היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » על גאור'ס תקיעת שופר דרשה

על גאור'ס תקיעת שופר דרשה

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1606204

קרעמער » 6/10/2005 18:16

דער געוועזענער (וואס נאר?) על גאור האט נעכטן מיטוואך געהאלטן א פלאם פייערדיגע דרשה אין ניו יארק. צווישן אנדערע האט ער שטארק ארויסגעברענגט די ירידת הדורות פון די היינטיגע וועלט, אז מיר זענען ממש צוגעקלעבט צו די סקרינס און מען פארברענגט די צייט מיט שטותים והבלים.

עס איז געווען אן ערהאבן בילד צוזעהנדיג ווי דער ערפינדער פונעם אינטערנעט רעדט זיך אפ אויף די ירידת הדורות, אין א בחינה פון עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה שהיא רעה (פארשעמט איז די טייגל וואס דער בעקער אליינס זאגט עס אז עס טויג נישט).

http://www.breitbart.com/news/2005/10/06/D8D2IU703.html

לאמיר האפן אז די דברים היוצאים מן הלב (...) וועלן זיין נכנסים אל הלב. ([בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט])

קרעמער » 7/10/2005 06:03

פארגעסן צי פארענדיגן די געשיכטע:

דאן האט גאור ארויסגענומען זיין גרויסן טרומפייטער - מיט וואס ער בלאזט שוין זינטן פארלירן די 00' וואלן צו בוש - און האט זיך גענומען אזוי בלאזן אז עס איז שיער נישט אפגעקילט געווארן די גאנצע 'גלאבעל ווארמינג' פראבלעם אויף וואס ער איז דער גרעסטער קאמפיינער.