היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » איך געדענק נאך ווען...

איך געדענק נאך ווען...

119 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1576799
בלאט: 1 2 3

נאטורליך » 3/10/2005 05:52

איך לייען מיט מיין ווייב דעם אשכול און איך זאג איר, יא איך געדענק נאך ווען די ביזט געווען אינג און...

אוי וואס איך האב שיעור נישט געכאפט דערפאר, כ'האב זיך נישט גיקענט איינהאלטען.
ולמען הפונקטלכקייט: אלעס איז ב"ה אויפ'ן בעסטען ארדענונג, ווען נישט האב איך נישט די העזה צו מאכען דעם וויץ.

RebMechel » 10/11/2005 20:49

... אויפ'ן 17 פלעגט מען זיי זעהן overheated.
[בילד – נישט אפגעהיט]

whats_up » 17/1/2006 16:25

איך געדענק נאך ווען אין קרית יואל פלעגט נאר ארבעטען די שויערס אין מקוה יעדען צופרי נאר אויף איין זייט

cano » 17/1/2006 18:26

...ווען עס איז נאך געווען קרית יואל מילעך קאמפאני און דער בעל מכשר ק''י'לער דיין האט נאך דעמאלטס געהייסן הר''ר שלום אליקים
...ווען נחום פר''מ פלעגט ארימפארן מיטען מילעך טראק יעדען צופרי פארקויפן פרישע מילעך
...ווען די בוטשער סטאר איז געווען אין א טרעלער אויפן פלאץ פין די יעצטיגע כולל איך מיין יודא לייביש ענגעל האט עס אנגעפירט
...שארמאשער באסעס פלעגן סטאק ווערן
...די זיידע רבי בילקעלך פאר די גיגילום
...ר' ישראל דוד ע''ה געלט פאר די פיצעלעך
...ווען א ציצית געשעפט האט געמיינט...
...ווען מהדרין'ס הכשר האט זיך געליינט ''בשר למחדרין מן המחדרין בהשנחת'' איך געדענק נישט וויטער פיקטלעך און איך וויל נישט סתם פארדרייען א קאפ

שם_אחר » 17/1/2006 18:30

אוי כנה דו דערמאנסט מיר זיסע זכרונות,
ווי נעמט מען די צייטן פון אמאל,
די מערסטע האב איך געלאכט פון די בהשנחת

קרעמער » 18/1/2006 01:43

קנאי;

וואס מיינט בילקעלעך פאר די גיגילום?

וואס איז די מעשה מיט די ציצית געשעפט?

ערנסט » 18/1/2006 02:26

און ווען דער אלטער מיסטער קרויס דער הוטענמאכער, פלעגט צוזאמקוועטשען און אוישארפען דעם אויבערשטן רונד פונעם שטאפענעם טשאלענט טאפ הוטל, ער פלעגט דאס צו מאכען אזוי שארף, אז מ'האט זיך געקענט קראצן אויפן שארפען שפיץ, און גענוג טיף מ'זאל זיך קענען דארט אויבען אנפולען א פלעשל מילעך....

קרעמער » 18/1/2006 02:32

... א סטעמפ האט געקאסט 37 סענט ...

היינט גיי איך פארביי דעם פאסט אפיס טרעקל ביי ליע און ראדני, און איך גרייט זיך אן א טאלער פאר עטליכע צוויי סענטיגע סטעמפס (איך בין נאך פארבליבן מיט עטליכע פון די 'אלטע' סטעמפס), ווי סורפרייזד בין איך געווארן צו זעהן א צעטעלע ביים פענסטער "NO MORE TWO CENT STAMPS"... כ'מיין פארוואס דען שטייסטו דא אויב נישט צו פארקויפן די צוויי צענטיגע סטעמפס??????

קרעמער » 18/1/2006 02:39

... ווען די פאסט אפיס פלעגט זיך שליסן 4 אזייגער ...

(איך האב נאכנישט געזען אז זיי זענען אפן לענגער, אבער איך האב ערהאלטן א בריוועלע פון זיי אז זיי גייען זיך צושטעלן צום פארלאנג פונעם עולם און אפן זיין לענגער. ווייזט אויס אז EMAIL איז זיי א גרויסע קאמפעטישן...).

קרעמער » 18/1/2006 03:18

... אידישע קינדער האבן געברויכט צוקומען צום טריפה'נעם ראדיא צו הערן די וועטער און די טרעפיק ...

(היינט קען מען דאס האבן אויף די אינטערנעט...)

הצלה2006 » 18/1/2006 04:42

ווען חדשות אנ"ש האט געלאזט שרייבן פאליטיק...

