היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » זיידישע זשאוקס - מי יתן?

זיידישע זשאוקס - מי יתן?

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1559244

mefikel » 7/9/2005 21:12

די צאל עלטערע אידן אין ביהמ"ד האלט ליידער און-איין פאלן, און מיט דעם ווערט ליידער פארלוירן א וויכטיגע חלק אינעם טאג-טעגליכען לעבן, דהיינו?
מ'פלעגט אמאל אריינקומען אונדערפרי און שול 5:00 אזייגער, און ס'איז פאר די עלטערע אידן געלונגען מיטצוהאלטן ווי א אומשולדיג אינגעלע וואס איז לכבוד די בעפארשטייענדע חזרה פארהער אויפגעשטאנען אביסל פרי, און נישט קוקענדיג ווי ער גייט, האט ער זיך אנגעשטאלפערט אין א אפגעבראכענע שטיקל פארקעי, און טראךך... ער איז אומגעפאלן.
די אידן וואס די בעט שפייעט זיי שוין אום 3:00 פארטאגס, רופען אויס אין א כאר "צוברעך נישט די פלאר"..... און איין איד לייגט ספאנטאן צו "קום אהער איך וועל דיך אויפהייבן"
I am telling you, it maid there day!

ליידער היינט אוז שוין דא זייער ווייניג פון די אלטע "קאקערס"

עס וואלט געפאסט to pay tribute און אראפברענגען דא אלע אזויגערופענע זשאוקס וואס די אידן וואס זענען אדורך די קאנצענטראציע לאגערן פלעגן זינגען ווען ס'איז געווען בדיחא דעתן

נאטורליך » 7/9/2005 22:50

איין אלטער איד ביי אונז אין שוהל האט מיר אמאל געזאגט, לאך נאר לאך, ווען די וועסט קומען אין מיינע יאהרען וועל איך לאכען.
איך האף אז ער לאכט פון גן עדן.

mefikel » 7/9/2005 23:35

פסח אידערפרי םלעגט מיין שכן, א עלטערע איד ע"ה, יערליך פרעגן די באקאנטע קשיא (נישט פארבינדן מיט די 4 קשיות...)

"נא מרדכי ישעי', די יחץ איז געלונגען?....."

not2bz » 7/9/2005 23:57

יעדע סוכות פלעגט מיין עלטער פעטער מיך פרעגן וואס האסטו געבעטן פאר אפיקומן

יענטאאש » 8/9/2005 00:03

העי קודם שלום עליכם 'מעפיקל', וואס מאכט איר עפעס? איך בין 'יענטאאש' דער ראש הקהל דמתא פון 'היימישע שטותים', ברוך הבא מאכט אייך באקוועם, איי האופ יו וויל פיעל קאמפארטעיבל העיר....

וועגן די 'זיידישע דזשאוקס', איך ווייס נישט צו סתם אראפברענגען די וויצן כמו שהוא איז גענוג, די וויצן האבן נישט קיין חן נאר ווען מען הערט דאס פונעם עלטערן איד אליינס, און מען זעט ווי ער שטייט אזוי איינגעבויגענערהייט זיך אנלעהנעהנדיג אויפן שטעקן שמייכלענדיג מיט אזא זיידישן שמאלן געלעכטער וואונקענדיג צום אנדערן אלטן איד מיט א זיידישע געהיימענוספולע איינגעקנייטשטע בליק וואס נאר א מח וואס באהאלט זיך אויס פון אונטערוויילעכץ א צעוועטשטע שטערן קען פארשטיין.

קרעמער » 9/9/2005 15:59

איך מיין אז עס איז עכט דיסקרימינאציע אז מען פארלייגט זיך אויף די עלטערע אידן.

איך וועל אנהייבן אריינצולייגן דא וויצלעך פון אונזערע מאמעס... זיי קומט זיך אויך קרעדיט פארן אונז אויפציען אויפן ריכטיגן וועג אדאנק די טיפע ווערטלעך זייערע.

ווי צום ביישפיל:

וואס איז א חילוק ווי שיין די קעיק איז צושניטן? אינעווייניג אין בויך ווערט עס סייווי צושטיקעלט...

אדער:

עס איז נישט עק וועלט אז די מייערן האבן זיך אויסגעמישט מיט די ציקער, אינעווייניג אין בויך מישן זיי זיך סייווי אויס...

