היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » לכבוד ערב יום כיפור: פיש איז געזונט!

לכבוד ערב יום כיפור: פיש איז געזונט!

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1615160
בלאט: 1 2

קרעמער » 11/10/2005 19:12

א נייע שטודיע באשטימט דאס וואס מיר ווייסן שוין לאנג, אז דאס וואס אידישע קינדער עסן פיש איינמאל א וואך איז זייער געזונט, און קען צוגעבן יארן צום לעבן, און פרישקייט אין מח.

http://news.yahoo.com/s/nm/20051010/hl_nm/dementia_dc;_ylt=AqFScquvYIOKz4UaKDbquYGs0NUE;_ylu=X3oDMTA3ODdxdHBhBHNlYwM5NjQ-

ערב יום הקדוש איז א גרויסע ענין צו עסן פיש, ווי באקאנט די מעשה פון מדרש (ווערט צוגעברענגט אין טור) אז א ארימע שניידער האט זיך געלאזט קאסטן אסאך געלט צו קענען עסן פיש לכבוד ערב יום כיפור, און מען האט אים פון הימל באצאלט מיטן געפונען א בריליאנט אינעם פיש וואס פון דעם האט ער זיך געשפייזט זיין גאנץ לעבן!

א גוטען אפעטיט. און פארגעסט נישט אינזין צו האבן מקיים צו זיין די מצוה פון ועניתם את נפשותיכם בתשעה לחודש, כל האוכל ושותה בתשיעי מעלה עליו הכתוב כאילו התענה תשיעי ועשירי.

jewboy » 11/10/2005 19:46

ס'איז דא היינטיגע צייטן זייער אסאך מיני פיש.

וועלכע פון די איז געזונט?

נאטורליך » 11/10/2005 19:58

קוק דער בלאג. דאס איז א שיינער כל בו פון אלע פיש אינפארמאציע
www.fishoilblog.com

mates1 » 12/10/2005 08:48

היינט, ערב יום הקדוש, דארף מען עסן וואס מער, ווי אין דגמרא שטייט: כאילו התענה וגו'. מע איז זיך נוהג עסן נישט נאר פיש, אויך האלעשקעס, (איך ווייס נישט ווי עס איז ביי אייך אנגערופן. ס'איז געמאלען פלייש מיט רייז איינגעוויקלט אין קרויט בלעטער. דאס מאכל איז מען זיך נוהג צו עסן דריי מאל אין יאר. ערב יום הקדוש, ווען מע שלאגט כפרות. פורים, ווען מע שלאגט המן'ען. און הושענה רבא, ווען מע שלאגט הושענות.)

לחיים טובים לשלום, פאר אייך אלע.
און ווידער לחיים!
עס זאל אונדז, דא אין קרעטשמע קיינמאל
נישט פעלן, וואס צו טרינקן און וואס צו קייען!
און לאמיר דאס אלע בשלום פארדייען!

ס'איז מיר אפילו, אויס געקומען א גראם.

א גמר חתימה טובה.

מאטעס



קרעמער » 12/10/2005 12:51

אמן ר' מאטעס.

האלעפטשעס ווערן זיי ביי אונז גערופן. אויך 'קרויט'.

א גוט יום טוב און א גרינגן תענית אלעמען.

קרעמער

נאטורליך » 12/10/2005 16:09

לחיים ר' מאטעס. לחיים
מען האט שוין אנגעהויבען פאסטען און יענעם עק וועלט? אוי ווי איך וואלט געוואלט זיין אין ישראל אויף די הייליגע טעג און ימים טובים. קומענדיג יאר האפענטליך. בעגלא ובזמן קריב

יענטאאש » 12/10/2005 16:16

דאס יאר האסטו דאך אפגעשיקט דעם באלעבאס דיינעם אויף אר"י, האפענטליך אויף איבערעס יאר זאלסטו זיין דיין אייגענע באלעבאס, וועסטו קענען פארן קיין ארה"ק און לאזן 'דיין' ארבעטער דיך אויספראקן אויף הייד פארק.

