היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » א גיט געבענטשט יאר

א גיט געבענטשט יאר

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1593550

nafcha » 29/9/2005 04:35


אזויווי עס דערנענטערט זיך דער יום הדין, וואס אפילו די פיש אין וואסערן ציטערן פון דעם,{דרך אגב, איך האב ערגעץ געזעהן א טעם פארוואס די פיש ציטערן, ווייל ראש השנה עסט מען א קאפ פון א פיש...} און ווער קען זאגן זכיתי לבי, מילא אויף די עבירות שבין אדם למקום קען מען תשובה טאן, זיך אויסוויינען פארן אב הרחמן, אבער די עבירות שבין אדם לחבירו איז דאך אפילו יום הכיפורים אינו מכפר עד שירצה את חבירו.
נא! וואס טוט מען דא!.

על כן וויל איך דא איבערבעטן יעדעם איינעם,
בראש וראשון וויל איך בעטן מחילה פון "מר. קול מבשר", די טוסט אונז אזוי שיין מהנה זיין, און אונז האמיר דיך גענומען פאר א ציל-ברעט חוזק צו מאכן פון דיר, כ'האף אז די וועסט אונז פארגעבן, אונז האמיר חס ושלום נישט געמיינט דיך פערזענליך. ובחדא מחתא וויל איך דיך טאקע באדאנקען, אז די ביסט אונז אייביג געשטאנען צו הילף, ווען אונז האמיר נישט געהאט וואס צו טון.

נאכדעם וויל איך איבערבעטן די אלע אידן, וואס קענען נישט סובל זיין ווען מ'שרייבט א פינטעל נאך די גענזען פיסלעך, אדער איינגערונגעלט, ווי אויך די אלע וואס טוט זיי וויי ווען איינער שרייבט און אנשטאט אין וכן להיפוך, אדער צו אנשטאט צי וכן להיפוך, וכו' יכלה הזמן והם לא יכלו.

און צום לעצט וויל איך איבערבעטן אלע חשוב'ע גולעשים, טאמער האב איך אמאל פוגע געווען אין איינעמס כבוד, אדער טאמער האב איך נישט גענוג קאמפלימענטירט, אדער טאמער האב איך נישט געגעבן פאר איינעם דעם גרינע מענטשעלע ווען ער האט געהאלטן אז עס קומט זיך אים.

זאל דער אייבערשטער העלפן, עטס זאלטס ענק אלע אויסבעטן א גיט געבענטשט יאר.

א כתיבה וחתימה טובה, ווי עס וואונטשט נפחא, כעת מנהל משנה ב"היימישע קרעטשמע".

תוקן על ידי - nafcha - 29/09/2005 23:25:54

nafcha » 29/9/2005 04:38

נ.ב.

כ'האב פארגעסן, די אלע וואס טוט זיי וויי ווען מ'איז מתקן די תגובות, און אויך די אלע וואס וואלטן געוואלט איך זאל זיי דערמאנען דא.

זארעכפעפער » 29/9/2005 04:42

נא אז דו בעטסט אזוי שיין

הלואי וואלסט מיר געטשעפעט וואלט איך דיר געווען געקענט מוחל זיין...

nafcha » 29/9/2005 04:46

זארעכ;

נאדיר איינס [בילד – נישט אפגעהיט]

יענטאאש » 29/9/2005 05:05

נו, ס'א פראגע, אוודאי בין איך דיך מוחל, פארוואס דען נישט, א 'נפחא' איז דאך נאר א 'נפחא'....

gishmoker » 29/9/2005 07:08

גם אני מצטרף לדברי המנהל, נפחא משנה

(... וואס האט ער שוין מתקן געווען דא.....?)


תוקן על ידי - gishmoker - 29/09/2005 7:07:22

Mench » 29/9/2005 12:12

A New Year's prayer for you -

Dear Lord:

May we get a clean bill of health from our dentist, our psychiatrist, our
opthalmologist, our cardiologist, our gastroenterologist, our urologist, our
proctologist, our gynecologist, our podiatrist, our plumber and the IRS.

