ענדליך זעץ איך מיך שוין אראפ שרייבן אפאר ווערטער, קיין שרייבער בין איך דאך נישט, יעדעס ווארט צו טייפן און שרייבן נעמט מיר 'א יאר מיט א מיטוואך' (שוין באהאנדלט געווארן אמאל אין איינע פון אונזערע געהענגעל'ס...), ענדליך דער ארטיקל איז שוין פארטיג, מגיה געווען, איך דרוק שוין דעם 'שלח הודעה' און בופס... ס'נעמט נישט קיין עק, ער רירט זיך נישט, דער קליינער וועלטעלע אויבן אויפן רעכטן ווינקל פונעם קאמפיוטער דרייט זיך און דרייט זיך און נאך א פינף-צען מינוט ענדליך דער וועלטעל שטעלט זיך אפ און The page cannot be found באווייזט זיך אויפן סקרין.
וואס גייט דא פאר? מיר שרייען אויס הילכיג און מעכטיג:
הייד פארק האב אביסל רחמנות!!! מיין צייט... מיין געדולד, מיין האראוואניע און וואס נישט...
גייט דאס קומען צו א ענדע???
איך ווייס נישט צו מיין ארטיקל איז יא ארויף צי נישט, צי וועל איך דאס דארפן איבער שרייבן-טייפן צי נישט, ווער ווייסט? אה אקעי, כ'על צוריק קומען באלד כאפן א בליק זען וואס איז געווארן. און גארנישט אלעס ביים אלטן! פינף מינוט ארבעט ער יא דערקעגן צען מינוט נישט, און אפילו - לאמער זאגן - ס'מער יא געלונגען, דאס מזל האט מיר גוט געשפילט, און כ'אב פונקט אנגעטראפן די פינף מינוט וואס 'הייד פארק' כאפט יא, רירט ער זיך קוים, ביז מ'דערזעט זיך מיט עפעס א אפענעם בלעטל קען דער גרינער גאל ארויס (ווי קומט דאס דא אריין? עניוועי אויך שוין אמאל באהאנדלט געווארן).
און גארנישט, ווארט נאר ווארט, ענדליך דער אשכול\בלעטל צועפנט זיך שוין, איך סקראול אראפ מיטן מייזל צו זען מיין ארטיקל און דא ווערט מיר טונקל פאר די אויגן, וואס איז? מיין לאנגע אנגעהארעוועטע ארטיקל איז נישט ארויף, איננו, ס'נישט דא.
איך האב שוין קיין כח, געדולד און נערוון צו דעם, ס'ווערט ערגער פון טאג צו טאג, די לעצטע פאר טעג איז שרעקליך, גייט דאס אמאל נעמען א ענדע?
===
איך האף כאטש אז די תיקונים וועלן נישט נעמען א יאר מיט א מיטוואך און וועלן זיך באלד ארויפגליטשן
תוקן על ידי - זארעכפעפער - 22/09/2005 19:48:10