היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » עפארדעבל פורניטשער

עפארדעבל פורניטשער

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1588600

פעדעקס » 26/9/2005 01:25

וואס טוהט מען אז מ'האט נישט קיין געלט פאר פורניטשער?

פרעגט האזע עווילע פון אריזאנע. ער טענה'ט אז ער איז צו ארים און קען זיך נישט ערלויבן קיין געהעריגע פורניטשער. ער האט ציזאמגעשטעלט פורניטשער פון פעדעקס שיפינג סופלייס. ער האט זיך פארגליסט צי מאכן פאן אויפן חשבון פון פעדעקס.

ער האט געמאכט אלע געווענליכע הויז פורניטשער, אריינגערעכנט טיש און בענקל, בעט, קויטש און אן אפיס דעסק.

ער האט זיך געשפירט שטאלץ מיט זיין איינפאל האט ער געפנט א וועבסייט צו פראמאטען זיין אויפטו. די מידיא האט זיך צוגעכאפט צו זיינע משוגעת'ן, און זיי האבן אנגעהויבן צו מאכן אינטערוויאס מיט אים.

פעדעקס האט אנגעהויבן צו ווילדעווען און פארלאנגט ער זאל שוין אויפהערן דאס צו טוהן. ער האט זיי געזאגט ניין! עטס וועטס מיר נישט איינטיילן וואס צו טוהן. דאס האט זי נאכמער אויפגערעגט, זיי האבן אים געשיקט בריוון פון זייער לויער אז זיין וועבסייט איז איליגעל ווייל עס צימישט מענטשן וואס ווילן טוהן ביזנעס מיט פעדעקס, און ער מיז דאס פארמאכן און איבערגעבן דעם דאמעין פאר זיי.

די סטענפארד לאו סקול פאר אינטערנעט ענד סאסייעטי האט זיך אנגעטראגן אים צו פארטיידיגן, זיי האבן צוריק געשריבן פאר פעדעקס אז ער טוהט גארנישט אומלעגאל. בקיצור, דערווייל פייפט ער זיך אן און ער גייט ווייטער אן, ער רייצט זיך מיט פעדעקס און זיי שפרונגען.

איך האלט אז מען דארף עס פארשלאגן פאר די עפארדעבל חתונה ארגעניזאציעס. ס'וועט זיין א שטארקע הילף פאר די מחותנים...

אגב, ווער עס ווייסט פון א גוטן לויער זאל זיך מעלדן צו מיר, ווייל בקרוב גייט פעדעקס ווארשיינליך פארלאנגען איך זאל טוישן ניק און עס איבער געבן פאר זיי...

ווער ווייסט...


(איך בעט אנטשולדיגונג אויב קרעמער האט שוין באריכטעט די מעשה, ס'איז שוין זיכער געווען באשריבן ביי יאהו'ס אדד ניוס סעקשאן. ואתכם הסליחה)

פעדעקס » 26/9/2005 01:26

דער טיש און בענקלעך
[בילד – נישט אפגעהיט]

פעדעקס » 26/9/2005 01:26

די שלאף צימער
[בילד – נישט אפגעהיט]

פעדעקס » 26/9/2005 01:27

דער באקוועמער קויטש.

ס'איז נאכנישט פארענדיגט, פעדעקס וויל אים מער נישט שיקן קיין שיפינג סופלייס.

[בילד – נישט אפגעהיט]

פעדעקס » 26/9/2005 01:28

זיין נייע אפיס דעסק
[בילד – נישט אפגעהיט]

פעדעקס » 26/9/2005 01:28

זיין נייע אפיס דעסק
[בילד – נישט אפגעהיט]

פעדעקס » 26/9/2005 01:29

די אלטע אפיס דעסק
[בילד – נישט אפגעהיט]

פעדעקס » 26/9/2005 01:29

ביי דער ארבעט
[בילד – נישט אפגעהיט]

פעדעקס » 26/9/2005 01:30

ביים עסן פרישטאג
[בילד – נישט אפגעהיט]

פעדעקס » 26/9/2005 01:31

אוי, שיער פארגעסן זיין וועבסייט אדרעס:

http://www.fedexfurniture.com/index.html

nafcha » 26/9/2005 01:52

זייער שיין! [בילד – נישט אפגעהיט]

נאטורליך » 26/9/2005 02:14

איז דאס נישא א גיטע פאבליק רילעישאנס פאר פעדעקס? איך וואלט אים געשיקט נאך א טראק באקסעס מיך צו אדוועטייזען.

פעדעקס » 26/9/2005 03:54

א ווידיא קליפ פון דעם צודרייטען מיט די פינקע האר:

http://www.local6.com/video/4862352/detail.html

פעדעקס » 26/9/2005 03:56

מודה אני...
[בילד – נישט אפגעהיט]

פעדעקס » 26/9/2005 03:57

א פיינע קאווע
[בילד – נישט אפגעהיט]

פעדעקס » 26/9/2005 03:59

א דרימל אויפן קאוטש
[בילד – נישט אפגעהיט]

gishmoker » 26/9/2005 04:32


מוראדיג !

פעדעקס גאו אהעד
[בילד – נישט אפגעהיט]

עפעס א גרינע אגודל איז מיר נאך געבליבן לאמיך טרייען




[בילד – נישט אפגעהיט]

gishmoker » 26/9/2005 04:33

מוראדיג !

פעדעקס גאו אהעד
[בילד – נישט אפגעהיט]

עפעס א גרינע אגודל איז מיר נאך געבליבן לאמיך טרייען




[בילד – נישט אפגעהיט]