May our hair, our teeth, our facelift, our abs, our honey cakes, and our
stocks not fall and may our blood pressure, our triglycerides, our
cholesterol, our white bood count, our weight and our mortgage interest
rates not rise.

May we find a way to travel from anywhere to anywhere in the rush hour in
less than an hour and when we get there, may we find a parking space.

May we all relax about the third millennium of the common era, and realize
that we still have 239 years until the dawn of the sixth millennium of the
Hebrew calendar by which time the computer will be long since obsolete and
so will we.

May we be awe-struck by G-d's sense of humor as we realize that he really
does not want us to touch our toes while exercising or he would have put
them further up our bodies; and, the reason so many of us take up jogging is
to hear heavy breathing again.

May what we see in the mirror delight us and what others see in us,
delight them.

May someone, as well as G-d, love us enough to forgive our faults, be
blind to our blemishes and tell the world about our virtues.

May the telemarketers wait until after we finish dinner to call us. May
our checkbooks and budgets balance and may they include generous amounts for
charity.

May we remember to say "I love you" at least once a day to our spouse, our
child, our parent, all of our significant others but not our boss, our
intern, our nurse, our masseur, our hairdresser or our tennis instructor.

And may the Messiah come this year, and if he does not, may we live as if
he has, in a world at peace, with awareness of G-d's love in every sunset,
flower, baby's smile, lover's kiss, and every wonderful astonishing beat of
our heart. May we smile and laugh throughout the year.

L'Shana Tova.

jewboy » 29/9/2005 14:47

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

בענעדיקט16 » 29/9/2005 15:25

א גוט געבענטשט יאר בר נפחא (סנהדרין צ"ו ע"א) און אלע מיטגלידער פון די קרעטשמע, די ראש קהילה און די באר טענדערס.

זאלט איר אלע האבן א זיס און לעכטיג יאר, מיט אסאך שמייכלן אויף די לעפצן, אז עס זאל זיך אריבערגיסן צו אייערע ארומיגע, אמן כן יהי רצון.

בענעדיקט16

בןהרחמן » 29/9/2005 21:22

קוקט נאך מיינע וואונטשן אינעם דערנעבענדיגן אשכול פון ארבעס צו די וואנט

hutkh » 29/9/2005 22:00

כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

בןהרחמן » 29/9/2005 22:13

הוטקע מ'האט דיך אראגעשיקט פון אויבן? (בנוסח זעמל)

not2bz » 30/9/2005 15:17

שלום עליכם hutkh

וויאזוי פילסטו?

וויאזוי איז געווען דיין וועג אהער?

וואס זאגסטו צו אונזער נייע נאמען?


א כתובה וחתומה טובה פאר אלע שרייבערס און ליינערס

mefikel » 30/9/2005 19:08

מה נאמר ומיינע ווייבער!

את חטאי אני מזכיר, איך בין נישט מער ווי א קליינע מענטשעלע א יקל-מפוקל, און אזוי ווי איך בין ל"ע NOT2BZ איז נישט מער ווי נאטירליך אז איך בענ-עדיקטעט צום [בילד – נישט אפגעהיט]קרעטשמע, און ס'איז סאך גישמאקער צו שרייבן אייגנ'ס ווי צו קאמפלימענטירן זרח'ן.

מיט דעם אלעם, אזוי ווי ס'קומט יעצט א נייע יאר, און יעדער קוקט זיך אריין און זיין אייגענעם קרעמעל, און מאכט זיך א חשבון הנפש, און מ'בעט זיך ווי א בן-הרחמן זיי מיר מוחל, דעריבער, נפחא איך דא אויס בקול רם," זייט'ס מיר אלע מוחל" .

א גוט געבענטשט יאר!

בענעדיקט16 » 30/9/2005 19:11

פיקעל.

יו די מען [בילד – נישט אפגעהיט]

mefikel » 30/9/2005 19:28

You are the POPE!