ווען שרון איז געווען א רעכטער געווארן א לינקער געוואלט גיין קדימה אנגעקומען אחורה נאך א ביסל גייט ער עולה זיין למעלה און מען וועט אים לייגן למטה
למה הדבר דומה צו די נענועים פון די לולב...

נאטורליך » 18/1/2006 04:51

ווען מיין מאמע האט געזאגט "ווארט נאר ווארט, ווען די וועסט זיין א טאטע וועלען דיינע קינדער דיר אויך טאנצען אויפ'ן קאפ"

קרעמער » 18/1/2006 05:28

הצלה; [בילד – נישט אפגעהיט]

נאטורליך; נו, דיין מאמע האט געוואוסט וואס זי רעדט, איך קוק יעצט נאך אין מס' מגילה אויב זי ווערט אויסגערעכנט צווישן די נביאות..

בןהרחמן » 18/1/2006 17:41

איך געדענק נאך ווען...


עלטערן פלעגן זיין פארנומען טעג פארן חתונה מאכן די טאכטער, אויסצופאקן די חפצים אין די נייע דירה, אנע דעם וואס פרעמדע זאלן וויסן פונקטליך וויפיהל פּאָר וועש יעדער האט זיך באשטעלט.

בןהרחמן » 18/1/2006 17:47

ווען אין קרעטשמע איז נישט געווען קיין עמערדזשענסי קאלס [בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 18/1/2006 18:07

... ווען מען פלעגט אנהייבן אשרי ובא לציון אנע דעם וואס איינער זאל אויסקלאפן אויפן באלעמער מורי ורבותי ברשות כל הקהל הקודש איז באשטימט געווארן היינט אן אפיל פאר מוסדות פיתום ורעמסס וואס איז די איינציגע מוסד אין בבל וואס שטייט על טהרת הקודש אן נעמען קיין פרוטה פון די רעגירונג (וואס גיבט סיי ווי נישט).

קרעמער » 18/1/2006 18:12

נאך א לענגערע דרישה וחקירה אין תיבה אישית קען איך מעלדן פארן חשוב'ן עולם אז די ווארט גיגילום וואס דער 'קנאי' האט געשריבן אויפן פריערדיגן בלעטל, מיינט גלגולים... עס פלעגט זיין אן אלטער איד וואס פלעגט צוזאמקלויבן אלע בילקעלעך פונעם גאנצן שוהל און דאס געבן פאר די פייגלעך, ווייל זיי פארמאגן זיכער אין זיך נשמות פון גלגולים.

ניןהרחמן » 18/1/2006 18:34

יא, איך געדענק נאך ווען איך פלעג שרייבן דא... הוי איז דאס געוועהן גוטע צייטן... (באמת האב איך שוין געהאט פארגעסן, נאר מען האט מיר דערמאנט)

- ווען קרעמער האט צוגעזאגט עפעס בילדער פון אוקריינא...

ווען מיין אונטערשריפט האט נערווירט איינעמ'ס מענטשהייט (קרעמער, איך שרייב נישט דיין נאמען.)

................

90pct » 19/1/2006 04:29

אוי נפחא,

כשמך כן תהלתך.

שרייב נאך אביסל

קרעמער » 19/1/2006 05:00

ניני;

איך האב די בילדער גרייט, אבער איך גלייב נישט אז דו ווילסט מען זאל זען דיין פרצוף. (איך האב נישט קיין פראגראם וואס קען אומקלאר מאכן די פנימ'ער פון מענטשן וואס מען זעט אויף די בילדער, אמאל פלעג איך האבן MICROSOFT PHOTO EDITOR אבער היינט האב איך גארנישט, אפשר פארשאפסטו מיר אזא פראגראם?).

יוסףצדיקיא » 19/1/2006 16:49

אין צוואנציג יאר ארום:

איך געדענק נאך:

...ווען נישט יעדער האט געהאט א קאמפיוטער.

...ווען איינער וואס האט געהאט אינטערנעט האט מען אים אנגעקוקט ווי א שגץ.

...ווען קינדער פון חדר האבן נאכנישט געהאט קיין 'סעל-פאון'.

...ווען היימישע אידן האבן נאכנישט געהאט קיין סייד וואו זיך ארויסצוגעבן, מען האט זיך באנוצט מיט הייד פארק.

...ווען רוב אידן האבן געטראגן שבת די גרויסע הויעכע שטריימלעך, וועלכע האבן געוואויגן 100 פונט.

...ווען די מאדערנסטע היימישע טעיפ איז געווען ליפא שמעלצער (ווען ער האט נאכנישט געזינגען אזוי ווי יעצט. ד.ה. אין צוואנציג יאר ארום).

