ווי איז מיין ברוך הבא?
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1580974
איך פריי זיך אז דער עולם גלייכט מואווי רעוויו'ס, אבער עס טוט מיר זייער לייד אז קיינער האט מיר נישט אויפגענומען ווי עס פאסט זיך פאר אן אלטער מנהל משנה. איך רעד נישט אז מען זאל מיר מכבד זיין מיט לעקעך און א שנאפס בראנפן, נאר פשוט זאגן העלא, פון וואנעט קומט א איד? ווערטער וואס וואלט זיך געפאסט פאר איין אלטער שרייבער, און כל שכן פאר איינער וואס האט געטראגן דעם אמט פון מנהל משנה... אבער אז איך זע אז קיינער קימערט זיך נישט מיט מיין כבוד, און כבוד התורא איז דאך נישט א זאך וואס מען קען אזוי אוועקמאכן, האב איך זיך אנגענומען פאר מיין אייגענע עהרע און געמאכט דעם אשכול, און לאמיר זען ווער וועט זאגן א גוט ווארט.
נו, לאמיר זען אן ענטוזיאסטישע ברוך הבא, אז נישט וועל איך זיך ווידער מוזן אומקערן צו מיין לעכל, און פארבלייבן פאר נאך א האלב יאר...
העלאו לאוולי, האו אר יא טאדעי?
איך האב מורא געהאט דיר צו זאגן שלום עליכם, איך האב מורא געהאט אז די גייסט מיר אנמעסטן מיט אזעלכע בליקן, ווי צו זאגן, ווער ביסטו די 'נפחא', איך בין דאך געווען אמאל מנהל משנה דא(רט).
טו, פאר, סיקס, עיט.
הו דו ווי עפרישיעיט?
לאווווווווווווווווווווווולי
דאס וואלט באלאנגט פאר די אשכול פון "קינדערישע זכרונות", אבער אזוי ווי לב-לי בעט זיך אזוי שיין פאר אביסל כבוד, האבן מיר אים נאכגעגעבן.
אוי;
יעצט גייט ער זיך צוריקקערן צו זיין מייזנלעכל פאר נאך א האלב יאר?ניין ניין איך האב דאך צוגעזאגט אויב נעמט מען מיר אויף שיין וועל איך זיין דא אפטער...
און להכעיס האט זיך אפגעמעקט מיין מואווי רעוויו. אוי נאך שרייבן אן אריכות געט זיך אזא מעק אפ? אזוי ארבעט עס דא אויף היידפארק?
איך מיין אז איך האב נישט גוט אינזין געהאט ביי למען לא ניגע לריק...
כ'פארשטיי נישט. וואס איז געשען? וויאזוי האט זיך דאס אפגעמעקט?
אגב; אויף וועלכן מואווי האסטו געשריבן אן איבערזיכט?
לאוולי;
האסט אפשר ציגעלייגט א מענטשעלע צי דיין תגובה? דעמאלטס מאכט זיך אסאך מאל, אז ס'מעקט זיך אויס.
איך האב זיך שוין דערלערנט. ווען מען לייגט א מענטשעלע נאך א תגובה, קען דער מענטשעלע אויפעסן אלע ווערטער. דאן מאכט מען א רעכטע קליק, און מען מאכט 'אנדא'UNDO און אלעס קומט צוריק.
דאן מאכט מען ENTER און מען לייגט אהין דעם מענטשעלע. ער טאר נישט זיין צי נאנט צו די ווערטער אסאך מאל, ער ווערט ווילד און פארניכטעט זיי.
יא דער מענשעלע מעקט מיר אפ גאנצעטע תגובות מיינע,
דאס איז אויך א תירוץ אויף די חקירה אשכול פון היינט.
עספעשלי מיין גרינער שחורישער אגודל וואס איך גלייך צו נוצן
וה עיקר שכחתי
ברוך האאאאאאאבבבבבעעעע!!