[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי - mefikel - 30/09/2005 19:27:12

gishmoker » 30/9/2005 19:35

mefikel

and what am i?
[בילד – נישט אפגעהיט]

just a nafcha?...

בענעדיקט16 » 30/9/2005 21:57

געשמאקער קינד
אפשר ביסטו בלינד
האסט דיין אויג נישט גענוג געריבן
מפוקל האט דיין ניק יא געשריבן
קומענדיגע מאל קוק בעסער
אדער קויף אויגן גלעזער
וויין נישט ווי א בעיבי
ס'וועט דיר נישט העלפן סייווי

זארעכפעפער » 12/10/2005 02:33

איך זעה דא אין דעם ערשטן בלאט פון דעם אשכול, אז 'הוטקע ע"ה' האט אונז צו געווארפן זיינע ווארימע וואונטשן פון יענע וועלט.

ווי באקאנט איז מען דאך ראש השנה דן על החיים ועל המתים, דעריבער לאמיר איהם צוריק שיקן אונזערע ווארימע ברכות מעלמא הדין:

דער אויבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין בעלמא דקשוט ארויס צו גיין זכאי בדין. אמן

אגב, וואס זאגט עפעס צו אונז אויף יענער וועלט?
ווארט אונז א גוט יאר בעזהשי"ת?
איז געווען עפעס גוטע מליצי יושר פאר אונזער וועגן?

ברענג אונז עפעס בשורות טובות

hutkh » 12/10/2005 02:35

לאמיר זעהן אויב איך האב נאך דא רשות כתיבה. אויב יא, וועל איך ווייטער שרייבן אי"ה. איך האב א פאזיטיווע באריכט פון די וועלט.

זארעכפעפער » 12/10/2005 02:37

נא מיר ווארטן, מיר זענען אויסגעהונגערט נאך עפעס בשורות טובות פון יענע וועלט...

hutkh » 12/10/2005 02:38

קודם האב איך געברויכט זעהן אויב איך האב רשות. יעצט געב מיר אפאר מינוט וועל איך דיר געבן אויפן שפיץ גאפל א באריכט.

זארעכפעפער » 12/10/2005 02:50

הער, מ'זאגט נאך פון צדיקים, אז איינער ברענגט בשורות טובות, איז זיך אליהו הנביא - דער איש פקיד על כל בשורות טובות - מתלבש אין דעם מענטש.
דעריבער ברענג אונז נאר גוטע בשורות

hutkh » 12/10/2005 02:53

הער אויס, ווייל איך גיי זאגען קורץ און שארף. מיר האבן גורם געווען א תשובת רבים. אין יאהו (איך האב שוין געקענסעלט מיין GMAIL וואס איז אדווערטייזט דא אויפן פורום) קומען מיר אן בריווען פון אלטע ליינער און שרייבער וואס שמועסן זיך דורך וויאזוי זייער נייע לעבן גייט. ברוך השם. ברוך השם. ברוך השם. לאמיר האפן אז די וואס וואקלן זיך נאך זאלן זיך מיטכאפן מיטן וואגן. שובו בנים שובבים.

זארעכפעפער » 12/10/2005 02:55

נו נו איך שפיץ די אויערן צו הערן קורץ אין שארף

קרעמער » 12/10/2005 02:59

זרח'ל וואס ווילסטו פון הוטקע'ן, לאז אים זיך צוריקקערן לשקו ולתעניתו.

תוקן על ידי - קרעמער - 12/10/2005 2:59:39

זארעכפעפער » 12/10/2005 02:59

שוין עניוועי, לאמעך דיך נישט שטערן פון דיין אייביגע רוה, תנוח בשלום על משכבתך, און ס'טאקע געווען א קורץ און שארף'ס...

און ועל כולם טאקע א 'בשורה טובה'...

און שוין דא דער פארק איז אויך קראנק יעצט, האב מער א גוטע נאכט

ווי עס וואונטשט פון עלמא הדין
זארעכ