קרעמער » 12/9/2005 17:13

המשך צו "מאמישע דזשאוקס":

ווען א קינד כאפט א בַּאל אזוי גרויס ווי א גרעיפפרוכט, עס איז אויפגעשוואלן און בלוי, איז דא א באקאנט ווערטל (אויך מיר א ווערטל) וואס מאמעס נוצן צו בארואיגן די קינדער: "מערצעשעם ביז צו דיין חתונה וועט עס אוועקגיין"!!!...

אויך, ווער געדענק די 'קוש' וואס האט געברויכט אויסהיילן אלע מחלות?

דערמאנט מיר פון די סייענטאלידזשי רעליגיע (וויאזוי הייסט עס פונקטליך?) וואס ניקאל קידמאן מיט טאם קרוז פלעגן פראקטיצירן זייענדיג פארהייראט אינאיינעם. לויט יענע גלויבן ברויך מען צוריקגיין צום פלאץ וואו מען האט געכאפט די קלאפ, אהינלייגן די פלאץ וואס האט זיך צוקלאפט, און די ווייטאג גייט צוריק אריין אינעם וואנט...

ווער געדענק נאך ווי מיר פלעגן מאכן 'דאדא' פאר די טיש אין וואס מיר האבן זיך אריינגעקלאפט, און אלע יסורים זענען פארשוואונדן?

בןהרחמן » 12/9/2005 19:35

און ווען א קינד איז אראפגעפאלן און זיך גוט צוזעצט און צוקלאפט, פלעגט מען זאגן 'קוק נאר ווי דו פלאָר וויינט ער האט זיך שיעור צובראכן' (און פארשטייט זיך אז דאס קינד האט זיך גלייך געדארפט בארוהיגן)

nafcha » 12/9/2005 20:12

ווען איך פלעג איבערלאזן מיין שאל אדער הענטשיך אין חדר, פלעגט מיר מיין מאמע זאגן, "נאך א מזל אז דיין קאפ איז ציגעקלעפט צי דיין האלז, ווייל ווען נישט.......




האסטו נישט וויאזוי עס אויפציזיכען........"

תוקן על ידי - nafcha - 12/09/2005 20:11:38

יענטאאש » 13/9/2005 00:05

אקעי נפחא, איך מיין דיין מאמע איז שוין געווען אביסל 'צו ליצנות'דיג'.....

קרעמער » 13/9/2005 00:12

נישט בחנם וואקסט מען אויס א 'נפחא'...

ער איז פון קיין איי געבארען

זארעכפעפער » 13/9/2005 00:14

כ'מיין עם... עם... סע'אלץ בעסער ווען די אלטע יידן זאגן זייערע "אייגענע" דזשאוקס, ווי ווען זיי זאגן נאך "יענעםמ'ס" דזשאוקס (גוטע ווערטלעך) וואס זיי טוען דאס נאר פאר'הרג'ענען...

נישט אזוי יענטאאש???

יענטאאש » 13/9/2005 00:16

אה... נאו דאובט אבאוט איט....

קרעמער » 13/9/2005 00:17

שישו ושמחו עס איז יום טוב אויף דער וועלט... יענטאאש מיט זרח זענען דא, עס לעבט זיך אין היימישע קרעטשמע (איז דאס אויך אזוי ווי א נאמען פון א קינד וואס מען טאר נישט אויסזאגען פאר קיינעם פאר די ברית???).

יענטאאש » 13/9/2005 00:22

ער איז מיר שוין געווארן אזא עניוו'ל דא דער קרעמער.

יענטאאש מיט זארעחך מיט קרעמער זענען דא! שישו ושמחו וסמייטע..... (דאס באלאנגט ביי 'קינדערישע דזשאוקס', ועוד חזון למועד.).

קרעמער » 13/9/2005 00:26

אפשר שוין אביסל צו שפעט. ווי א שירעם נאך א רעגן. ווי סמייטע נאך קאקאש קעיק. ווי סטראבערי נאך די טשיז-פיי. אבער בעסער שפעטער ווי קיינמאל.

לאמיר אלע זינגען אינאיינעם:

שופטים ושוטרים תתן לך = מאך א ברכה קוקוריקו

יענטאאש » 13/9/2005 00:28

סמייטע נאך קאקאש קעיק זייגט, אבער סטראבערי נאך טשיז קעיק איז כלל נישט אזוי שלעכט, דערצו נאך געפרוירענע איז דאך ממש א מחיה.