קרעמער » 12/10/2005 16:19

נוסח מאטעס:

מאטעס, נעבעך, איך האב רחמנות אויף דיר
און אויף אלע דיינע חברים און פריינט
איר קענט שוין נישט עסן, געוואלד
ווען איר וואלט געווען אין אמעריקע
וואלט איר נאך געקענט אריינריקן
און עס וואלט געווען א מצות עשה דאורייתא

קרעמער

נ.ב. יא, יא, איך ווייס אז מוצאי יום הקדוש
וועל איך טרעפן דא א טשעפע אויף צוריק
אבער ווען איך וועל דאס קענען ליינען
וועל איך שוין האלטן נאך הבדלה און נאך די קאפע

איי, וועט איר פרעגן, מאטעס וועט דאך אויך נישט ליינען דאס בעפארן אויספאסטן? תיקו.

mefikel » 14/10/2005 19:24

ס'האט מיר געזגט היינט איינער "צוויי זאכן וואלט איך היינט נויטיג געברויכט, וואס איך האב שוין לאנג נישט פארזוכט"

-אביסל רעגן אינדרויסן... און...חלה אין פיש

שפתים ישק!

קרעמער » 14/10/2005 21:18

הערשט יעצט - נאך צוויי דריי רעגנדיגע מעת לעת - כאפ איך זיך אז מאטעס האט גארנישט גערעדט פון 'קרויט'... לכאורה. ווייל דאס מאכל וואס ווערט געגעסן די דריי צייטן אין יאר וואס מען שלאגט (ערב יום הקדוש, פורים און הושענא רבא) איז 'קרעפלעך' און נישט 'האלעפטשעס'.

ער שרייבט טאקע אז מען וויקעלט דאס איין אין קרויט בלעטער, אבער ווי איך ווייס פון מיינע באבעס ציהט מען דאס אריין אין א דרייעקיג טייגל און מען לייגט דאס אין זופ אריין.

גוט שבת

mates1 » 15/10/2005 18:29

א גוטע געזונטע וואך.

איר זענט גערעכט ר' קרעמער. טאקע 'קרעפלעך' און נישט
'האלעפשעס'.

כ'האב געמיינט צוזאגן קרעפלעך. ווייס דער רוח, פאר וואס
איז מיר ארויס 'האלעפשעס'.

זייט מוחל, זייט מוחל, זייט מוחל.

מאטעס.

קרעמער » 16/10/2005 03:15

גוטע וואך ר' מאטעס
האסט געמאכט קאטאוועס
טשאלענט פון בלינצעס
קרעפלעך פון האלאפטשעס

קרעפלעך קומט מיט רייז
אזויווי קוגעל מיט אייז
און ציקער אויף אייער שפייז
אבער ביטע שעהן, זיי נישט בייז

חי_וקים » 16/10/2005 04:10

.מען באדארף אכטינג געבן נישט צו טוישן און פארבייטן צואווישן די אידישע מאכלים למיניהם עס איז דא העטליכע נעמען און איך וועל געבן א ביסל צו פארשטיין פון וואס איז געמאכט יעדע מאכל און דער צייט ווען מען נאשט דאס.

OK. איז אזוי

1) "געפילטע פיש".
דאס איז א געקאכטס פון געמאלינע פיש.
מען העסט דאס יעדן מאל ווען מען וויל א גוטע אידישער מאכל. דאס העשט זיך זייער גוט מיט כריין.

2) "קניידאלעך".
כשמו כן הוא , געמאכט פון מצה-מעל מיט אייער.
דאס העסטזיך צוזאמען מיט די זופ.

