היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » ענינים וואס ס'שמעקט נישט קיינעם

ענינים וואס ס'שמעקט נישט קיינעם

45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1573710

kleinekup » 16/9/2005 19:11

למשל

באדערט דיך דיינע האר אויפן רוקן?

איר ווייקט אייך רואיג אין בור און פלוצלונג.....אייער שווער שלייכט זיך אריין מיט א גרויסע אההההה

אדער שטייענדיג אנגעצויגן ביים ליין ביי די רעדזיסטער די ווייבל וואס פאקט זיך אויס דעם גרויסן ארדער , און די מורטשעסט זיך אינטער,נערוועז,נא, ווען זי הייבט זיך אויף דעם קאפ דערקאנסטו לדאבונך
אז דאס איז די צנועה וואס האט דיך אפגעזאגט נאכ'ן צווייטע בישאו......

קרעמער » 16/9/2005 20:46

קליינע קאפ; אוי וויי, וואו בין איך... איך ציטער וואס דער אשכול גייט ענטהאלטן. איך בעט דעם עולם זיך צו האלטן צו תקנות הפורום...

בענין דער שווער אין מקוה: עס שטייט אין פסחים (נ"א ע"א, ומקורו במס' שמחות פרק י"ב) עם הכל אדם רוחץ, חוץ מאביו וחמיו ובעל אמו ובעל אחותו, ור' יהודה מתיר באביו מפני כבוד אביו והוא הדין לבעל אמו, ואתו אינהו וגזור בשני אחין משום בעל אחותו.

אבער אין שו"ע (אבן העזר סי' כ"ג סעיף ו' ברמ"א) ווערט גע'פסק'נט אז היינטיגע צייטן פירט מען זיך יא צו גיין אין די זעלבע מקוה ווי די טאטע אדער ברודער וכו', ווייל דער עולם פירט זיך צו גיין צוגעדעקט וליכא למיחש להרהורא. ועי' בפתחי תשובה (סק"ה) שהחמיר מאד עי"ש.

לדינא זאל מען פרעגן א דיין אויב מען מעג גיין אין די זעלבע מקוה ווי א טאטע אדער א שווער אדער א ברודער וכו'.

kleinekup » 19/9/2005 16:31

ב"ה דער פרייטיג איז דורך מיט א רואיגקייט...אומזיסט געווען דער פארכט אין אנגסט.

נאך אן ענין וואס האט מיר גארנישט געשמעקט דעם שבת

פרייטיג צונאכטס נאכן דאווענען אין מיין בא'טעמ'ט שולכל, און נאכן אנזעטיגן זיך מיט די גאנצע הבלי 'בלימ'דיגער וואכעדיגס פארפאסטער פאליטיק ,פארשטייט זיך מיט די כיטרע אנאליזן פון קליינע שמייכלנדיגע תם'עוואטע אויסזעענדע באבערדעלטע יונגעלייטלעך, וואס 'עטן זיי געגאנגן שטודירן אין געקראגן א דאקטאראט 'עטן זיי זיכער געוועזן די "סטעפאנאפאלס, אדער,א שטייגער די גרינשפאנ'ס פונעם דור,נאר וואדען די "השגחה " האט אנדערש געוואלט... ברויכן זיי ליידער אויסגעבן דאס אינווענדיגסטע פאר אינז מוחין דקטנות...און נעבעך צוווארטן ביז אן אנדערער באשטריימל'טער האריגער זאגט פששששששששיאהה.
א קיצור
נאך אלעם האט אונזער רב'ל (אויף אים-רבינו- 'על מיר מרחיב זיין א צווייט מאל) געגריסט א ווארעמן גוט שבת, גיט שאמבעס...וועל מיר דיך זען מארגן צו שחרית ? מערצעשעם זאג איך,וויסענדיג אז מארגן גיי איך אין א אנדערן עק
שוין נא וואס אי'דען
מה עשה?
שבת צופרי שפאנציר איך אין שול גייענדיג מזרח'וועגס
נו? ווער קומט מערב'דיג מיר אקייגן מיט נאסע פיאות? אז נישט אינזער צאדיק'ל..און מיט א גרויסן "גוט שבת" א הילכיגס, וואס האט ארויפגעווארפן דאס אלטיאריגער יידישער "שולד" {גילט} בלע"ז
וואס זאל איך אייך זאגן ס'האט מיר גארניש געשמעקט ס'גאנצער ענין

kleinekup » 20/9/2005 19:28

נאך א זאך שמעקט מיר בכלל נישט

וואס איז דאס? בין איך טאקע אזוי א "יוצא מן הכלל"?

