באשלוס: שינוי השם!!!
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1566146
ביי א זעלטענע זונטאג מיטאג מיטינג צווישן די ראשי קהילה איז באשלאסן געווארן אז מען וועט אי"ה טוישן דעם נאמען פונעם פורום אין די גאר נאנטע טעג.
מיר מעלדן דאס יעצט באצייטענס, כדי די יעניגע וואס האבן נאכנישט אונזער פורום אויף זייער 'באליבטע' ליסטע זאלען וויסן וואו אונז אויפצוזוכן ווען מיר וועלן טוישן נאמען. (די וואס האבן אונז אויף די פעווארייטס, וועלן אויטאמאטיש געפירט ווערן צו די נייע פלאץ).
פרטים יבואו
איך וואלט זייער געוואלט עס זאל האבן די ווארט "קרעטשמע" דערין...
א היימישע קרעטשמע
ביז צו די קרעטשמע
א אידישע קרעטשמע
אדרבה, זאגט ארויס אייער מיינונג, וועלכע פון די אויבנדערמאנטע (אדער גאר א פערטע נאמען) זאלען מיר געבן פאר אונזער פורום?
אדער "היימישע קרעטשמע" אדער "אידישע קרעטשמע"
נישט "ביז צו די קרעטשמע"
איך האב באקומען אין אישי א הודעה פון א חשובער ליינער, ער שרייבט אז "א היימישע קרעטשמע" איז די בעסטע נאמען.
איך האלט אויך אזוי.
וואס זאגט איר?
איך האלט אויך אזוי אבער אן די "א" נאר סתם "היימישע קרעטשמע"
איך האלט:
היימישע קרעטשמע
און די סלאגאן זאל זיין:
צו שמייכלען און צו לאכן, אן וואס קיינער זאל קראכן
דאס איז אויף יעצט, איים עקסעפטינג טשעינדזשעס.
צו שמייכלן און צו לאכן, און די לשון הרע ליבהאבער זאלן קראכן
איי אלסא עקסעפט טשעינדזשעס
יענטאאש וואס האסטו געממינט צו שרייבן
צו שמייכלען און צו לאכן, אן וואס "קיינער" זאל קראכן?
אדער
צו שמייכלען און צו לאכן, אן וואס "איינער" זאל קראכן?
אדער
צו שמייכלען און צו לאכן, "און קיינער זאל נישט" קראכן?
אדער טאקע דעס
צו שמייכלען און צו לאכן, אן וואס קיינער זאל קראכן
ניין, ווייל אפילו די 'לשון הרע ליבהאבער' וויל איך אויך נישט זאלן קראכן אויף אונזער פורם.
יעדער איז וועלקאם, אפילו זיי, נאכדעם וואס זיי קורירן זיך אויס פון זייערע שמוץ פארשטייצעך קענען זיי אריינקומען צו אונזער קרעטשמע, כאפן א טרינק און זיך דערקוויקן מיט די סחורה, עס לאנג אז דא האלטן זיי זיך רואיג.
נאט טו ביזי:
איך האב געמיינט וואס איך האב געשריבן.
נאט-טו-ביזי; די ריכטיגע אויסדרוק אין אידיש איז "קיינער זאל קראכן".
אדרבה, 'מענטש' בין איך גערעכט?
אקעי יענטאאש איך צו צוריק
קרעמער;
דער וואס קען גיט אידיש, איז 'מענטשעלע' נישט 'מענטש'.
"וטעות לעולם חוזר".
תוקן על ידי - nafcha - 13/09/2005 0:45:04
נפחא; איך וועל דיר מוזן אויפנעמען אלץ סעקרעטאר דא... ווייל דו קענסט יעדן ביי זיינע שטארקייטן און שוואכקייטן...
ביי מיר איז מענטש, מענטשעלע, יאגעלע, באגעלע, בענקל, שענקל, רענצל, רעקל, אלעס איינס...
אין אנדערע ווערטער: נאך א ניק אויף היידפארק...
איך פארשטיי דיין פוינט, אבער עס קען וויי טון פאר 'מענטשעלע'.
גערעכט. א 'מענטשעלע' טאר מען נישט מצער זיין, ווייל קטנים לאו בני מחילה נינהו.
