אינטערעסאנטע זאכן
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1538565
דער אשכול איז געווידמעט לע"נ אלע מינים און סארטן אינטערעסאנטע זאכן וואס איז דא אויף דער וועלט.
למשל
פאר מיר איז יעצט אינטערעסאנט פארוואס אין אשכול נאטורליךס קאנטרי טאגבוך, נאך ארויפלייגן אזעלכע לאנגע תגובות,איינס נאכן צווייטן און ס'האלט נאך אלס ביים ערשטען פעיזש, בעת אין אנדערע אששכולות נאך בלויז עטליכע תגובות ווער שוין באשאפן א צווייטע פעיזש.
?????????????
זייער אינטערעסאנט [בילד – נישט אפגעהיט]
אינטערסאנט אז דו האסט נישט אנגעהויבן מיט דיר אליין... היש לך אינטרסנטי גדול ממך???
אין חבוש מתיר עצמו ....
גוט.
איך וואלט געזאגט: כל נגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו...
געשמאקער איז דיר דאס באמת א חידוש אדער האסט נאר געזוכט צו עפענען א אשכול, דזשאסט קידינג
גם בעיני יפלא. עס איז א חידוש. קען זיין אז עס האט צוטאן אויך "וויפיל" תגובות עס זענען פארהאנדן, נישט נאר ווי לאנג די תגובות זענען בכמות (אדער באיכות...).
איך פארשטיי באמת נישט וואס גייט פאר מיט ענק אז נאך אזויפיהל נוצן הייד פארק ווייסט עטץ נאך נישט אז נאך 15 תגובות ווערט א נייע בלעטל נישט קיין חילוק קורצע פון איין ווארט אדער לאנגע טאגביכער און ירושלים של מעלה'ס, האב איך טאקע מגלה סוד געווען פאר ענק יעצט?
פאר מיר? יא!
שוין געלערנט היינט א נייע זאך במילי דעלמא.
אבער היות אז מען דארף לערנען אויך, וועל איך שרייבן א דבר חידוש וואס איך האב היינט געהערט:
דער צעלימ'ער רב זצ"ל פלעגט יעדן טאג ביים ארויסגיין פון שוהל געבן א בליק אויפן לוח ווען עס גייט זיין דער זמן ליכט צינדן פרייטאג צונאכטס, און מיט דעם האט ער יוצא געווען "זכור את יום השבת לקדשו" יעדן טאג!
מער האב איך נישט וואס צו שרייבן פאר היינט איך בין נישט געהעריג פארגעקוקט...
דער אלטער הרב דושינסקי זצ"ל איז דאך געווען א גאון עצום ער פלעגט זיצן און פארלערנען אין ישיב ה שעות רצופות -אפט מאל ביז גאנצע זעקס שעה!- און ס'יז קיינעם נישט איינגעפאלן ארויסצוגיין אינמיטן.
האט זיך כמה פעמים געמאכט אז אינמיטן דעם שיעור האט ער אויפגעהערט פארצולערנען זאגנדיג ברוב ענוותנותו, אנטשולדיגט אז כ'אב מיר נישט פארגעקוקט נאר ביז דא....
אן אמתע'ר גאון געווען. זי"ע
איך פרוביר גיין אין זיינע דרכים....
א גוטע נאכט
גוטע נאכט.
א גיט מארגן;
עס איז נישט קיין שיינע זאך וואס עטס האטס געטון, איך ריק מיך ארויס פון בעט האלב פינעף, {נאך א לאנגע פייט מיט א מאסקיטא בייט} איך וויל מיר מאכן א קאווע, און גארנישט, ס'פעלט, ס'איז נישט דא קיין קאווע...
ענדליך נאך גרויס מיה, איז מיר געלונגען צאמציקראצען פון די פלאר אביסל שטויב.... איך פיל עס אן מיט הייס וואסער, און איך גיס אריין מילך, אין איך זעץ מיך אראפ מיט א געשמאק טרינקען די קאפי, און די קאדאחעת האט מיך באטראפן.... פארשימעלטע מילעך.
שוין, גם זו לטובה.