איז נישטא נאך איינער וואס האט עפעס צוצולייגן?
אומווילענדיג מאכט איר מיר בושות....כ,על א לייטישן שידוך נישט קענען טאן, מיין אשת איש פארלירט רעספעקט פאר מיר ,א יעדע מינוט וואס מער,
מיינע קינדער שעמען זיך ווען זיי שטייען מיט חבירים, און איך באגעגן זיי,

או חברותא או מיסיס א.

דאכט זיך אז כ,גיי שפרינגן פונעם בריק

אדער אפשר נישט?
'עמער באלד דיסיידן,כ'מיין מ'שטיינס געזאגט ,ווי יאג איך מיך מיט א החלטה?
מ'קען נאך מיינען א ס'איז לעבנסוויכטיג הא הע הע

קרעמער » 20/9/2005 19:48

מיר וועט כלל נישט שמעקן אז מען וועט שמועסן אין די גאסן אז איינער פון די חברי היימישע קרעטשמע האט זיך דאס לעבן גענומען. הגם דער האט א קליינע קאפ, און נעבעך... שוין, קיינער איז נישט שולדיג. אבער דאך...

אלזא, ביטע שיין... בלייב אויפן בריק.

כל העולם כולו גשר צר מאוד, והעיקר שלא לפחד כלל!!!

kleinekup » 20/9/2005 20:08

אוי קרעמער! כאפ מיר אן די האנט
די ביסט ווי א רעטונגס שרעטל אין א ווילדן אקעאן
די געסט האפענונג ,ווי די זון וואס קריכט אריין אדורך די שפאלטענס צו יענעם אלטן פארפרארענם יטשמעך מיטן צוריסענעם קאלדרע......

און וואס שייך צו מיין ניק
אהעמממם

דאס איז גענימען געווארן אין א שוואכע מינוט ווען דער גיטער ייצר האט שולט געוועזן,און ענוה האט מיר אויגעקוקט קיל'ישלעך, אבער האב נישט קא'טעות שוועסטערקינד

not2bz » 23/9/2005 18:39

ווען מען זעהט די בעל הבית שטייט אונטערן רוקן און מען האלט אונמיטן טייפן א תגובה

(איך מיין אז עס שמעקט פאר קיינעם נישט)

nafcha » 23/9/2005 20:47

נאך פיל ערגער איז ווען די ארבעטער קומט צו צי דיר, "אוי, די ביסט 'נפחא'".

yingatchbp » 23/9/2005 20:51

ווען מ'שרײבט א תגובה אין קײנער מאכט זיך נישט װיסנדיג
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

יענטאאש » 23/9/2005 21:21

נאך אסאך ערגער איז ווען מען עפנט א 'נייעם אשכול' און קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג....

nafcha » 23/9/2005 22:57

איך מיין אז דעס איז א 'מכה אשר לא כתובה בתורה'.

די עצה דערצו איז מיין איך, אז יעדער איינער זאל זיך מאכן נאך א ניק, אז לעת הצורך ווען קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג, זאל די צווייטע ניק זיך וואוסענדיג מאכן.

אדער זאל מען יעצט אין די ימי הרחמים והרצון, זיך יעדער איינער פארנעמן, אז מ'גייט זיך וואוסענדיג מאכן פון יענעם.

א גוט שבת.

gishmoker » 23/9/2005 23:16


וואס הייסט איך מאך מיך נישט וואוסענדיג ?!

וואס דען טו איך יעצט ?!


גאנץ נישקשה


bengold » 25/9/2005 04:04

די ווערים אין בויך

not2bz » 3/11/2005 17:00

אזוי ווי איך קען נישט אויסענווענדיג די קי בארד און איך דארף קוקן אויף די קי בארד ווען איך טייפ מאכט זיך אסאך מאל וואס איך בין זיכער ביי מיר אז עס איז אנגעשטעלט אויף אידיש אדער אויף ענגליש און איף טייפ אפ צוויי דריי שורות און איך וויל איבער קוקן אויב עס איז דא א טעות זע בערך אזוי

איחדיא ד גלאל ש'רר טאגלטש ולסגירדאטח גדיאחדרג עךןףעגד גחטחט

אדער אזוי

augrh;seh rayuhgaurhg jsfhjsh hfghfj j af uhu fhu hghhf

דאס שמעקט מיר נישט און איך שטעל מיך פאר אז פאר ענק אויך נישט

שנאפס » 3/11/2005 18:28

צו טרעפן זאכן וואס שמעקט נישט איז זייער גרינג צו טרעפן, אדרבה זאל איינער אויפברענגען אן ענין וואס איז יא באטעמ'ט...