איך מיין אז מ'זאל מעגן זיין דעם אשכול, אזוי אז די אלע מענטשן וואס פאלן דא אריין פון צייט צו צייט, זאלן זיך גראד אנטרעפן מיט דעם אשכול.
מעג מען מאכן עגונות?
לכבוד שבת מעג מען!.
אלרייט, דערמאן מיר שפעטער, איך בין ביזי מיט די פייגעלעך יעצט.
דרך אגב קרעמער;
די קענסט מיך נישט אויפנעמן אלס סעקרעטאר, ווילאנג 'בן הרחמן' לעבט.
'נפחא' איך האף דו ווילסט נישט איך זאל מיך נעמען דאס לעבן כדי דו זאלסט איבענעמען מיין בענקל[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב נישט גערעדט צי דיר. [בילד – נישט אפגעהיט]
האסט געמיינט אז דו וועסט דא אריין קומען אין קהל'ס אפיס און שרייען הויך צום מנהל וועל איך נישט הערן, איך האב עס חלילה צו טוהן מיט די שמיעה[בילד – נישט אפגעהיט]
העי!
איך גיי ארויס אויף איין מינוט ברויך מען זיך אזוי ארומקריגן וועגן די ירושה??
נפחא;
עס איז דא גענוג פאטעלן אין קהל'ס אפיס, קען מען אויפנעמען וויפיל סעקרעטארן עס פעלט זיך אויס. וועל דיר אויס וואס דו ווילסט: סעקרעטערי אוו סטעיט? אוו דיפענס? אוו פימא?
פון מיין פערספעקטיוו
אוודאי דארף מען מאכן א שינוי השם
א שינוי לשוין האט מען שוין געמאכט
א שינוי מקום האט מען שוין אויך געמאכט
בלייבט איבער משנה זיין דעם שם.
היימישע קרעטשמע, (מוז נישט זיין באלד...)
איז מיין אויסוואל.
שם/לשון/לבוש... באלד וועסטו פארלאנגען - געשמאקער - אז מיר זאלן זיך טוישן דעם לבוש אויכעד?
==
איך זעה אז דער איבערוויגענדער מערהייט פון די שרייבער געפעלט זיי "היימישע קרעטשמע".
על כן, נמנו וגמרו, אי"ה אין איינע פון די נאנטע טעג וועט זיין די קרישמע ליינען, דאן די וואך נאכט, צומארגענס וועט פארקומען די גרויסארטיגע ברית און קריאת השם...
היימישע קרעטשמע
סע'נאך אלץ בעסער אז מ'ווייס מער שוין דעם נאמען נאך פארן ברית, ווי איידער מ'זאל מער אויסקוקן ווי דער עולם, די פריען און קינדער, ביי נאט-טא-ביזי'ס ברית...
פארבליבן נאך איין טאג פאר היימישע שטותים
אי"ה מארגן מיטוואך כי תצא וועט דער נאמען געטוישט ווערן צו
היימישע קרעטשמע
שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמותלוקינג פארווערד צו כאפן א טרונק אינעם קרעטשמע וואו אונזער ארענדער שטייט אויפן אנדערען פונעם הויכען טיש ביים גרויסן שאנק אנגעפילט מיט כלערליי משקאות און סערווירט דעם עולם, ווער דארף וויסקי? דא האסטו נאך ביר, איך געב דיר שוין א פלעשל שאמפעין, און דא א געשמאק באטל וויין פון די פאר די קריג.
אידן גיט א טאנץ, וועט זיין די שמחה גאנץ
... א איד זארף פרייליך זיין
[בילד – נישט אפגעהיט]
בולעטין:
דער עולם זאל זיך אנגרייטן קורצע רעדעס לכבוד די חנוכת הבית פונעם קרעטשמע וואס וועט פארקומען היינט אויפדערנאכט ביי אונז אין "היימישע קרעטשמע"
קרעמער
ארענדער
נ.ב. יאנוש גיי ארויס און געב שטרוי פאר די פערד, ווייל אלעקסיי דער בעל עגלה האט נארוואס פארענדיגט זיין לעצטן שלינג פונעם ביטערן טראפן און וויל זיך שוין ארויסלאזן אין א גאלאפ איבער די וועגלעך און שטעגלעך פונעם שטאט (ווער ווייסט אפשר וועט דער רעבע נאך באווייזן קפיצת הדרך און די וואגן וועט זיך הייבן איבער די דעכער פונעם שטאט, רבותי, טוט אן די סיעט-בעלטס...).
