קינדערישע גערעדעכצער-זכרונות
99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1569350
אויף עטליכע פלעצער דא אינעם קרעטשמע איז שוין אויפגעברענגט געווארן 'בדרך אגב' אינטערעסאנטע לאזונגען און אויסדריקן פון קינדער ווי למשל "פייערלענזשער" וכדו'.
הגם 'נאטורליך' בענקט זיך בכלל נישט נאך יענע יארן, פארט איז כדאי ארויסציברענגען דא 'בפונדק אחד' די גוטע ווערטער 'המביא לידי גיחוך'.
ווען 'בא-לאנטש' האט זיך אנגעפאנגען, און אלע קינדער לויפן ארויס און 'הויף' שפילן 'קעטש' שרייען אלע יונגלעך ספאנטאן "not it!"
און די קלוגערע 'הרואין את הנולד' הייבן זאפארט אן טיילן ארדערס "נאו-פארלייקונג" אדער "נאו-טאפינג-רייט-בעק"
דער וואס איז נעבעך געבלילן 'איט' לייגט זיך ארויף דעם קאפ אויף די צוויי הענט, און פאנגט אן ציילן ביז צעהן און פארגעסט נישט צוצולייגן "הא-איז-עראונד-דע-בעיס-איז-איט"
מפוקל; קודם כל איך מיין אז דער וואס בענקט זיך נישט צי די קינדער יארן איז 'יענטאאש', וועגן 'נאטורליך' ווייס איך נישט, ברויכסט אים פרעגן.
יא, די אינטערסאנטע אידישע אויסדרוקן וואס האבן נישט קיין שום פשט, היינט הער איך איינער זאגט "גוט מארגן געלע פעטרישקע"... קען מיר איינער זאגען פשט דערין?
גייסט צום רעבין... גייסט צום רעבין... גייסט צום רעבין...
דאס קומט מיט א ניגון אזא...
קרעמער;
אהא כ'פארשטיי!
כ'מיין, למשל, אויסגעגעבן דע 'גרינע גאל', אין 'רויטן ים' אריין ווייסטע שוין. וואס באדערט דיך איז נאר די 'געלע פעטרישקע'?
תוקן על ידי - זארעכפעפער - 14/09/2005 3:24:47
זרח; האסט נישט פארשטאנען די 'געלע, פעטרישקע' קאמענט. עס איז נישט אזוי ווי די קאליר געל, נאר אזוי ווי די נאמען געלא.
GELE און נישט GAILE
גוט מארגן געלע, (פעטרישקע, איז נאר עפעס אזא צושטעל דערצו, צוגעלייגט געווארן שפעטער, בדרך אגב).
ראביי פעפפער
ס'יז דא נאך
א גרינע מיטוואך,,, גיי ווי די שווארצע פעפפער וואקסט...
קרעממער
גראדע האב איך געהערט נישט פטרישקע
"גוט מארגן געלע רעטעך "
אנדערע לייגן צו דערנאך די ווארט "טראגער"...
גאו פיגור
אויב די זאגסט אויס, ווען משיח וועט קימען וועסטו ווערען א קעצעלע
קרעמער, איך געדענק אויך עפעס די נוסח 'גוט מארגן געלא רעטאך טראג איך' אזוי פלעג איך הערן ביי מיין עלטער באבע, און נישט פון קיין פעטרישקא, איך מיין אז עס קומט מסתמא פון עפעס א ענליכע מעשה ווי די פון ר' יום טוב ערליך ז"ל ביי די מעשה מיטן אינגל וואס האט אראפגעלאזט די גראסערי בעג און צוקראכט די אייער, האט איינער געזאגט 'אויל אויף אייער' האט די שכנ'טע געמיינט 'אוי א פייער'.
גוט מארגן געלע, רעטעך טראג איך? (ווער טראגט? סארא סארט רעטעך? שווארצע אדער רויטע?).
דאס איז א טיפישער סעמפל פון סלאגאנען וואס יונג און אלט וועלן נאכקייען און אויסשפייען, און קיינער וועט נישט וויסן פשט דערין. אבער מען וועט דאס נאך אלץ איבערגעבן פאר די קומענדיגע דורות כאילו ס'וואלט געווען עפעס א הלכה לבאבע צירל מסיני.