תוקן על ידי - שנאפס - 03/11/2005 18:28:50

התאחדות » 3/11/2005 18:50

נאטוביזי
נאדיר א לינק זיך צו לערנען טייפן
http://www.senselang.com/Typing/Hkeybord.html

not2bz » 3/11/2005 19:30

יישר כח התאחדות

ווען איך וועל האבן צייט וועל איך עס אויסטרייען

התאחדות » 3/11/2005 19:58

חזק ואמץ, קיפ און גאונג,
לעט מי נאו ווען יו פיניש

not2bz » 3/11/2005 20:24

בלי נדר

3x0 » 7/2/2006 19:43

מיר שמעקט נישט.

ווען איך צינד אן מיין קאר מיט מיין רימאוט סטארדער, און איך זעץ מיך אריין און איך געב א דריק די ברעק אריין צו גיין אין דרייוו, און באמפ, די קאר האט זיך אויסגעלאשן ווייל איך האב פארגעסן אריין צו לייגן די שליסעל.

דאכענע » 7/2/2006 22:27

מיר שמעקט בכלל נישט אריינצולייגן א רעמאוט סטארטער, קודם ווייל ווען איך דארף עס כאפט עס פונקט נישט, און נאכטעמקאל, ווייל איך קען מיט די $250 קויפן באלד 300 פעקלעך "טשו טשו'ס"

צייטליך » 7/2/2006 23:54

די צווייטע סיבה פין דאכענע וואלט ווען ליבערשט באדארפט אריינציגיין אינטערן אשכול
פין "קינדערישע גערעדעכצער-זכרונות", עס שטימט מער אהין.

דאכענע » 8/2/2006 19:15

ייש"כ צייטליך פאר דיין אנאליז, כ'ווייס נאכנישט פונקטליך וואס דו זאגסט, אבער איך שטעל דיך אויף די חזקה אז דו זאגסט גוט. I DON'T KNOW WHAT YOU'RE SAYING, BUT I'LL TAKE IT AS A COMPLIMENT

cano » 8/2/2006 23:12

And for yanash a receipt doesn't smell

גראף » 9/2/2006 00:38

קאנוי, דו רעדסט אפשר צו מיר, איך בין דער וואס טענה'ט אז א רעסיט שמעקט, אבער איך האלט זיך ווייטער דערביי@

3x0 » 9/2/2006 01:08

גראף

איך לערן פשט אין קנאי'ס ווערטער אזוי.

ווי באקאנט האט יאנאש פראבירט אנצושטעלן אז ער ווייסט נישט פון אזא זאך אז רעסיטס האבן א גערוך, זאגט יעצט קנאי אזוי (איך וועל עס פראבירן איבערצוטייטשן אויף אידיש און צולייגן א קאמע אינדערמיט).

אין פאר דיר יאנאש, שמעקט נישט קיין רעסיטס.

פארשטייסט שוין גראף? אויב נישט פרעג איבער.

א גוטע נאכט.

גראף » 9/2/2006 01:46

3x0;

א גרויסן יישר כח! איך האב באמת נישט געכאפט וואס 'קאנוי' רעדט, יעצט כאפ איך (נאך צוויי מאל זאגן קלאר, פארשטיי איך געווענליך אויפן ווינק [יאגי בערא.......]).

3x0 » 9/2/2006 16:24

ווען די שיך בענדל צורייסט זיך אין מקוה.

גראף » 9/2/2006 18:38

שוין העכסט צייט זאלסט דיר אנטאן דאס.
(יישר כח פאר נאט-טו פארן מיר אויסלערנען וויאזוי מען מאכט די לינקס).

3x0 » 9/2/2006 19:21

גראדע גיי איך מיט שיך וואס איז זייער ענדליך צו דעס וואס די האסט מיר געבעטן איך זאל נייצן. אבער די מעשה איז געשען היינט צופרי אין מקוה צו מיין שכן. ער האט געגעבן א שריי אויס הויך ***, און איב האב אים געפרעגט אויב עס האט זיך צוריק צוזאמגעשטעלט נאכן שרייען ***, האט ער מיר געזאגט אז ניין אבער איך פיל מיך אסאך רואיגער.

יאנאש » 9/2/2006 21:24

גראף;

איך געדענק נישט די זאלסט האבן געבעטן נאטו דיך צו אויסלערנען, לערנט ער דאס אויס אפילו אומגעבעטן?

גראף » 9/2/2006 21:37

יאנוש'ל, אין די אני מאמין זאגען מיר נאר אויף איינעם אז ער איז דער יודע כל מעשי בני אדם וכל מחשבותם, וויאזוי ווילסטו וויסן אלעס וואס טוט זיך אפ צווישן מיר און נאט-טו אין תיבה אישית?

צדיקבעיניו » 12/2/2006 19:59

וואס מיך שמעקט נישט שבת קודש.