מאשקעבןהרחמן
איז עפשער איינער פון די פרייליכע טענצער דא אויפן בילד נחמן נטע פון האלץ קאמער?
פארוואס פרעג איך אייך?
ווייל ביידע, דער בילד און דער מקור פון נחמן נטע פון האלץ קאמער, שטאמען פונעם זעלבן אויסגאבע.
תוקן על ידי - זארעכפעפער - 15/09/2005 1:27:46
ערעב זארעכ איך ווייס נישט פון וועלכע אויסגאבע דו רעדסט אבער די בילד האב איך שוין באקומען א לאנגע צייט צוריק פון א חבר מיינער און איך האב עס יעצט ארויסגענומען לכבוד די חנוכת הבית פונעם קרעטשמע
בענהאראכמאנ
איך מיינ די אויסגאבע פון:
אּין סֶערְיע פוּן דֶערְצֵיילוּנְגֶען פוּן צַדִיקִים
ארויסגעגעבן דורך:
מְנַחְם מְנְדל
באארבעט לויט מקורות דורך:
בְּרָכָה קְנוֹיבְּלאָבִיץ
געדענקסט עס נאך???
א שאלה צו איך געדענק? דעמאלס איז נישט געווען בעסערס מיט וואס צו שטופן די צייט
זארעחך:
דו מיינסט אודאי די אויסגאבעס פון מנחם מענדל און קנובליץ'ן ווי זארוואכעס פלעגן זיך אראפלאזן און פריצים פלעגן פארן מיט אויסגעבעטענע קארעטעס אהיים צו זייערע פראכטפולע פאלאצן מיט די רויטע טעפיכער וועלכע האט זיך געפונען ביי זיי אין דארף לעבן דעם גוט ווי עס האבן זיך געדרייט פילע שאף און רינדער, און אין וועלכן זיי האבן געמאכט גרויסע באלן ווי עס האבן זיך באטייליגט אלע פריצים און פריצעטעס פון אלע ארומיגע דערפער אנגעטון אין טייערע אנצוגן וואס זיי האבן געקויפט ביי 'משה נחום דער שניידער' און ביים באל האבן באדינער געטיילט געשמאקע געקעכצן אין טייערע שאלן צו איינבייסן און עס האט זיך געגאסן בראנפן און טייערע וויינען מיט וועלכע די פריצים פלעגן זיך אנשיכור'ן און נאכן בארעדן די אידן פלעגן זיי הוליען אין די נאכט אריין ביז מען פלעגט ברענגען מאשקען און דאן האבן זיי געליטן א מיאוסע מפלה נאכדעם וואס מאשקע'ס ווייב איז געלאפן צום רבי'ן און געיאמערט אז איר מאן איז אין א צרה און דא וואקסט די טאכטער שוין אונטער און מען דארף האבן נדן און דער רבי האט געזאגט מען זאל פארן קיין ראדאשיץ און דארט וועט קומען די ישועה און אויפן וועג האט מען אנגעטראפן שיינדע דעם ראש הקהל'ס ווייב און ווירקליך איז דער מאן געראטעוועט געווארן נאכדעם וואס דעם פריצנ'ס איינציגע טאכטער איז געווארן געלעמט און זינט דאן האבן די פריצים שוין געקוקט מיט גרויס עהרפורכט אויף די אידישע געמיינדע און זיי האבן מבטל געווען אלע גזירות ביז מנחם מענדל'ס נעקסטע מעשה......
די אויסגאבע מיינסטו????.......
יא, יא, דאס מיין איך טאקע. און לכאורה דארט איז דער מקור פון "נחמן נטע פון האלץ קאמער".
BTW וואס האסטע עפעס ארויסגעלאזט 'דעם קליינעם שאול יצחק'??
מזל טוב מזל טוב, יוא זכרונות
How about די דריי ברודער?
אוי איז דאס א בוך!
די גרעסטע אקטיארן וועלן דאס נישט קענן אויפשפילן
די מענטשן פרעסער \ די גלאנציגע מעסער אויפן שיף גאנץ אויבן אויף צפון..
איך קען שוין נישט איינשלאפן