ר' מיסטער לב לי!!
שלו' עליכם!
אוי א דאנק דיר קרעמער פאר די עצה פון undo עס איז מיר יעצט צונוצגעקומען ביים מאכן bold
שכוייח
די עצה פון UNDO האב איך געזען די וואך אין אן אנדערן פורום, כמדומה אז דאס האט געשריבן הרב דזשובוי.
תיקון טעות.
נישט געשריבן דורך מיר. קוק נאכאמאל, ביטע.
שלום עליכם הרב זשובוי!!!!
נאך אזויפיל יארן וואנדערן ביסטו ענדליך אריינגעפאלן
אין דעם קרעטשמע
נישקשה, מאכט אייך באקוועם זעצט אייך
איך הייס שוין דעם ארענדאר אריינברענגען א ווארימע
קאווע מיט אביסל איינגעמאכטס, דערווייל כאפט אריין
א קאלט גלעזל הייניקען.
ווי וועלקאס יו ווערי ווערי מאטש.
אנטשולדיגט דזשובוי פארן דיר חושד זיין בדבר שאין בך...
גלייב מיר אז אפילו ווען מיין זכרון וואלט מיר ווען געדינט, וואלט איך דאס אויסגענוצט אויף בעסערע זאכען...
עניוועי, דער קרעדיט פאר די UNDO עצה קומט זיך פאר דעם וואס האט דאס געשריבן ערגעץ וואו...
יבא בעל השם ויטול את שלו.
איך ווארט נאך אויף א פאר נעמען און נאכדעם וועל זען אויב מ'איז אינטערעסירט אין מיר...
שקויעך קרעמער פארן פארדרייען דעם שמועס...
ברוך הבא לאוולי
איך הא מיך אזוי שטארק געבענקט נאך דיר ווי ביסטו געווען?
לאוולי;
'הוטקע' לעבט שוין נישט. [בילד – נישט אפגעהיט]
לאוולי:
גראדע קען איך דיך נישט אפילו נישט פון די אלטע צייטן, אבער וויבאלד איך האב איבערגענומען דיין פלאץ אין די הנהלת הקהילה, וועל איך פשוט אלס דשענטלמאן צו זיין א פאלעטישאן אזויווי עס פאסט פאר א ראש הקהל, צוגיין צו דיר מיט אזא סאלידן שמייכל און אויסגעשטרעקטע צוויי הענט און אויסרופן:
שלום עליכם ר' לאוולי!...., און דאן רייכן די האנט זיבל'ישערהייט פאר עטליכע מינוט קוקנדיג איינער אויפן צווייטן אן ארויסרעדן א ווארט...
יענטאאש;
ווען דו ענדיגסט רייכן די האנט מיט לב-לי, זאלסטו מיר ביטע מסביר זיין וואס 'זיבל'דיג מיינט... עס איז אן אויסדרוק וואס דו ווארפסט אריין אין יעדע דריטע תגובה, און איך טרעף עס נישט אין מיין קאנקארדאנציע.
קרעמער:
ס'איז נישט עפעס וואס מען קען געהעריג מסביר זיין, אבער אז דו ווילסט קוק זיך אמאל צו צו אזא האנט רייכונג פון צוויי מענטשן וואס קענען זיך נישט עכט נאר רייכן זיך די האנט צו זיין 'פאליטיקלי קארעקט' וועסטו פארשטיין וואס איך מיין.
לב-לי
אויף וואס ווארטסו יעצט?
דא האסטו א ברוך הבא פונם 'קרעטשמער' אליינס. און באמת איז דא נכלל אסאך אירע, סאו דארפסט דיך נישט פארזוימען, נאר אנ-נעמען אונזער איינלאדענונג, און זיך דא באזעצן.
גוט איך בין דא!
געב מיר א מינוט, ס'קומט א פרישע אשכול (טראץ אן אלטער נושא...)