...ווען אידן אין נ.י. האבן געוואוינט בעיקר אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, מאנרא, נישט מער.

...ווען קרעמער איז נאך געווען א אינגערמאן.

...ווען יענטאאש איז נאך געווען אקטיוו (איר געדענקט נאך?).

...ווען יוסף הצדיק איז געזעצן און געשריבן אויף היימישע קרעטשמע.

...ואידך זול גמור...

ROCKLAND » 19/1/2006 18:12

ווען א חומש האט געקאסט 2 דאלאר

קנישעס » 19/1/2006 22:05

ווען די גרויסע פאפירענע ברוינע בעגס זענען געווען אנשטאט די היינטיגע "שאפינג בעגס"... (יא, וויפיל מאל האבן זיך די בעגס צוריסן אויפן וועג צו די קאר..., איבערהויפט אויב די בעגס זענען נאס געווארן...)

cano » 19/1/2006 22:19

....ווען א יעדער פלעגט נאך גיין אין גראסערי מיט די שאפינג קערידזש נישט נאר די באבעס
....ווען מען האט נאך געלאכט פון פיליפס גראסערי אז ער האט נאך נישט די גרויסע פארגעשריטענע רעדזשיסטער (ער פלעגט קליינע חשבונות רעכענען אויף די אויבעדערמאנטע ברוינע בעגס און גרעסער ארדערס פלעגט ער האבען א פשוטע קאלקעלעיטאר)

קרעמער » 19/1/2006 22:48

קנאי;

איך געדענק נאך (אפשר האב איך דאס שוין געשריבן אויבן) ווען דער גראסערי מאן פלעגט אלעס אויפשרייבן אויף אזא דיקע ביכל, און פונקט פרייטאג נאכמיטאג ווען די געשעפט איז געווען געפאקט מיט קאסטומער'ס פלעגט מרת ווירצהויז פרעגן דעם גראסערי מאן מיט גרויס נייגער: "וואס איז מיין באלאנס"? דער גראסערי מאן זאגט: "איך ווייס נישט, דער בלעטל איז פול, מען ברויך דאס צוזאמרעכענען", מרת ווירצהויז בעט זיך: "מאכט מיר א רעכענונג"....

עס לויפן אדורך לאנגע אנגעצויגענע מינוטן, אלע קאסטומערס שטייען אין די זייט און שעלטן, דער שבת פייפער גייט שוין אט אט בלאזן... ענדליך הייבט זיך דער גראסערי מאן אויף די נאז וואס איז שוין איינגעזינקן אינעם בוך א שעה צייט און רופט אויס: מרת ווירצבערגער! די חשבון קומט אן צו $603 דאלער און 78 סענט.

מרת ווירצבערגער באדאנקט זיך זייער און רופט אויס "כ'וועל מערצעשעם אריינברענגן אין די קומענדיגע פאר וואכן עפעס געלט"...

TOTHETHING » 23/1/2006 21:48

I REMEMBER WHEN I THOUGHT IM SMARTER THAN MY PARENTS[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 23/1/2006 23:02

איך געדענק שוין נישט ווען טוטינג האט געהאט סמאל אותיות אויף זיין קאמפיוטער

בדרך אגב ברוך הבא ערעב טוטינג

גראף » 24/1/2006 01:46

התאחדות, קענסט נוצן א לעסאן אדער צוויי אין ענגליש.

TOTHETHING איז ענגליש פון צו-דער-זאך

קנישעס » 24/1/2006 08:59

..."דער איד" האט געקאסט 35 צענט, און האט געהאט אין א יו"ט אויסגאבע מאקסימום גאנצע 40 זייטן, און שפעטערע די מ' יארן, ווען עס האט שוין געקאסט 50 צענט, און האט געהאט 64 זייטן... (אגב, ווען עס האט געקאסט 10 צענט געדענק איך שוין נישט...)

...ווען דער ערשטער נומער פון "די צייטונג" איז ארויסגעקומען (נאך פסח תשמ"ז אדער מ"ח), האט עס געהייסן בלויז "נייעס באריכט"...

...ווען "דאס -ירושלימ'ער- אידישע ליכט" האט נאכנישט געהייסן "בעלייכטונגען"...

...ווען מען האט געקלאפט אויף א קיבארד, איז עס געווען א טייפרייטעיר...