3) "פראקעס".
דאס איז דער מאכל וואס ווערט הויבן דערמאנט מיטן נאמען האלעפשעס. גימאכט פון קרויט בלעטער באפילט מיט רייז די הינגערישע לייגן הויכט מיט די רייז אביסל גימאלענע פלייש .
דאס איז גיט צו העסן ווען מען וויל, ביי די הינגערישע איז מען מקפיד דאס צו העסן שמחת תורה.

4)"קרעפלעך"
דאס איז אן העקסטערע סארט טייג באפילט מיט געמאלענע פלייש. מען העסט דאס אזויווי די קניידלאך צוזאמען מיט די זופ.
אין פסוק שטייט געשריבן "ה.כ.ה. ת.כ.ה." דאס מיינט דער ר"ת פון: ה'מן כ'יפור ה'ושענות ת'אכל כ'רעפלאך ה'רבה.
כלומר אין דער צייט וואס אידן קלאפן איז די צייט פון העסן קרעפלאך צום ביי שפיל: פורים ווען מען קלאפט המן ביי די מגילה. הושענה רבא ווען מען קלאפט מיט די הושענות. און ערב יום כיפור ווען גאנץ כלל ישראל קלאפט על חטא.

וועגן צאנט און קיגל האב איך נישט ארום גערעט אזויווי עס איז יעצט מוצאי שבת וויל איך קודם הענדיגן פארדייען די עהסן און דערנאך וועט מען אפשר קענען זאך צוריק דערמאנען וועגן האט די שבת דיגע מאכלים.

האטס מיר א גוט געבנטש יאר.

קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!

קרעמער » 16/10/2005 04:17

דער סוד איז ארויסגערינען!!!

אויב מיין חוש הריח ארבעט, וועל איך זיין א נבואה זאגער (מיום שחרב בית המקדש איז דאך ניתנה נבואה לשוטים...) און זאגען אז...................................


דער בא'טעמ'טער שרייבער וואס באהאלט זיך אונטערן נאמען "חי-וקים" איז.................................






























































אונזער אלטער ידיד ר' נחום'ל איש גם-זו!!!


ווער עס וויל, קען מחולק זיין מיט מיר, אבער איך האב כמה רמזים און הוכחות!

חי_וקים » 16/10/2005 04:33

קרעמער ווער איז דער הערווארטערנער גמזו מה טיבו ומה פועלו לאז מיך נאר וויסן צו דאס וואס דו ביסט זיך מדמה מיר מיט עהם בקרוינט עס מיר האדער גאר באגראבט עס מיר?

קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!

gishmoker » 16/10/2005 05:33


אויף דער רגע איז מיר אויך בייגעפאלן דאס זעלבע אז חי וקים איז מיין באליבטער גם זו,

אבער נאכער האב איך מיר געטראכט אזוי, פאר וואס זעען אויס א לע שחורים די זעלבע?

ממילא קען מען נישט וויסן .

ס'קען האבער זיין אס יא...


קרעמער :
דאס אז מען עסט נישט קרואויט ערב יו"כ נאר קרעפלאך, האב איך זיך דערמאנט ערב יו"כ ביים טועם זיין פון די קרעפלאך טאקע. אבער איך האב נישט אויספיעט אריינשרייבן דא אין אשכול.

אדאנק

קרעמער » 16/10/2005 06:06

חי-וקים;

נחום איש גם-זו איז איינער פון די געשמאקסטע שרייבער אויף אונזער פורום, וואס זיין 'ניק' שרייבט שוין נישט עטליכע מאנאטן. מיר זוכן אים ארום מיט ליכט, און מיר האבן א נחמה פורתא אין אייך, ווייל איר שרייבט זייער ענליך צו אים.

לאמיר האפן אז ער וועט זיך נאך אמאל מגלה זיין צו אונז, אויב נישט, וועלן מיר מוזן אייך אויפנעמען אלץ "עהרן גאסט" פון הייליגן לאנד במקומו. (הגם, איך קווענקל שוין עטוואס, ווייל איר שרייבט זייער שפעט אין די נאכט, ווען אין א"י איז שוין פרי פארטאגס, לאמיר לאזן די מבינים אונזערע דן זיין אין די נושא אין די קומענדיגע פאר טעג).