קרעמער » 13/9/2005 00:31

יעצט פארשטיי איך שוין נישט פון וואס דו רעדסט, געפרוירענע טשיז קעיק (וועך) אדער געפרוירענע סטראבעריס?

יענטאאש » 13/9/2005 00:36

אה קאמאן!! געפרוירענע טשיז קעיק??!!! אפשר דו ביי דיין אומגעלונגענע מילעכיגע שבועות סעודה.....

געדענקסט נאך?

קרעמער » 13/9/2005 00:37

דו מאכסט יעצט דעם אלוועלטליכן טעות פון אויסטוישן 'קרעמער' מיט א צווייטן...

יענטאאש » 13/9/2005 00:39

אה ניין... כ'האב געטראכט אז דו ביזט געווען ביי זיין קרעפל פשעטיל דא אין ביהמ"ד....

קרעמער » 13/9/2005 00:42

איך האב קיין אנונג פון וואס איר רעדט, אפשר איז דאס נאך געווען פאר מיינע צייטן

nafcha » 13/9/2005 00:44

די האלטס דאך שוין מיט פון אנפאנג....

קרעמער » 13/9/2005 00:46

וואס הייסט פון אנפאנג? דו ווייסט אז דער פורום שטייט שוין א יאר!

nafcha » 13/9/2005 00:48

קוק נאך דיין ערשטע תגובה, וועסטו וויסען פון וואס איך רעד.

קרעמער » 13/9/2005 00:50

איך האב טאקע געשריבן דארט אז איך האלט מיט פון אנפאנג, אבער באמת אריין ווייס איך נישט אויב עס איז פארהאן איינער וואס האלט באמת מיט פון דעם ריינעם אנפאנג.

יעצט ווערט א יאר זינט דער פורום איז געגרינדעט געווארן, אזוי מיין איך.

nafcha » 13/9/2005 01:14

די ווילסט מיר זאגן אז די האסט געשריבן ליגנט???!!!



תוקן על ידי - nafcha - 13/09/2005 1:13:22

קרעמער » 13/9/2005 01:18

ניין. חס ושלום. איך האב געמיינט 'אנפאנג' "פון ווען רוב עולם האט מיטגעהאלטן".

קושקע » 13/9/2005 03:34

פון ווי שטאמט די אויסדריקן, אויב איר האט עס שוין געהערט:

"ער רעדט זיך אפ ווי נחמן נטע אין האלץ-קאמער"

"ער לאכט ווי א זיבעלע אויפן לאקשן ברעט"

בןהרחמן » 13/9/2005 05:20

וועלקאם מיסטער 'קושקע', איר דארפט אפשר אביסל ביר מיטצוטרינקן צו די קישקע? ביי אונז קען מען באקומען ביר לרחצה אפילו פון די נייע סארט וואס מען פאלט אוועד נאך צוויי דריי 'שאטס' בעט עס פון קרעמער, (אגב הייניקן האבן מיר שוין נישט משום מעשה שהיה)

דער אויסדרוק 'ער לאכט ווי א זיבעלע' איז באקאנט, אבער איך האב נאך נישט געהערט איינער זאל זאגן די אנדערע העלפט פונעם לאקשן ברעט, ווי אויך נישט דער נחמן נטע אינעם האלץ קאמער, אפשר אין ווייס רוסלאנד פלעגט מען דאס זאגן, ווער ווייסט.

באט עס לאנג עס העוו סאמטינג אינטערעסטינג טו פאוסט יור וועלקום טו היימישע שטותים \איימסארי איי מיען היימישע קרעטשמע

קרעמער » 13/9/2005 06:34

יאך האב ניעמאל געהערט די 'נחמן נטע' אויסדרוק, און אויך נישט די לאקשן ברעט.

אגב;

א זיבעלע - לויט ווי איך פארשטיי - מיינט א קינד וואס ווערט געבוירן נאך זיבן מאנאטן, אבער פארוואס לאכט ער אזוי???

mefikel » 13/9/2005 19:23

א "זיבעלע" איז טייטש א "סמיילי"
[בילד – נישט אפגעהיט]
אמאל פלעגט מען ניצן א ספעציעלע ברעטל אויף וואס מ'פלעגט צישניידן די לאקשן, דאס פלעגט האבן א
[בילד – נישט אפגעהיט]
"און לפי"ז אוז שוין מובן פשט אינעם באקאנטן מאמר החכם"

קרעמער » 13/9/2005 19:28

די פשט'ל 'סאונדט' זייער גוט. אבער איז דאס אמת אויך?