איך וואלט פארגעשלאגן א געדאנק אז מען זאל מאכן א באזונדערע "אשכול" ספעציעל נאר פאר פאר זכרונות בילדער, פון אביעקטן וואס זענען שוין היינט שוין נישט, אדער כמעט נישט, בנמצא, אדער פון פאסירונגען פון דער פארגאנגענהייט, דאס וועט מאכן די טעמע פיל אינטערעסאנטער, די בעסטע איז פארשטייט זיך ארגיניאלע בילדער, מען קען שרייבן עטליכע ווערטער צו ערקלערן דעם באדייט פון די בילדער.
עס קען הייסן צום ביישפיל: " איך געקענק נאך ווען: בילדער"... אדער "זכרונות: בילדער"...
איך האב א קליינע קאלעקשאן פון אזעלכע סארט זכרונות בילדער און סקענס, און מעגליך אז איך וועל אמאל מיטיילן עפעס פאר די קרעטשמע אויב מען איז אינטערעסירט, אבער בתנאי, אז אנדערע וועלן אויך מהנה זיין דעם עולם מיט אזעלכע בילדער.
איין גרויסער פראבלעם האב איך אבער, אז איך מאנגל אין צייט פאר דעם...

jewboy » 24/1/2006 15:56

ווען עס איז געווען אזעלכע מעטשעס, און מען האט עס געקענט אנצינדן מיט א קראץ אין וואנט.
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 24/1/2006 16:00

אופססס א טעות מיטן בילד, דאס איז דער מצב ווען מ'זוכט אין א פאלדער וואס האט העכער 5 אלפים בילדער
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 24/1/2006 16:54

קודם כל: איך בין שוין נערוועז פון די "הדף בטעינה נא המתן" וואס קומט ארויף יעדע מאל מען וויל שרייבן א תגובה.

==
קנישעס;

איך וואלט זייער שטארק געוואלט זעהן בילדער פון היסטארישע אביעקטן אדער געשעענישן, איך גלייב אז אנדערע וועלן מיטטיילן בילדער פון זייערע שאץ קאמערן.

יישר כח למפרע

cano » 26/1/2006 00:14

קנישעס;

איך וואלט אויך זייער שטארק געוואלט זעהן בילדער פון היסטארישע אביעקטן אדער געשעענישן,

TOTHETHING » 29/1/2006 21:30

TEST

גראף » 29/1/2006 21:35

TOTHETHING

וואס ברויכסטו מאכן עשרה נסיונות פאר דו הייבסט אן שרייבן? אין דעם זעלבן אשכול האסטו דאך שוין געשריבן נישט לאנג צוריק, אלזא וואס איז די טעסט????? אפשר ווילסטו טעסטן אונזערע נערוון?

סאכדעס » 29/1/2006 21:37

כאן מצא הבע"ח מקום לגבות את חובו, יאך געדענק שוין נישט ווער דאס איז געוועזן וואס האט מיר געזאגט אז יאך קען לערנען א לעסן צוויי ענגליש, ווייל יאך האב אנגערופן דעם טו-דע-טינג, טוטינג, איצט זעסטע דאך וואסארא צו דע זאך דער איז, אלזא האלט איך זיך ביי דאס מייניגע, ער הייסט טוטינג און פארטיג.

גראף » 29/1/2006 22:03

סאכדעס, אזא שוואכע קאפ? מען האט נאך אפילו נישט איבערגעמישט דעם בלעטל, דא אויף דעם בלעטל האב איך דיר דאס געשריבן..

סאכדעס » 29/1/2006 23:48

הער גראף, סארי.

אזוי ווי לעצטענס ווארט מען א יאר מיט א מיטוואך, מחמת דעם ביטערן הדף בטעינה נא המתן, נו אז דער רוישהכאהעל דארף צו ווארטן 10 מינוט, איז דאך נישט מער וואו רעכט אז דער דאיען זאלזשע ווארטן לעחאל האפאכעס, 20 מינוט, נו זייטזשע מיר מויכעל, גראדע דענק איך שוין נישט אפילו אויף וואס מירעדן מיר.

[בילד – נישט אפגעהיט]

whats_up » 3/2/2006 16:39

...ווען ישיבה לצעירים אין קרית יואל איז געווען און די רויטע בילדינג אויף טעילער קט.
אויך איז דארט געווען א מאטעל
אויך איז דארט געווען א סטארsuper savings
אויך איז דארט געווען א רעסטאראנט מעדני מלך

whats_up » 3/2/2006 16:42

נאך זכרונות פון קרית יואל

די גרינע באס פון צידה לדרך לעבן בית המדרש
מלא טעם עפאטייזינג (דארט ווי עס איז געווען די ספרים סטאר)
מעדנים

cano » 3/2/2006 20:25

hay wats up
די האסט פארגעסן
 ...א פרוכט סטאר (ברוין'ס)
...א היט סטאר (שווארץ)
...א גלעזער סטאר (סאנדעל) יא! נאך פאר מעדני המלך
...אתרוג סטאר (שטיימעץ/שווארץ)