==
רארארארארעגסטיך מאמאמאמאמעגסטיך וואוואוואוואווילסט נישט מאמאמאמאמוזט נישט (אפשר נאר אין מיין חדר פלעגט מען אזוי זינגען?).
קארעלעקארעלעקענסטעךנישטאריינכאפן
אויב איינער קושט זיין עלנבויגן, קומט משיח
ווען משיח וועט קומען וועסטו האבן א לאנגע צינג (איך געדענק שוין נישט אויף וועלכע עבירה דאס איז די שטראף).
ס'רעגנט ס'גיסט
די אלטע באבע היסט
ס'קומט א פאליס
און געט א שיס
(אפשר באלאנגט עס ביי די אשכול פון חרוזים-פאומס)
============
אלטע באביטשקע וואס טוסטו איינס-ע-זייגער?? וגו'
תוקן על ידי - nafcha - 14/09/2005 15:36:30נפחא; מאכסט מיר לאכן...
פארגעס נישט איבערצודרייען די קאפעל ווען עס רעגנט
קען זיין דאס באלאנגט אויך אין 'חרוזים פאומס', נפחא אויב די טרענספערסט דיינס אהין נעם מיט מיינס אויכעט.
אברהמ'עלע מלמד ליגט אין שניי,
אוי וויי געב מיך טיי,
די טיי איז ביטער,
געמעך צוקער,
די ציקער איז זיס,
לעק דיין פיס,
די פיס איז נאס,
גיי אין גאס,
אין גאס האב איך מורא,
לערן תורה,
די תורה איז הייליג,
עס בייליג,
די בייליג איז פארדארבן,
המן איז געשטארבן,
יעקב אבינו איז געבוירן........
איימסארי, אבער אויף דעם ניגון האב איך א מיליארד קשיות און פירכות, לאמיר גיין פאוואליע, וואס האט דא פאסירט?:
דער ר' 'אברהמ'עלע מלמד' דער ליגט נעבעך אין שניי...., מ'העמיר יעצט נישט אריינגיין אין דעם ווער עס האט אים דארט אריינגעווארפן, דער מציאות איז אז ער ליגט אין שניי, יא?, אקעי, יעצט איז דאך לכאורה פארשטענדליך דער 'אוי וויי געב מיך טיי', פשוט, עס איז אים ביטערליך קאלט, ער ליגט פארפרוירן אין שניי שרייט ער 'אוי וויי' און ער בעט זיך 'געב מיך טיי', פיין. אבער העי איין מינוט! וואסארא טיי אין קאפ אריין? נעמטס אים ארויס פון דארט און פארטיג ניין?!!!, נאכדעם אז איר ווילט אים דערווארעמען אביסל פונעם פראסט דאן קענט איר אים דערלאנגען א הייסן טיי אבער 'פוירסט טינגס פוירסט' זעטס אים ארויס פונעם שניי!!...., אקעי אז עטס זענטס אכזרים און איר ווילט אים נישט ארויסנעמען עטליעסט גיב אים כאטש דעם טיי!!!!.... ניין, הייבן זע אן ארומדרייען מיט די צונג 'עה כ'ווייס... די טיי איז ביטער.... בלא בלא בלא' פאר א גוט יאר וואסארא תירוץ אין קאפ אריין איז דאס?!!!!.... ער בעט זיך ווי א גזלן גיב מיך טיי!!! גיב אים שוין דעם טיי און פערטיג!!!.....
נו שוין ער דער 'אברהמ'עלע' נעבעך וויל דאך נישט אריינגיין אין קיינע וויכוחים יעצט, ס'איז אים דאך ביטער קאלט.... גיבט ער נאך, 'נו שוין... אז ס'איז ביטער נו 'געמיר צוקער'...., העעע... קומען זע מיט א גאנצע טענה 'די צוקער איז זיס.....' איר הערט א גערעדעכץ? ס'איז זיס!!.... נו וואדע איז עס זיס דאס איז דאך דע חכמה!!!! צו מאכן זיס די ביטערע טיי!!.... זע לאזן נישט נאך די רשעים זיי מאכן אים נאך צו שפאט און הייסן אים 'לעק דיין פוס'....... וואסארא אכזרים!!!!!!!......