היינט וואלט מען זיך נישט אויסגעדרוקט: ער לאכט ווי א סמיילי! (אזוי מיין איך).

mefikel » 13/9/2005 19:55

אויב ס'איז ווען דא א popular smiley קען איך מיך ווען פיקטשורן אזא saying

זארעכפעפער » 13/9/2005 22:04

אויב שוין יא 'קושקא'

פארוואס עפעס האט דער 'געקנעטענעם קוגל' פון די שאבעסדיגע טשולענט זוכה געווען צו דעם נאמען "קושקע"?
און וואו איז דער מקור?

קרעמער » 14/9/2005 02:36

פארוואס א 'שלישקע' הייסט שלישקע ווייסטו שוין זרח'ל? און פארוואס א שישקע-באב הייסט וויאזוי עס הייסט ווייסטו שוין, אז דיר באדערט יעצט די קושקע???

זארעכפעפער » 14/9/2005 03:11

בעקיצער, רעד קלאר, וואס באדערט דעך?

אז כאב געפרעגט פשט אויף א וועלטס ווארט? אדער פארוואס שלישקע הייסט שלישקע?

קרעמער » 14/9/2005 05:00

מיך באדערט אסאך זאכען, לאמיר אנהייבן פון נומער איין:

פארוואס האט דער טשאלענט קוגל כמעט אזויפיל נעמען ווי קרח.

1. טשאלענט קוגעל.

2. געקנעטענע קוגעל.

3. מעהל קוגעל. (דאס נוצט מען פאר די ראשי תיבות פון עמל"ק שבת זכור ביי די פיר קוגלען).

4. קושקע.

5. און נאך.

שמאסער » 14/9/2005 07:31

איינער וויסט וואס איז פשט און גע,פילטע פיש?

בןהרחמן » 14/9/2005 09:10

דאכט זיך מיר אז געפילטע פיש הייסט אזוי ווייל אמאהל פלעגט מען די צומאלענע פיש אפקאכן צוזאמען מיט די סלייסעס און עס אריינפילן אין די ליידיגע פלאץ פון די ארויסגענומענע חלקים די מאגן פון די פיש, וועגן דעם הייסט עס געפילטע ווייל מען פלעגט מיט דעם אנפילן די פיש, נאכדעם איז שוין געווארן אז מען קאכט עקסטער די צומאלענע פיש,

אגב דאס איז אויך די סיבה וואס מאנכע זאגן געפילטע קרויט, ווייל מען פילט אהן קרויט מיט פלייש,

קרעמער » 14/9/2005 14:40

בן; יעצט איינמאל האט זיך דיר גוט געדאכט. דאס האט קיין אנדערע כוונה ווי דאס.

נישט ווי אנדערע וואס דרוקן דעם גע'פפפפפי'לטע פיש, ווען זיי ווילן קוועטשן אז עס פילט זיך א גערוך אדער א נאכ-טעם דערפון.

קושקע » 17/9/2005 00:42

דער מקור פון "קושקע" איז ווייל ווי באקאנט ווען מ'מאכט קושקע, מאכט מען עס און א זעלעכע "ראללס", מ'וויקלט ארום און אזא פלאסטיק אזוי אז עס האלט זיך אין א לאנגע רונדיגע פורעם.

בימים ההם, פאר מ'האט געהאט "פלעסטיק", ווי אזוי האט מען אויסגעפורעמט א קושקע? האט מען גענומען די "קושקע" פון א בהמה, וואס דאס איז לאנג און שמאל, ווי א שלויך, מ'האט עס גוט אויסגערייניגט, און אין דעם אריינגעשטאפט די געקנעטענע קוגל, אזוי האט זיך עס געהאלטן שיין אין פארום.

שלמה_זלמן » 17/9/2005 00:48

פון קישקע (נישט קושקע) ביז געקנעטענע איז פאלג מיך א גאנג. מיין באבע ע"ה פלעגט מאכן געהעריגע קישקע פון א קישקע יעדן שמחת תורה און צווישן אונז גערעדט ס'האט געהאט מיין באבע'ס טעם... דאס וואס מ'רופט היינט געקנעטענע קישקע איז ווייל די נייע סארט קוגל ערפילט דעם ארט פונעם אמאליגן קישקע. ביידע ליגן אינעם טשאלענט.

שלמה זלמן