בןהרחמן » 16/10/2005 22:36

ווען קען ציילען וויפיהל מאהל מען האט געגעסן פיש די לעצטע פאר וואכען,

איינער האט מיר געזאגט אז דעם גאנצן חודש איז מען יעדן פארנומען מיט פיש, איין טאג קויפט מען פיש, איין טאג קאכט מען פיש, און איין טאג (אדער צוויי טעג) עסט מען פיש. דוק ותשכח [בילד – נישט אפגעהיט]

nafcha » 20/10/2005 15:04

קרעמער;

וואס עפעס האסטו דיך פארטשעפט אין די ניק 'חי_וקים',
קודם האסטו געטענה'עט אז איך בין גאר חי וקים, און יעצט גם זו? [בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 27/10/2005 18:19

1) נפחא פנחס און נאך א נאמען וואס איז געגעבן געווארן אין א געוויסע אשכול וואס איך געדענק איצט נישט, קענסט שרייען חי וקים ס'וועט דיר גארנישט העלפן, אונזער באליבטער קרעמער גלייכט דאס, איך שטעל מיר פאָר אז ווען א. ב. קרעמער עפנט אן אשכול און עס ערשיינט דארט חי וקים מיט זיין זיסן לאזונג, גיט ער זיך אזא שמייכל אונטער.

2) און צו דיר חשובער קרעמער, זכור לך עתה אתמול אשר דברת, דאס מאל שרייבסטו קלאר פאר א יחיד בלשון רבים, מה זאת אומרת????[בילד – נישט אפגעהיט]

3) נחזור לעניינו צו די פיש, ווען מיין אשת חיל האט זיך נעכטן נאך די סעודה דערמאנט אז זי דארף היינט קאכן די פיש אויף שבת קודש הבעל"ט, איז איר זייער שלעכט געווארן, קען מיר איינער העלפן, ס'שמעקט מיר נישט צו קויפן פיש ווייל מיין ווייב'ס פיש איז נישט אויפצוטוישן, קען מיר איינער אן עצה געבן

קרעמער » 27/10/2005 18:37

על ראשון ראשון:

איך הייס נישט א.ב. קרעמער. אויב איז דאס די פארקורצונג פאר א'ונזער ב'אליבטער קרעמער, וועל איך פון היינט מאל אן שרייבן:

מ.ח.י. התאחדות (מ'יין ח'שובער י'דיד)......

בנוגע די כבוד-טיטלען פון 'איר' און 'אייך':

געווענליך פרוביר איך יעדן צו באטיטלען לפי כבודו, און היות איך ווייס נישט ווער עס איז עלטער אדער יונגער פון מיר, פרוביר איך צו רעדן צו יעדן מיט דרך ארץ. אויסער אויב איינער איז מגלה דעת אז ער ברויך דאס נישט (ווי נאטורליך האט מגלה דעת געווען, און יעצט אויך התאחדות), דאן פרוביר איך צו רעדן צו יענעם פער 'דו'.

בנוגע די פיש;

איך געב זיך נעכטן נאכט א רוף אן צו מיין חשוב'ע מרת קרעמער: וואלסטו געווען אין די גיסטע צו עסן יעצט א שבת'דיגע סעודה??? ווייל טייל יארן קומט שמחת תורה אויס אין א פרייטאג (אזוי ווי פאראיאר)...

איבריג צו זאגען אז מיר האבן אינאיינעם געדאנקט השי"ת אויף די צוויי וואכן-טעג (אן פיש) וואס השי"ת האט אונז פארגינען צווישן די געהויבענע יום טוב טעג מיטן הייליגן שבת קודש.