ווען איך קום אין שוהל, אויסגערוהט פונעם ערב שבת'דיגן דרימל, העט הייס פון די מקוה, און עס שטעלט זיך צו א ש"ץ-פ"ץ, וואס קרוכט אויף די ...
ווען דער בעל קורא צעפלאמט זיך ביי אלע "הייליגע" מקומות, און איך מוז זיצן און אויסהערן וואס ס'טוט אים וויי...
ווען די באנק שאקלט זיך, און דער שכן פון הונטן האלט א הויכן ספר...
ווען איך שלעפ מיך צו א קידוש און ס'איז נישטא קיין לייטיש שטיקל מזונות...
ווען איך דארף גיין עסן ביי שבת שבע ברכות, און מען "מוז" ווארטן אויפן מחותן'ס זיידע...
ווען איך שטיי אין די שורה ביי שלוש סעודות זיך צו וואשן, און ענדליך נאכן וואשן, רירט מיר איינער אן בטעות...

קרעמער » 12/2/2006 22:04

ווען עס ריקט זיך אן אזא איינער ווי 'צדיק-בעיניו' און האט נישט קיין שכל צו שרייבן דא מיט א צווייטע ניק ווי אין מקומות המטונפות.

not2bz » 12/2/2006 22:24

קרעמער

[בילד – נישט אפגעהיט]

3x0 » 12/2/2006 23:11

איך שטעל מיך פאר אז ער האט זיך נישט געכאפט מיט וועלעכע ניק ער שרייבט.

התאחדות » 12/2/2006 23:13

אז מ'קוקט גוט זעהט מען אז ער האט זיך שוין איינמאל טועה געווען, ביי יוסף הצדיק'ס אשכול, איך מיין ביי ליפא'ן

kleinekup » 13/2/2006 17:53

איך ווארף די שניי מיטן שאוועל אויף ריקוועגס און מיין ליבער שכן טוט דאס זעלבע......... ס,האט מיך דערמאנט פון די דריי סטודזשיס..... הא הא וואס אגב ברויך מען ווען אויסשמועסן זייער טאלאנט און וויאזוי עס האט באאיינדרוקט אונזערע יונגע מוחות

קרעמער » 13/2/2006 22:37

נו - קליינעקאפ - הייב אן, אבער צוערשט זיי מסביר פארן עולם ווער די דריי סטודזשיס זענען געווען, און וואס זיי פלעגן טאן.

Pirro06 » 19/2/2006 23:54

אין דאס איז אייך גישמאקער?
שבת נאכמיטאג נאכען שלאף ווען איר כאפט זיך אויף די לעצטע מיניט
אין איהר לויפט אין שוהל, די לעצטע מנין מנחה האלט שוין ביי שמו''ע איהר כאפט
זיך מיט די מחשבות
לופן המשך פון שלאף אבער אייער ליפן זאגן דאס דאווענען
......אפ איייער הענט קלאפט סלח לנו  ,איינצוהאלטן די בושות נעמט איר זיך קראצן
ווי א מצורע  אה

כיטוב03 » 20/2/2006 17:24

קרעמער,
דריי משוגעים פלעגן ארויסגעבן פילמס אין די 1930 יארן, עס פלעגט זיין זייער פאני...

http://www.threestooges.com/


איינער האט געקענט ארפ סטעיפלען א קארפעט אויפן פלאר, בשעת ווען דער אנדערער איז געלעגן אינטער דעם, וכהנה וכהנה. תוקן על ידי - כיטוב03 - 20/02/2006 17:26:44

whats_up » 28/2/2006 17:07

מיך שמעקט נישט ווען איך יאג מיך זייער צופרי
און איך קום אן ווען מען האלט שוין אינמיטן דאווענען און איך וויל מיך מיט כאפן
 איך פאנג אן צו זאגן די עקידה און נאכדעם רבונו של עולם און ווען איך האלט שוין ביים סוף דערמאן איך מיר אז היינט איז ראש חודש

דן_25 » 15/5/2006 05:18

איך זיץ מיר אזוי געמיטליך אין אפיס, אין פלוצלינג .....
 







































שפרונגט מיר ארויס א ראט פון אינטער די פיס.
            ימש"ו

לעבער » 15/5/2006 06:09

מיר שמעקט נישט ווען איך עפן א אשכול און ב"ה דער עולם רופט זיך אן,
און איך גיי אין ביהמ"ד, ווען איך קום צוריק גיי איך דורך דעם קרעטשמע קוקן אויב איך האב שוין א פאסיגען תירוץ אויף מיין שאלה,
און...
נישט מער און נישט ווייניגער די אשכול איז נישטא!

לעבער » 15/5/2006 06:23

און די גרעסטע בראך איז נאך אז איך ווייס נישט פארוואס מ'האט עס אפגעמעקט,