דער אברהמ'עלע ליגט נעבעך דארט אזוי אין די שניי, די ציינער קלאפן זיך אים איינע דאס אנדערע, די נאז רינט אים ווי א קוואל, ער היסט ביטערליך, ער פרירט פאר קעלט... נו זאל ער זיך גיין איינרייסן מיט די חברה??.... גיבט ער זע נאך און זאגטסע 'ההמממ... אנטשולדיגט... די פיס איז נאס.....', דעי חברה גייען ווייטער אן מיט די רציחה.... 'גיי אין גאס!!!' שרייען זע אים.... איר הערט??, איין מינוט קודם כל... ער איז דאך יעצט אין גאס ניין??!!... און אפילו ווען נישט אזוי ענטפערט מען??!!!....
דער אברהמ'עלע זעט דאך אז ער האט נישט קיין ברירה שפילט ער מיט און זאגט מיט א צובראכן קול 'אין גאס האבעך מורא...., קומען זיי אן מיט א טענה 'לערן תורה...!!!...', איר הערט א חוצפה! די קליינע ראצערלעך די לאבאווצעס גייען זאגן דעם תלמיד חכם ר' אברהמ'עלע'ן דעם מלמד נישט מער און נישט ווייניגער ווי 'לערן תורה'....,
נו שוין ענפערט ער צובראכן 'די תורה איז הייליג'..., גראדע דאסמאל פארשטיי איך נישט אביסל דעם ר' אברהמ'עלע'ן, ווער זאגט אז די תורה איז נישט הייליג? און אז ס'איז הייליג איז וואס? קען מען איר נישט לערנען אין די שניי? די תורה ווארעמט דאך אן?, נו שוין אבער קען מען דען פרעגן קשיות אויף אים ווען ער ליגט נעבעך געפרוירן אין די שניי און די חברה ליצים מאכן דאס גענאר פון אים....., אבער הערט וואס די רשעים ענטפערן אים 'עס בייליג...', סתם רשעות אן קיין פשט... און נאך מער!!!.... אפשר ברענגט איר אים א שטיקל פיינע ווארעמע בייליג??!!!!...דאס פאלט אייך שוין נישט איין הא??!!!....
עניוועי דא ווערט שוין דער שמועס סתם אין די וועלט אריין פארדארבן, געשטארבן, געבוירן, אהין און צוריק.....
אבער וואס איז געווארן פון דעם ר' אברהמ'עלע נעבעך?????.....
תוקן על ידי - יענטאאש - 15/09/2005 0:24:42
ניען ניען ניען
א יוד טאר נישט קניען
עין עין עין
א יוד טאר נישט שפייען
[בילד – נישט אפגעהיט]
ארי בארי באקסער
אויבן וואוינט דער דאקטער
אונטן וואוינט דע קוה
און דאס ביסטו
נא, ווער האט עפעס א גוט פעשאט דערין?
יענטאאש;
נעקסט טיים פאר די לייגסט ארויף אזא תגובה, לייג ארויף א סיין
"Caution נישט קוקן ווען די טיר איז אפן!!!."
מילא מיין גאטשע דאס וועט שוין מיין ווייב וואשן, אבער די בושות וואס די האסט מיר אנגעמאכט.
יענטאאש
בע-עמעס אונזער כאשעווער באליבטער 'קרעמער' האט שוין לאנג צוריק אויפגעברענגט דעם פזמון מיט אירע אומפארשטענדענישן, ווי מ'קען זען דא אין דעם אשכול
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1503038דארט אין יענעם אשכול איז געווען די מסקנע, פון קרעמער'ן, אז דאס מיז זיין עפעס על פי קאבאלע און מיט עפעס העכערע קאוואנעס עיי"ש.
דא ביסטע שוין אויפגעקומען מיט עפעס א שטיקל מהלך אויך על פי ניגלע...
עס קען זיין אז דער טויש פון אלטע באבע שרה ביז אברהמעלע מלמד, האט אייך געעפנט די אויגן אויף א שטיקל ביאור עפ"י ניגלע?
תוקן על ידי - זארעכפעפער - 15/09/2005 2:14:00
יישר כח זרח'ל פארן זיך אננעמען פאר מיר. זעהט אויס אז דער ראש הקהל האט אנגעהויבן קאלעכען נעבעך רח"ל, אדער ליינט ער ניטאמאל אדורך די לאנגע תגובות פון דעם ארענדער, וואס דאס פאר זיך איז פרעכע חוצפה נומער גאזיליען (באלאנגט אויך אין קינדערישע רייד: איין נומבער נאך די לעצטע נומבער...).