התאחדות » 27/10/2005 18:48

מ. ב. קרעמער (ראשי תיבות פון מ'יין ב'אליבטער)
איך וועל זייער הנאה האבן פון דעם טיטול, אבער מיט די פיש ווייס איך נאכנישט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן, איך וויל זייער שטארק ארויסהעלפן מיין אשת חיל[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 27/10/2005 19:33

מ.ט. התאחדות (געפון אליין אויס די ראשי תיבות דערפון);

איך האב איבערגעגעבן פאר מרת קרעמער דיין פראבלעם בנוגע די פיש, זי פארשטייט נישט פונקטליך די הויכפונקט דערפון. האט מרת התאחדות נישט ליב די גערוך פון פיש? איז זי סתם פויל צו קאכן די וואך די פיש? וואס איז שבת בראשית אנדערש ווי שבת נח?

זיי איר מסביר אז דאנערשטאג פרשת בראשית (אזוי ווי היינט) זענען באשאפן געווארן די פיש!!! (אפשר וועט דאס העלפן [בילד – נישט אפגעהיט])

אויב גארנישט העלפט נישט, קום אריבער צו מיר... אפשר וועלן מיר זיך אינאיינעם אראפשטעלן און אנקאכן די פיש לכבוד שבת (ווי די תנאים ואמוראים פלעגן טאן, צוגרייטן די שבת'דיגע מאכלים וכדומה).

התאחדות » 27/10/2005 20:44

איך קען נאך ביזדערווייל נישט כאפן וואס די ר"ת איז, אבער איך קלער אז במשך הזמן וועל איך דאס פארשטיין[בילד – נישט אפגעהיט]

די פראבלעם איז נישט די גרוך, און זי איז אויך נישט פויל -כמדומה-, די פראבלעם הייסט בּאָרד זי ליידט אויף דעם גאר שטארק, איך האף אז מרת קרעמער ליידט נישט אויף די מחלה, און היות זי האט שוין די לעצטע צוויי וואכן נישט אויפגעהערט צו קאכן פיש איז זי שוין בארד געווארן, און דאס איז די חילוק פון שבת בראשית און שבת נח ודו"ק

די הסבר פון די פיש באשאפונג האף איך וועט פועל'ן. א עקסטערע דאנק, נאדיר אזאנס[בילד – נישט אפגעהיט]

אז נישט וועט מען טאקע מוזן צוקומען צו די לעצטע עצה איך ווייסט נאר נישט וואו איך טרעף דיר זייט דו האסט דעם לעפטאפ קען מען מיט דיר נישט רעדן געהעריג[בילד – נישט אפגעהיט] סאו איך האף דו וועסט מיר מודיע זיין, חוץ מזה דאס האט צייט מארגן, די תנאים און אמוראים רבא חרך שיבוטא, איז געווען פרייטיג.

קרעמער » 27/10/2005 20:55

די ראשי תיבות איז: מ'יין ט'ייערער התאחדות;

בארד? א פרוי? האט זי געטרונקען הבדלה וויין? (יעצט פינטל נאכאמאל בארד מיט א פינטעלע אין די ב' און לייג נאך א קמץ... אבער עס וועט נאך אלץ נישט מיינען BORED).

רבא חרך שיבוטא? איך ווייס נישט אין וועלכן דרוק דו לערנסט (עי' אשכול: וועלכע ש"ס גלייכט איר), אבער אין מיין דרוק שטייט אזוי: רב ספרא מחריך רישא, רבא מלח שיבוטא (שבת קי"ט ע"א, קידושין מ"א ע"א).

יעצט איז אזוי, מחריך רישא מיינט אפגיסן דאס קאפ פון די בהמה מיט בריעדיג וואסער אראפצונעמען די האר, און מלח מיינט געזאלצן. ווען דיינע פיש וועלן האבן האר... וועלן מיר מקיים זיין דיין אייגענע מימרא פון חרך שיבוטא.

הגה: איך בין נישט נערוועז.

