היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » ווער וויל קומען קיין קרית יואל?

ווער וויל קומען קיין קרית יואל?

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1548616

not2bz » 31/8/2005 21:21

איך פאר ארויס פון וויליאמסבורג קיין קרית יואל אי"ה 5:15 נאכמיטאג ווער עס וויל מיטקומען מיט מיר זאל זיך מעלדן צו מיר אין אישית

דאכענע » 31/8/2005 21:38

קענסט באשטיין איך זאל וויסן ווער דו ביסט?

דעמאלטס ווארט מיך פארן ברידזש...

קרעמער » 31/8/2005 22:21

איך פאר אי"ה מיט איינער פון די חשוב'ע חברי הפורום!

יישר כח למפרע

nafcha » 31/8/2005 22:26

האלא! קרעמער;

ווען בין איך געווארן חשוב?.... [בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 31/8/2005 23:12

אנפראגע ביים חשוב'ן ציבור:

גאז קאסט א געוואלד אין די היינטיגע טעג.

איך פאר אי"ה היינט מיט א היטש, זאל איך זיך אנטראגן משתתף צו זיין מיט די גרויסע הוצאות פון די נסיעה???

not2bz » 31/8/2005 23:17

יא אבער איך האלט אז יענער וועט סייווי נישט וועלן נעמען די געלט

nafcha » 31/8/2005 23:22


איך האלט אז די זאלסט נאר אפערן די 75 סענט טאלל...

די געז קען ער נאך נעמן

קרעמער » 31/8/2005 23:30

נפחא;

איך האב נישט געוואוסט אז דו ביסט מסכים אז דער עולם זאל וויסן אז דו נעמסט מיר...

אבער אז דו שרייבסט דאס אליין, לאמיר דיר באדאנקן פארן נישט נעמען קיין גאז געלט...

אגב; פון וואו האסטו געוואוסט אז איך פארמאג אויף מיר פונקט פינעף און זיבעציג סענט!!!

(פלאס נאך איין קוואדער צו טיילן פאר צדקה אויפן וועג ארויף צום ציון).

nafcha » 31/8/2005 23:34

פונקט פארקערט, איך האב ארויסגעווארט אויף א שכח, היינט ביי דיין פאוסט פון 'מי כעמך ישראל'

קרעמער » 31/8/2005 23:38

היינט האב איך געדאווענט פארן עמוד אין מיין (עכטע) שוהל. ביי "אין כאלקינו" קומט א אידל צו מיר און באדאנקט מיר מיט א גרויסן "יישר כח" פארן צוגיין צום עמוד.

דער איד איז שוין געווען גרייט צו גיין עסן פרישטאג, ער האט שוין געהאלטן דעם טלית בייטל אונטערן ארעם, און איך האב נאכנישט עספיעט צו פארפארטיגן דאס דאווענען.

רוף איך זיך אן (מיט חוצפה?): "יישר כח" זאגט מען ווען יענער האט שוין געענדיגט דאס וואס ער טוהט...

דער איד האט נישט געכאפט דעם ווינק, און פארענטפערט זיך: איך האב שוין געענדיגט...

לענינינו: איך וועל דיר אי"ה באדאנקן לאחר המעשה, יעצט קען איך נאכנישט זאגן "יישר כח" אויף א זאך וואס איז נאך "לא בא לעולם".

ווער ווייסט... אפשר וועסטו מיר אריינפירן אין באד אריין...

nafcha » 31/8/2005 23:47

קודם מיין איך אז די דארפסט מאכן פון די מעשה מיט דעם איד היינט א עקסטרע אשכול, "א פרישע מעשה שהיה, חוצפה אדער נישט???".

דרך אגב, איך האב אויך אזא פאר מעשה שהי'ס, אונז וועל מיר שוין שמועסן אויפן וועג.

{וועגן דיין פחד אז איך גיי מאכן פון דיר א קיגל... זאג 'תפלת הדרך', פון מיינעט וועגן קענסטו אויך זאגן אלע פסוקים, ויעקב הלך לדרכו וכו'}.

תוקן על ידי - nafcha - 31/08/2005 23:46:45

nafcha » 1/9/2005 06:31

יעצט ציריקגעקומען פון ק"י מיט קרעמער, ער האט מיר געבעטן איך זאל באשרייבן די נסיעה, איך האב אים גענטפערט, איך וויל נישט ער זאל מיך נאכדעם צילייגן דא ברבים, אז ער וואלט עס אסאך בעסער אראפגעלייגט.

סא איך וועל איבערגעבן דאס ווארט פאר קרעמער.

קרעמער » 1/9/2005 06:35

געב מיר א טאג צוויי זיך צו ערהוילן פון די קאשמארן און די אויפשאקלענישן פון די ווילדע רייזע (מיט די בלאנדזשאכץ).

המשך יבא בלי נדר