==
וואס מיינט 'נייגעריגע קאטשקע'? זענען קאטשקעס מער נייגעריג ווי טשערעפאכעס (טורטל'ס)?
קרעמער, כאדאך אים דן געווען לעקאף זעכיס,
ער האט א אנדערע גערסע אין דעם פיזמענ, און דאס האט אים געברענגט צי א שטיקל ביאור עפ"י ניגלע, בעת דו ביסט געבליבן אז ס'מיז זיין נאר עפ"י קאבאלע...
------
באגב;
זעסט איך לייען יא דיינע לאנגע ארטיקלען און אפשאצונגען...
KEEP IT UP
[בילד – נישט אפגעהיט]
זרח'ל; כ'האב שוין טאקע לאנג נישט געשריבן קיין לאנגס און קיין ברייטס. דאס האט באמת א סיבה וואס מיר וועלן נישט יעצט אריינגיין דערין. אבער יישר כח פאר די קאמפלימענטן. טענק יו טענק יו.
באגב (וואס מיינט באגב? ביי אונז פלעגט מען זאגען 'אגב' אדער 'דרך אגב', דא זעה איך לעצטנס דער עולם שרייבט אסאך 'באגב', איז דאס היברו?); יענטאאש האט אויך אויסגעטוישט שפעטער אינעם פזמון... אנשטאט פוס איז פעט (וואס איך האב געדענקט פון חדר) "פוס איז נאס", אבער מען קען זאל אז אלו ואלו...
יענטאאש;
איך האב אזוי געלאכט פון דיין לאנגע פשט'ל... כ'קען דיר גארנישט זאגען... אבער דאס מערסטע האב איך געלאכט פון די לעצטע שורה: תוקן ע"י יענטאאש...
יענטאש[בילד – נישט אפגעהיט]
קרעמער[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
נאט-טו-ביזי; פארוואס קומט זיך מיר צוויי גרינע מענטשעלעך? ווייל איך האב זיך אנגענומען פאר דיר בנוגע די "תוקן ע"י יענטאאש"? מען טאר זיך נישט פרייען ווען יענער ווערט געטשעפעט. (חס ושלום... מיר טשעפן קיינעם. עס איז נאר אזא פריינטליכע ציפ... אין מיין חדר פלעגט מען זאגען: איך געב דיר נאר א 'קליינע' ציפ...).
און די גאר נאנטע טעג גרייטן זיך די -כמעט- גרויסע קינדער פון כיתה ח' צו מאכן דעם גרעסטן שפרונג אינעם קינדערישען לעבן.
דהיינו?
"אונז גיימיר שוין זיין K.T.H."
צו פייערן דעם לאנג ערווארטעטן געווינס קומט פאר די פאלגענדע:
5:50 ווען די בעל קלינגט 'פאר ענגליש' לעשט מען אויס אלע לייטס אויפן פערטע שטאק און 'טרופ חדר' און מ'הייבט אן זינגען "טרארארא K.T.H. טרארארא K.T.H. טרארארא רא רא רא רא רא רא K.T.H." (אויפ'ן זעלבן ניגון ווי 'סוף קעמפ') ווען די געמיטער ווערן שוין אויפגעהייטערט טוישט מען דעם ניגון צו "ווע הא הא הא, ווע הא הא הא" (אויפן טאן פון שלמה'לע'ס 'וישמעו רחוקים')
ביז משה בראך מיט אברהם שייע קומען נישט אן מיט מכות רצח, ווילן נישט די קינדער וויסן פון גארנישט.
שפעטער 6:18 ווען ס'איז שוין 'פעק-אפ' שיסט מען ארייו די בריעף-קעיס און קלאזעט, און מ'רייסט אראפ דריי סטעפס אויפאמאל אריין און יאסי פאלאק'ס באס, מ'כאפט די 'בעק-סיעטס' מ'שטעלט זיך ארויף אויף די סיעטס און מ'זינגט שוין ווייטער, ביז מ'הערט אויפן מייק "70,80,90 ראס,גייט אראפ פון באס"
די וואס גייען אויף 'וויטריאל'ס באס' הערן תיכף " אויף מיין באס (מיט א פתח)טאר קיינער נישט שטיין"
mefikel;
you crack me up
long live KTH! KAY TEA AGE
א'מחיה, מומע לאה,פעטער שייע!