התאחדות » 27/10/2005 21:04

מ. ב. קרעמער

ניחמתני אז דו ביסט נישט נערוועז, אם כן קען מען ווייטער רעדן -שרייבן-

איך האב געשריבן די גמרא לויט ווי עס איז געווען אין מיין זכרון פון 13 יאר צוריק ווען איך האב געלערנט די גמרא צום לעצטן מאל, וה' הטוב יכפר

צום ענין איך קען נישט אזוי גוט אידיש ווי דו האב איך פרובירט ארויסצוברענגן די מערסטע וואס איך האב געקענט, אבער איך זעה אז דו ביסט נישט אן אנגארישער, דו כאפסט גאנץ גוט.

צום פוינט איך האב געכאפט די ראשי תיבות א סעקונד פאר איך האב געפענט די אשכול מיט דיין ביאור

קרעמער » 27/10/2005 21:05

אגב, פון וואנעט נעמסטו דאס אז רבא מלח שיבוטא איז געווען פרייטאג??? עס איז געווען לכבוד שבת, אבער לאו דווקא פרייטאג. אדרבא, געזאלצענע פיש קען זיך האלטן זייער לאנג, מען ברויך דאס נישט איבערלאזן אויף די לעצטע מינוט.

התאחדות » 27/10/2005 21:07

די טעות האט זיך גענומען פון רבא חרך שיבוטא, היינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה, אולי ביסטו גערעכט און ס'יז געווען דאנערשטאג, אם כן בין איך שוין זייער אנגעצויגן.

קרעמער » 27/10/2005 21:40

שוין ווייטער חזר'סטו איבער דעם חרך שיבוטא. די ווארט איז מחריך רישא/מלח שיבוטא.

מען זעט אז דו לערנסט נישט דף היומי, דאן וואלסטו געלערנט די גמרא פון שבת קי"ט נישט לאנג צוריק.

כולי האי ואולי וואלסטו נאך געדענקט.

התאחדות » 27/10/2005 21:43

מ. ב. קרעמער אוי דו כאפסט נישט[\-/]

איך האב דיר געזאגט -געשריבן- אז די טעות אז ס'יז געווען פרייטאג נעמט זיך פון מיין ערשטן טעות, ווייל חרך שיבוטא מוז דאך זיין אז סיז געווען פרייטאג, קאופטשאסט???

תוקן על ידי - התאחדות - 27/10/2005 21:43:52

קרעמער » 27/10/2005 21:54

וואס מאכט דיר טראכטן אז אפברענען די האר פון די בהמה מוז געטאן ווערן פרייטאג?

התאחדות » 27/10/2005 21:59

אוי שוין ווייטער שיבוטא איז נישט קיין בהמה, דו בהמ** איינער, שיבוטא איז א סארט פיש[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 27/10/2005 22:23

איך ווייס גאנץ גוט אז שיבוטא איז א פיש. (וואס די מח [אדער די צינג, לויט טייל מפרשים] דערפון האט א טעם פון חזיר פלייש, חולין ק"ט ע"ב). אבער לויט דיינע ווערטער האט אויסגעקוקט אז דו ווייסט דאס נישט. ווייל עס איז מיר מער ניחא געווען צו קלערן אז דו האסט געמאכט א טעות מיט א טייטש, ווי דעם פאטאלן טעות אז פיש האבן האר...

התאחדות » 27/10/2005 22:31

איז פארוואס טראכסטו נישט אז איך ווייס נישט וואס טייטש חרך

קרעמער » 27/10/2005 22:46

איך געב אויף [בילד – נישט אפגעהיט]

(שטילערהייט. ששש. אינדערהיים געוואונסטו אויך אייביג די ארגומענטן?)

התאחדות » 27/10/2005 22:48

דו האסט געמיינט אז נישט דארפסט נישט שושקענען

קרעמער » 27/10/2005 22:50

מען קען נישט וויסן. ווייל אמאל אז די עזר כנגדו פונקט אזוי פעפעריק אדער נאכמער... די בינה יתירה קען אמאל גוט צוניצקומען אין אן ארגומענט.

