I'd just want to record my visit to the Kreytshme on Erev Yum Kipur. I thought it's noteworthy.
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » For The Record
For The Record
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1616826
דער הייליגער בארדיטשובער פלעגט ערב יום כיפור גיין אין קרעטשמע, זיך צוקוקען ווי אידן עסן און טרינקן און ביינאכט קומען זיי אין שוהל און רעכטן אפ א כל נדרי ווי ער באדארף צו זיין, און האט ממליץ טוב געווען פארן בורא כל עולמים: ווען א גוי עסט און טרונקט א גאנצן טאג, ליגט ער ביינאכט אונטערן באנק און כראפעצט, אבער ישראל קדושים, מי כעמך ישראל, עסן און טרינקן א גאנצן טאג, און ביינאכט קומען זיי זיך צוזאם אין שוהל מיט די גרעסטע מאס ערנסטקייט!!!!!!
דער בעש"ט האט אויך אמאל געשיקט א תלמוד זיך לערנען פון א קרעטשמער וויאזוי מען שלאגט כפרות. (די מעשה מיט'ן קרעטשמער וואס האט פארצייכענט אין א ביך אלע עבירה'לאך דורך יאר, און א אנדערען ביך האר ער פארשריבען אלעס וואס האט אים פאסירט דורך'ן יאר ווי למשל דאס פערדעל איז געשטארבען און דאס קינד האט זיך צוקלאפט די האנד אא"וו. לאמיר ביידע צורייסען די חשבונות מיר זענען זיך ביידע מוחל.
עיין במעשה ביכלעך באריכות, דו"ק ותשכח
עיין במעשה ביכלעך באריכות, דו"ק ותשכח
נאטורליך, וגם תשמע בהטעיפ 'תפילת הדרך' של 'ליפא שמעלצער'. ודו"ק.
יענטאאש;
איך קען נישט די ניגון, אבער אפשר מיינסטו דאס (איך האב עס געפונען ווען איך האב געמאכט א גוגעל זוכעניש אויף די ווארט "קרעטשמע"...
http://chasidisk.com/song.asp?song_id=1396
איך קען נישט די ניגון, אבער אפשר מיינסטו דאס (איך האב עס געפונען ווען איך האב געמאכט א גוגעל זוכעניש אויף די ווארט "קרעטשמע"...
http://chasidisk.com/song.asp?song_id=1396
זכרונות זכרונות...