היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » איך האב נישט וואס צו שרייבן

איך האב נישט וואס צו שרייבן

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1582560

gishmoker » 22/9/2005 08:31


העלפטס מיר ארויס מיט מיין ארטיקל דא, איך וויל שוין זייער לאנג שרייבן אבער איך האב נישט וואס,
איך בין זייער באבלאזן אז כ'אב פארלוירן די לאטערי שפיל מעגא מיליאן פון 250 מיליאן טאלער, א נישקשה'דיגע (דעם גייט ווערן מיין ווארט) סכום. טאקע א גרויסע אבידה איך האלט מיך נאך אינמיטן צאמקלויבן דערפון. א איד האט אמאל געזאגט פארוואס געווינט נישט א איד די לאטערי? ווייל דער באשעפער וויל נישט מצער זיין אזויפיל אידן. סאו גאו פיגר, נישט גוט געזאגט, גאו פיגער.

א נייע סייט פון בחדרי חרדים האט זיך געעפענט און איז אדווערטייזט אויף היידפארק, איך האב נאכנישט דורך געטוהן צי דעס האט עפעס צו טוהן מיט די פורום בחדרי חרדים אדער דאס איז עפעס אנדערש, עס זעהט מיר אויס אויף די רגע אז יא, אבער ס'קען זיין אז נישט. סיי וויאזוי האט דאס זיכער צו טוהן מיט היידפארק אליינס, ווייל ס'ווערט דאך געלינקט אהין דורך היידפארק, מסתמא גייען זיי אהין פארשיקן אלע פורומים פון מסורת ווער ווייסט, אבער דאס פארענטפערט נאכנישט די קאשע פארוואס יעדע נאכט לעצטענעס איז גאנץ היידפארק טויט ווי ביי א גוסס, לא עלינו.

פאר צווייטע וועלט מלחמה ליבהאבערס איז דא א גאנץ אינטערעסאנטע פילם saving private ryan מוראדיג דראמאטיש אראפגעלייגט און זייער עכט, די אמעריקאנער אינוואזיע אין נארמענדי, די מעשה גייט א אלמנה וואס אירע פיר זון זענען געגאנגען אין מילטיער אלע זענען געהרגט געווארן חוץ איינער וואס איז געפאנגען געווארן ביי די דייטשן, האט מען בעאויפטראגט א גאנצע דיוויזיע מיט א גענעראל וואס זאלן זיך אפגעבן מיט אים ארויסראטעווען כדי ער זאל איבערבלייבן צו זיין פאראיינזאמטן מאמען. שפאנענד און פארכאפנד, וואס? די אטעם. אאון אויך די שלאף.
זייטס מיך דן לכף זכות איך בין געווען זייער מיד ביים טייפן די תגובה, יעדנפאלס, מיין כוונה איז א ריינע דער עולם זאל הנאה האבן, טוטס א טובה און האטס.


דזשאןוועין » 22/9/2005 19:45

איך זעה דו האסט יא וואס צו שרייבן, און וועגן די מואווי וואס דו דערמאנסט דאס איז טאקע זייער א גוטע שפאנענדע מעשה, איך האב בכלל זייער ליב צווייטע וועלט מלחמה געשיכטעס, און דאס איז זייער גוט אראפגעלייגט, איך האב עס שוין געזעהן א היבש שטיקל צייט צוריק אבער איך געדענק אז דאס איז געווען א גוט שטיקל,

די רעוויו וואלסטו אבער באמת געדארפט שרייבן אינעם אשכול פון רעוויוס, חוץ אויב דו האסט שוין לאנג נישט געעפנט אליין א אשכול און דו האסט געוואלט עפענען[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 22/9/2005 19:50

סעיווינג פרייוועט רייען איז געווען צווישן די ערשטע וואס איך האב געזען. ס'איז געוואלדיג.

gishmoker » 22/9/2005 20:29


העי' זשאן!

איך זעה אז דו דרייסט דיך יא דא און דו ווייסט אפילו צו זאגן אז איך האב שוין לאנג נישט געעפענט אן אשכול, שטעלט זיך די פראגע נו? וואס טוט זיך מיט דיר?
נישט דו שרייבסט און נישט די עפענסט אשכולות?

קשוט עצמך ואחר כך קשוט אחרים

די מואווי איז נורא נוראות איך גיי עס באלד נאכאמאל איבערשפילן.



דזשאןוועין » 22/9/2005 20:37

איך זעה דו ביזט היינט נאט-טו-ביזי אז דו ערלויבסט דיך עס איבערצושפילן אינמיטן טאג, ממילא איך בין אויך היינט נאט-טו-ביזי און איך האב מיך ערלויבט צו שרייבן, און בכלל אזוי ווי איך בין דער גרויסער אקטיאר דזשאןוועין ממילא ווען מען רעדט פון מואוויס האב איך זיך אביסל צולאזט.