למשל מיר איז אינטערסאנט
אז דאס - כ'מיין די געוואלדיגע הייד פארק תמיהה - איז געווען ביי אייך די אינטערסאנסטע זאך אויף די וועלט וואס האט אייך געדריקט?
טאקע אינטערסאנט...
מיר איז יעצט אינטערסאנט צו וויסן: אויף וועמען'ס אינטערנעט זיץ איך יעצט???
מיין קאמפיוטער איז נישט איינגעשטעקט צום שטעקער אין וואנט, און נישט צום די.עס.על. און איך שרייב זיך מיט ענק.
ס'יז מיר נישט אזוי אינטערעסאנט...
טאמער האסטו וייערלעס ענעיבעלד קען גאר זיין אז דו זיצט אויף מיין אינטערנעט, איך לאז יעדן אריין....
מיר איז אינטערסאנט אז...
... אונזער געוועזענע ארענדאר 'קרעמער', האט אפגעשריבן א תגובה פאר ראש השנה אינם אשכול "ברכת השנה פארן דיין שליט"א", און בתוך הדברים שרייבט ער דארט, אונז געזעגן מיר זיך יעצט פונם יאר תשס"ו.......
כ'פארשטיי אז מחמת אימת הדין האט ער געמאכט א טעות, אבער קיין איינער זאל אים נישט אויפמערקזאם מאכן דערויף, קאם-אן.
מיר איז אינטערסאנט אז קיינער האט נישט אויפגעמערקט א צווייטע זאך:
די נוסח פון "לחיים ולא למות" ווערט גארנישט געזאגט אין די הייליגע טעג...
איך האב זיך אליין געכאפט דערויף, און באלד נאך הבדלה מוצאי יו"ט האב איך אריינגעשריבן אז דאס ווערט געזאגט ביי גשם בענטשן און טל בענטשן, אבער א פלא אז קיינער האט מיר נישט אויסגעכאפט מיט די הערה.
אויך איז מיר אינטערסאנט ווי איך און נפחא מיט נאך אפאר חברה האבן ערנסט נישט וואס צו טאן מיט די ליידיגע צייט, און שוין ניין אזייגער צופרי זיצט מען אין קרעטשמע איבער די ביר קאנעס.
אויף מיר איז נישט אזוי שווער, איך דארף דאך אבאכט געבן אז ס'זאל זיך נישט אריינכאפען דא אין קרעטשמע, קיין שדים רוחין ולילין. אבער אוף דיר איז עס אפשר אינטערסאנט, וואס די זוכסט דא יעצט.
נין אזייגער איז מיר גראדע נישט אזוי אינטערעסאנט אז מען זיצט שוין איבער די ביר קאנעס, אינטערעסאנט איז אז פינף אזייגער פארטאגס (נאך א תענית) איז מען שוין געזיצן דא און 'געשמאק' געשאשקעט,
אויך איז מיר אינטערעסאנט אז געשמאקער שרייבט ביי די כפרות אז עס האט איהם ארויפגעברענגט די טשולענט, ווי קומט מען אויסצופאסטן אויף טשולענט [בילד – נישט אפגעהיט] ממילא הערינג מיט אייער קיכלעך האב איך שוין געהערט (ווייס איך אויך נישט וויאזוי מען קען עס םארדייען) אבער טשולענט מאן דכר שמיה, אוודאי קען מען שוין נישט דערנאך שלאפן פינעפע פארטאגס,
==
נאך עפעס איז מיר אינטערעסאנט אז איך האב ערב ר"ה געקויפט אזא שעוה לעכט וואס שטייט דערויף אז עס ברענט 48 שעה, דערווייל האלט מען שוין כמעט נאך דעם צווייטן מאהל 48 שעה און עס קוקט אויס ווי ער גייט נאך אנציען נאך א דריטן 48 שעה, ווען איך ווייס וווען פאראויס קויף איך די 24 שעה'דיגע סתם אשאד די צוויי אהאלב דאללער.
