היינט האב איך געזען עטליכע גוטע ווערטער, און משום אל תמנע טוב מבעליו וועל איך דאס מיטטיילן מיטן חשוב'ן עולם.
1) די גמרא זאגט "כל הכועס כאילו עובד עבודה זרה" = איינער וואס רעגט זיך איז ווי גלייך ער דינט עבודה זרה.
וואס איז די פארגלייך?
זאגט ר' נתן לוברט (א תלמיד פון ישיבת חכמי לובלין, א שארפע קאפ געווען, און א מתמיד עצום) אזוי:
ווען איינער דינט עבודה זרה, ער בוקט זיך צום געטשקע, דער געטשקע וועט אים גארנישט העלפן...
אזוי אויך דער וואס רעגט זיך, ער מיינט ער וועט עפעס אויפטאן מיט די רעגעניש, דערווייל איז "רגזן לא עלתה בידו אלא רגזנותא" ער בלייבט מיט די רעגעניש, און פארדינט גארנישט פון די גאנצע זאך!
2) די רעבעצין פונעם אמרי אמת זצ"ל (גור) איז אמאל געפארן אויפן באן אינאיינעם מיטן הייליגן חפץ חיים זצ"ל. אינמיטן וועג איז זי צוגעגאנגען צום חפץ חיים און זיך פארגעשטעלט אז זי איז די רעבעצין פונעם אמרי אמת. דער חפץ חיים האט זיך אויפגעשטעלט פאר איר אלץ "אשת חבר כחבר".
דאן האט זי געבעטן אז דער חפץ חיים זאל אנווינטשן איר זוהן (דער פני מנחם זצ"ל) אז ער זאל זוכה זיין צו יראת שמים.
האט זיך דער חפץ חיים אנגערופן: אויף יראת שמים דארף מען הארעווען און הארעווען!!!
3) א בחור איז אמאל אריין צום גור'ער רבי דער פני מנחם זצ"ל און זיך אפגערעדט אז ער האט "נסיונות".
האט אים דער רבי געענטפערט: נסיונות האבן זייער אסאך מענטשן. מען דארף נאך אכט געבן נישט אדורך צו פאלן קיינמאל אין לעבן!!!