ביי אונז פלעגט מען ממשיך זיין:
א מחיה, מומע לאה, פעטער ישעיה, פעטער אליעזר, מיט די גראבע גלעזער
==
רינגע ראנגע ראוזי פאקע פאלע פאוזי, עשעס עשעס ווי אלל פאל דאון (איינמאל האב איך געהערט אז דאס שטאמט פון עבודה זרה, איינער ווייסט?).
הע, מיין מאמע איז די בעסטע פון די גאנצע וועלט!
מיין באבע מאכט א מחיה'דיגע אייז קרים, סאיז אזוי באנטש גוט.
מיין טאטע האט גראבע מויסעלס, ער האט אפי' אויפגעהויבן א טיש מיט איין פינגער!
מיין פעטער'ס קאר קען פארן די שנעלסטע, טויזענט מיליאן מיליאנעם, ער האט אפילער נישט מורא פון קיין פאליס, ער פליט אוועק אין איין סעקונדע.
(כ'גלייך באזונדער ווען קליינע קונדער רעדן, און זיי ווייסן נישט פון קיין פראפארץ. אויך ווייסן זיי נישט צו מחלק זיין פון ריעליטעי ביז דמיון. מ'טרעפט עס צומאל אויך ביי ערוואקסענע...)
מפיקל: ווי פיינעלי פאונד סאם מיוטשעל אינטערעסט. [בילד – נישט אפגעהיט]
-מוישי, האסט מורא פון א לייב?
- ניין!
- לאמעך זעהן. (געט א שאקל מיט די האנט אין מוישי'ס פנים)
-...
- פעה, האסט געבלינקט דיין אויגן. האסט יא מורא פון א לייב!
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווען א 'ארמי' (סאלדאט) לייגט זיין הענט העכער דיין קאפ ווערט עס אינגאנצן צושפאלטן... (אזוי האט מען מיר אריינגערעדט אין 'גיטע' בית).
איך גיי רופן מיין גרויסע 'בחור-ברודער' ער וועט דיך "באבוקערען"
פארפאלן, "מפוקל" פאקט מיך איין אין זיין לינקע הויזן טאש (לויט אנדערע גירסאות: אין זיין לינקע פאה).
ער דערמאנט אזעלכע גוטע זאכען פון חדר...
מיין טאטע האט א בלוטעדיגע פאסיג!
פאר פורים און חדר
בער'ל: איך וויל זיין פורים רב, ווייל מיין עלטערע ברודער פלעגט אייביג זיין, און איך קען נעמען זיין 'קידוש'.
משה יודע'לע: אנא! ס'איז א פארשטינקענע קידוש די רבי קען עס שוין, ס'גייט אזוי " יום הששי, ויחילו חיימאוויטש.... נעבעך!"
קרעמער, די ניגון פון רינגע ראנגע רויזי אז עס שטאמט פון די תיפלה איז געשטאנען דאכט זיך ערגעץ אין די 'מעלות' אויסגאבע און אז דאס איז דער פשט פון 'ווי אלל פאלל דאון' דאס מיינט אז מען ביקט זיך (רח"ל)
___
יענטאאש
לויט די גירסא וואס קרעמער האט שוין פון לאנג אויפגעברענגט (די נוסח געדענק איך אויך) ווערן פארענטפערט אסאך פון דיינע קשיות ווייל ע ליגט נישט אין שניי נאר 'אין בעט' 'מיט א שמאטע צוגעדעקט'
- בורא פרי העץ, האסט א לאך אין טייץ.
- וואס??, א קוש אין נאז.
- וואו ווי, באמבער בי.
- מושי!, יא?, כ'האדעך ניש גערופן.... הי הי הי הי...
- בוריי פרי הוהאגאפען..... (מיטן ניגון).
ווער? לעקיש בער
וואו? אונטער די קוה
און? יהושע בון נון
I MADE YOU LOOK, I MADE YOU LOOK, IN MY MOTHER'S POCKET-BOOK
-ווער האט נאך נישט געהאט?
-אאאיך!
-ליגנט?
-נאך, האב איך נישט געהאט!
תיקון ליענטאאש:
מושי!, יא?, כ'האדעך ניש גערופן..., כ'אב נאר געוואלט חזר'ן דיין נאמען...
יו גייס אר די בעסט! יו קיעפ מי עלייוו.
בן; היינטיגע צייטן קען מען אלעס נאכגיין, זוך אויף אויף די אונטערנעץ אויב עס עקזיסטירט אזא ניגון פאר די געטשקע.