התאחדות » 27/10/2005 22:54

נו וואס טוט זיך ביי דיר??? ווען גיי מיר זאלצן דעם פיש??? איך האף אז מרת קרעמער איז נישט פעפריק אז מ'זאל קענען זאלצן כאטשיג

קרעמער » 27/10/2005 23:14

גענוג גערעדט איבער די מיסיסעס... (געדענקסט די ווערטל פון שוב יום אחד לפני מיתתך? געדענקסט די טייטש פון הושענה למען דתך?).

התאחדות » 27/10/2005 23:16

סשיינע מעשה איך רעדט פון זאלצן דעם פיש און די דרייסט זיך ארויס, ממש אין די בחינה פון טענו לו בחיטין והודו לה' כי טוב
און חוץ מזה די ווערטל פארשטיי איך נישט ביזדערווייל

קרעמער » 27/10/2005 23:23

אקעי;

שוב יום אחד לפני מיתתך אז א מקור אז מען ברויך תשובה טאן אין יום החופה, איין טאג פאר די מיסיס..

הושענא למען דתך איז א ווערטל וואס שטאמט פון גור, ווייל דארט רופט מען די נקיבות 'דאסל'. און כידוע זענען אידן די כלה פון השי"ת, בעט מען זיך ביי השי"ת: עשה למען דאסאך...

זארעכפעפער » 27/10/2005 23:25

ס'דאך מאמעש מיין שפראכ

לע-מאאן דאסאך...

התאחדות » 27/10/2005 23:26

מ.ב.קרעמער
אויף די הושענא האב איך אליינס אזוי געטראכט אבער אויף שוב יום אחד דארף מען שוין לדעתי האבן די הסכמה פון אונזער באליבטן דיין (אוי איך וואלט געדארפט שרייבן בקיצור א.ב. וה' הטוב יכפר)
אויסערדעם וואס וועט זיין מיט די פיש[בילד – נישט אפגעהיט] איך גיי שוין באלד אהיים, ס'יז ביטער

זארעכפעפער » 27/10/2005 23:30

גיב אבאכט דו זאלסט נישט זיין אין די בחינה פון

געגעסן פארשטונקענע פיש און ארויסגעווארפן פון...

התאחדות » 27/10/2005 23:32

דאס איז שוין טאקע מוראדיג נאך פאר איך האב איהם געזעהן איז ער שוין דא געווען
שלום עליכם טייערע דייען ווי אזוי איז אריבער דער יאם טאב סיכעס

זארעכפעפער » 27/10/2005 23:35

בארכאשעמ זייער שיין אריבער. און וויאזוי איז ביי אייך סאכדעס אריבער דער יאנטעפ?

קרעמער » 27/10/2005 23:39

ממש אן ענין פון תפיסת מאכשאווע איז דא פארגעקומען.

עניוועי, וואס איז אזוי ביטער אז דו ברויכסט שוין אהיימגיין???

אפשר קענסטו נוצען הילף?

זארעכפעפער » 27/10/2005 23:41

ווער האט דיר שוין אויסגעכאפט דיינע מאכשאוועס?

קרעמער » 27/10/2005 23:43

עס איז נישט ממש 'תפיסת מחשבה' אבער ווי נאר דו - חשוב'ער דיין ר' זרח פעפער - האסט ארויפגעלייגט דיין תגובה, איז פאר התאחדות בייגעפאלן צו רעדן פון דיר!

הערצער שפירן זיך. (ס'איז אמאל געווען א לאנגע שמועס דערוועגן אין דעם גליון פון משה נחום קרויס).

זארעכפעפער » 27/10/2005 23:45

עס קען זיין אבער מיין הארץ האט נישט געשפירט סאכדעס'ן[בילד – נישט אפגעהיט]...
בלאט: 1 2