אלעס אין די פריעריגע ספרים סטאר געשעפט וואס האט געהאט א שריפה ל''ע

...אין די רויטע בילדינג האסטו אויסגעלאזט
...home style cookys פאר א פאר וואכען
...די ספרדישע שוהל
...taylor paradise א שיינע זאל פערצופאל

(האסט געמאכט א טעות עס איז געווען ישיבה קטנה צעירים איז געווען דארט ווי די ישבה קטנה האט געמאפט ווען כתה ט מיט איז אריין און די רויטע בילדינג היינט שלאפען דארט די ישיבה גוים)

...די שאפינג סענטער איז געווען א ת''ת דערנאך א מיידעל שול

תוקן על ידי - cano - 03/02/2006 20:40:15

סעמאן_פיש » 5/2/2006 02:47

טשיבינער ישיבה...  טשיבינער ישיבה... (אין פראנט פון פלאם'ס)

ווען אונזער פארמעסי איז געווען צייטווייליג אין א טרעילער קארנער בעדפארד און דעוויזשען

ווען ראש לימבאו האט געהאט א לאקעל שאו אוף WABC

קרעמער » 5/2/2006 03:32

סעמאן-פיש;

וואס האסטו מיט 'מפוקל'? איר ביידע געדענקט די צוויי זאכען...

אונזער'ס פארמאסי און טשעבינע ישיבה

זעה דא:

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=2&topic_id=1576799

סעמאן_פיש » 5/2/2006 08:38


ס'איז שוין כמעט דורך א האלב יאר זייט דער אשקול איז געגרינדעט געווארן אין איך גידענק שוין נישט אלעס וואס דער עולם האט  אלץ געשריבן. איים סארי

דו זעהט אויס, געדענקסט יא [בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 5/2/2006 16:00

א גוטע זכרון - אויך מיר א חסרון

TOTHETHING » 5/2/2006 19:01

EFFES CAR SERVICE LEE RODNEY.
THE FIRST LANDAU GROCERY BEDFORD PENN
BAIS HASEFER ON ROSS ST
BERRY KLEIN WAS REALY A MOBILE
VARIETY STORE LEE BET HEYWARD & RUTLEDGE
THE FIRST FLAM APPETISING REMEMBER THAT SMELL

LL
MY FIRST CIGARRETTE ON PATCHEN AV
BOY WAS I DIZZY AFTERWARDS

THE REBBETZEN O"H CAME TO THROOP ON CHANIKEH

YOU WERE PUNISHED IN NAPANOCH WITH A plate on the head
.OR SITTING ON THE A.C. UNIT

ON SHABBOS IN NAPANOCH
.YOU ATE THE FISH ON THE OTHER SIDE OF THE PLATE

WE DIGGED TUNNELS IN NAPANOCH
..
THE REBBE SHLITA CAME TO LAPIDOS IN 1981 OR 1982 MANY HEIMISHE WOMEN HAD VIDEO CAMERAS TO RECORD THE VISIT.  THE MACHINES WERE AS BIG AS A DESK TOP


THE OLD PUPA B4 REBUILDING

CHESKEL SHAMOS ONCE IN A WHILE USED TO LOCK UP THE PULISH ON FRIDAY NIGHT BECAUSE IT WAS TO MUCH ALREADY

SATMARE BUS DRIVERS
SHLOMO FEDER MNGR
-B4 ARYE LEIB WICH WAS B4 BLUZENSTEIN
LEIBI FELBERBAUM 
R' SHAYA WEISS
  MEYER BER ROISENFELD
SHULEM SCHNITZLER
R' YECHIEL CHAIMOVITZ
R' BENTZION MOSHE
ETC

   :.

..


cano » 10/2/2006 15:28

קנישעס איך בעט אייך ברוב לשונות של בקשה עפען א אשכול פון אינטערעסאנטע היסטארישע בילדער

זיסע_גאל » 12/2/2006 20:25

פון די שוועסטערס:
Hello hello hello sir, meet me at the grocer, no sir, why sir, because I have a... o

מיין שוועסטער האט נישט געדענקט ווייטער...

שם_אחר » 13/3/2006 19:22

די גרעיפ דזשוס באטלעך האבן נישט געהאט אויף זיך ארויסגעקריצט א בילד פון א געהענגעל טרויבן

TOTHETHING » 13/3/2006 20:21

kedem wine bottles where not round
they where a little bit like todays green ungarisha shlivovitz
בלאט: 1 2 3