היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » טשיקאווע: א מעשה מיט קעז

טשיקאווע: א מעשה מיט קעז

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1556372

קרעמער » 6/9/2005 02:42

א יאפאנעזער פאליטישאן האט זיך אפגערעדט אויף פראנצויזישע קעז אז דאס איז הארט און טרוקן, נישט וואוסנדיג אז דווקא דאס איז די מעלה דערפון, אז ווי עלטער עס ווערט, אלס הארטער/טרוקענער/בא'טעמ'טער ווערט עס...

http://news.yahoo.com/s/nm/20050903/od_nm/japan_election_cheese_dc

דער פאליטישאן האט געהאט א מיטינג מיטן פרעמיער פון יאפאן - יאוניטשירא קאוזומי [שטעלט אייך פאר ווי שטארק מען וואלט געלאכט ביי זיין ברית און קריאת השם] - דערנאך האט ער זיך אפגערעדט פאר די טעלעוויזיע קאמערעס אז מען האט אים אויפגענומען מיט אלטע וויין (אויך מיר א חסרון) און טרוקענע קעז.

זינט די דורכפאל איז די פארקויף פון די סארט קעז דראסטיש געשטיגן...

שיקט מיר אריבער אביסל דערפון. (אוי, איך בין פליישיג פון די סעודת ראש חודש... מאכט נישט, איך וועל עס לאזן עלטערן אין פריידן, עס וועט נאר בעסער ווערן).