער גראב געלט אפילו ער נוצט איבער פון די גרעפיקס וואס ער שוין געמאכט און באקומען געלט איינמאהל דערפאר, אין אנדערע ווערטער דער וואס באצאלט די ערשטע מאהל האט נישט אפגעקויפט די זאך (פשעטיל אדער גרעפיקס צו סיי וואס) נאר ער האט באצאלט פאר די ארבעט פונעם ארבעטער, אבער די חפץ בלייבט ווייטער פארן ארבעטער און דער טייפסעטער אדער גראפיקער מעג איבער נוצען וואס ער האט געמאכט, און פארשטייט זיך אז ער מעג בעטן דערפאר געלט, אוודאי מעג ער בעטן א ביליגערע פרייז ווי דאס ערשטע מאהל וואס ער האט געדארפט אויפזעצן דאס גאנצע, אבער ער מעג בעטן געלט לפי השגתו עס זאל זיין ווי מען זאגט ריזענעבעל
אויב דער עולם איז נישט מסכים מיט מיין פסק קען זיך מפלפל זיין איך וועל נישט ברוגז זיין, סאף קאל סאף האב איך דאך נאר א דעת סעקרעטאר,
ובזה אצא ואומר שלום לכבוד המנהל שליט"א
הק' בןהרחמן
סעקרעטאר דקהל היימישע שטותים
שוין..... ענדליך געברענגט דעם פלארעסענט.... בן הרחמן נעקסט טיים שיקט מען נישט דעם פארנומענעם ראש הקהל אקעי!.... דא איז דא דער 'נישט צו פארנומענער' שמש ער איז געמאכט פאר די זאכן.
עניוועי דער פלארעסענט וועט צוניצקומען פאר יעדן, קרעמער זאג יענעם אז ער קען זיך דא אריינזעצן ביים פלארעסענט און מאכן אן אייגענעם פשעטיל נישט דארפן גיין שנארן פון א צווייטן....
איז דאס טאקע אזא דקות'דיגער חילוק פשט'ל אז מען ברויך דערצו א לופ מיט א פלורעסענט?
קרעמער, איך האב געשריבן אז דער דיינו איז פארנומען מיט שווערע פלארעסענט שאלות, ממילא האט ער נישט קיין צייט פאר דיינע פשוטע חו"מ שאלות,
ביי די וועי וואס איז דיין חוות דעת אויף מיין תשובה?
בן הרחמן; ווארטסט אויף א מענטשעלע, נאדיר[בילד – נישט אפגעהיט]
געטראפן א צעטעלע אויפן טיהר פון בית הוראה:
איך וועל זיין היינט א גאנצן טאג פארנומען נאכצוקוקען די אלע שווערע שאלות פונעם פארגאנגענעם מעת לעת, האט געדולד, איך וועל אי"ה צוריקזיין