אבל אתה למד להבין ולהורות.
וואסי נייעס? לאקשן מיט פארדייעס!
(אגב, וואס איז דאס 'פארדייעס'?)
פארדייעס ווייס איך נישט. (אפשר די איזראעליס וועלן וויסן).
אבער אפרסקים פלעגט מיין רבי טייטשן 'פערזשעך'...
שליט"א שוטה למך יקוש טיפש אקס
יעקב מאיר אוי וויי אויוויי אויויי, אן קיין שכל אליי אליי אליי....
ריגעלע ריגעלע ריג, מיר זענען צוריק גוט...
אינג דינג דינא סאוואלא קאזשינא עלי בעלי בו, עפל דע עפעל שמעפל או אה, אוי בי גי דוי גי...וכו'...
... גיבזשע מיר א גלעזאלע ביר...
נעווער היערד אוו די לעסט וואן היער
-זאל איך דיך מאכן א טריק?
-יא!
-טראכט א נאמבער פון איינס ביז הונדערט, טריפל עס,צוטייל עס, מ'קען?
יא!
-טריפל עס, צוטייל עס נאכאמאל, קענסט?
-ניין!
-אקעי לייג צו איין נאמבער, וויפיל 9'ערס גייען אריין?
-4
-דיין נאמבער איז געווען 30!!!!
מפוקל:
מיין זיידע האט מיר געזאגט אז "פארדייעס" מיינט טאמעטעס אויף אידיש.
-איך גיי זאגן א ווארט אין נאך יעדע ווארט זאלסטו זאגן "וועיטער".
-אקעי
-איינס
-וועיטער
-צוויי
-וועיטער
-דריי
-וועיטער
-פיר
-וועיטער
-פינף
-וועיטער
-זעקס
-וועיטער
-זיבן
-וועיטער
-אכט
-וועיטער
-ניין
-וועיטער
-צען
-וועיטער
-עלף
-וועיטער
-עלעוועיטער...... א גוטע דזשאוק. אמת?
פארדייעס איז מסתמא אזוי אידיש ווי עלעוועיטער. עס שטאמט מסתמא פון רומעניע אדער די ארומיגע געגנטער, מען האט דאס נאר אריינגעשלעפט קיין אידיש.
אגב;
לאקשן מיט טאמעטעס? מסתמא מיינט דאס טאמעטא זאפט. אההה... לאזאניא.... פיינע איטאליענישע מאכל. מ'ברויך נאר צולייגן אביסל מוטצאראל... און דאן וועט דאס זיין ראוי לעלות על שלחן טאני סאפראנא!
זאג א גאנצן צייט איך אויך
איינמאל איז געווען א מענטש
-איך אויך
ער איז געגאנגען צו א וואסער
-איך אויך
געכאפט א פיש
-איך אויך
די פיש האט געשטונקען
-איך אויך
הא הא
האסט מורא פון א לייב?
ניין,
ער שאקלט זיין הענט אין פראנט פון זיין אויגן, און דער אנדערער בלינקט שטארק.
עה! האסט יא מורא!
הא הא הא
... גיבזשע מיר א גלעזאלע ביר...
הייניקען!!
ס'איז שוין געשטאנען, סארי
מיין טאטע איז א סאך שטערקער פון דיין טאטע
אין ער האט א שטערקערע פאסיק....מיט א אייזען
אה נאו, ביסט א ליגענער
מיין טאטע
אה נאו
מיין טאטע
אה נאו
מיין טאטע
אה נאו
מיין טאטע
און אזוי ווייטער
ביז .....אריין
אין טוילעט און אריין אין טוילעט און אריין
(בניגון הידוע לכל בקרעטשמע הלז)
מיין פעטער איז אין די ארמי
מיין ברידער איז א שמירה....
עטס געדענקטס ווען מהאט געריפן די שומרים ,שמירה
- מ'גייט שפילן א געים!
יעדער געט א שריי אויף איינמאל "נאריט".
- אקעי, מ'גייט טשאזן:
- "איני מיני דיקסא דיני א בא אטשי פאטשי קאלאפאטשי מיי מאדער סעד יו שאד בי איט"
- די ביסט איט!!
{איך געדענק נישט פונקטליך די ווערטער, אדרבה, ווער ס'געדענקט זאל מיך קארעקטן}