==
נפחא, איך האב גראדע יא באמערקט קרעמערס טעות פון תשס"ו נאר אזוי דו האסט געשריבן אז מחמת אימת הדין האט ער געמאכט א טעות דאס זעלבע איז געווען ביי מיר מחמת אימת הדין בין איך נישט געווען אין די גיסטע צו פאררעכטען, דו האסט עס קוקט אויס ערשט היינט געליינט מיט א רואיג געמיט [בילד – נישט אפגעהיט]
_____
שכויעח נאפכע פארן אויפמערקן די גרייזן מיטן ד' און איך האב עס פאראכטן
תוקן על ידי - בןהרחמן - 07/10/2005 20:13:49
בן הרחמן;
איך האב עס שוין געזען ערב ראש השנה, נאר איך האב געטראכט אז מחמת אימת הדין, ווייס איך נישט וועלכע יאר ס'איז יעצט געווען, און נעכטן האב איך ארויסגענומען א לוח, און איך האב געזען אז מיין אימת הדין איז נישט אזוי גרויס...
===
אגב אז איך רעד שוין צו דיר, וואס האסטו דיך אזוי פארליבט אין די אות ד'???
נפחא;
נאכדעם ווינדערסטו זיך "מאין יבא עזרי"? ווער וועט מיר אויפבויען די סוכה?
פון היינט און ווייטער, יעדן צופריה פון ניין אזייגער און ווייטער, אנשטאט אויפדרייען דעם שטאפער פונעם וויין פלעשל אין קרעטשמע, דריי אריין נאך א שרויף אין די סוכה ווענט. איך גאראנטי דיר אז אויב וועסטו אוועקגעבן פאר דיין סוכה א האלב פון דיין צייט ביים קרעטשמע, קענסטו נאך עספיען אויפצושטעלן סוכת דוד הנופלת אין די צייט.
בן הרחמן;
געשמאקער האט איבערגענומען דיינע תיקון חצות'ן.
מעג איך וויסן וואס מ'רעדט דא פון די אות ד' ?
בענאק
איך האב לגמרי נישט געשריבן פינף אזייגער פארטאגט אבער דאזען מעראר, דאס וואס דו פרעגט וועגן מיין שולענט, קען אפשר זיין פשט אזויווי טשולענט האט מען דאך געגעסן פינף טעג צוריק אזוי אויך האב איך זיך דערמאנט אלטע זשאקס שוין פון לאנג געהערט.
קרעמער צוויי זאכן
קודם קול, נפחא'ס סוכה שטייט שוין אין גרויסן ב"ה, אראפ א עול פון קאפ.
נאכדעם קול, וואס הייסט דאס איך האב "איבעגענומען" בן הרחמן'ס תיקון חצות'עס?! איך פלעג דאך זיין דא מיט אים יעדע נאכט און צוזאמען האבן מיר געקלאגט ? איך בין שוין אן אלטער נאכט וועכטער דא,
איך געדענק נאך יענע שרעקליכע נאכט ווען הוטקי איז צאמגעפאלן, אוי איז דאס געווען שרעקעוודיג..[בילד – נישט אפגעהיט]
גישמאקער;
וויאזוי ווילסטו איך זאל געדענקן זאכן וואס איז געווען פיר טעג צוריק?
און בכלל, וואס עפעס האסטו דיך אזוי שפעט דערמאנט צו פרעגן?
עס איז מיר אינטערסאנט צו וויסן (מוז נישט זיין יעצט... ס'האט צייט נאך יום הקדוש) אויב די מספר הצפיות גייט ארויף ווען מען קליקט אויף די צווייטע פעידזש פון אן אשכול. למשל: איך בין יעצט אויף די ערשטע זייטל פונעם אשכול, און איך דרוק עס זאל גיין צו נומער צוויי, גייט די מספר הצפיות ארויף מיט איין נומער?
קרעמער איך גיי יעצט אויסטרייען...
מיר איז אינטערעסאנט פאר וואס א כפרה (טשיקן) ווען ער פארמאכט די אויגן רוקט זיך ארויף די אונטערשטע הייטל אויפן אויג, און ביי א מענשט און אנדערע בעלי חי איז פארקערט, די אויבערשטע רוקט זיך אויף אראפ איבערן אויג?
דארף דרינגענד וויסן! שוין יעצט ערב יום הקדוש!
דחוף...
קרעמער עס קוקט מיר אויס אז יא