היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » העפטיגע הכנות: ערשטע סוכות אין קרעטשמע

העפטיגע הכנות: ערשטע סוכות אין קרעטשמע

74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1616930
בלאט: 1 2

קרעמער » 12/10/2005 17:29

די וועד הנהלה זיצט יעצט איבערגעבויגן איבער די לעצטע דעטאלן פון די גרויסצוגיגע פלענער וואס אנבאלאנגט די אומפאזאנטע יום טוב סוכות וואס ווערט ערווארטעט ביי אונז אין די קרעטשמע.

טויזנטער געסט פון אלע עקן וועלט האבן זיך שוין געמאלדן, מען וועט אי"ה צושטעלן א'כילה ש'תיה ל'ינה פאר אלעמען, ווי דער שטייגער איז ביי אונז די גאנצע קיילעכיגע יאהר.

ווער עס וויל מנדב זיין א סעודה לכבוד אן אושפיזין אדער לעילוי נשמת אן אלטע ניק, קען זיך מעלדן צום 'קרעטשמער'.

די הויכפונקט וועט מסתמא זיין ביי די אושפיזין פונעם דיין וואס געפאלט אויס היי יאהר פונקט חול המועד, דער עולם וועט זיך משמח זיין מיט אלטע וויין און פרישע געבעקס, צוגעשטעלט דורך די דיין'טע.

הונגערט אייך אויס. פרטים יבואו.

יענטאאש » 14/10/2005 20:29

הו!!!, קוים געענדיגט אויפשטעלן די גרויסע סוכה אינדערויסן, איך זאג אייך, ווי איר קענט אליין זען, ממש א יופי, כעין תדירו ממש, קיינער וועט אפילו נישט כאפן אז מען זיצט נישט אין קרעטשמע אליין נאר אין די סוכה, אלע טישן און בענק האט מען ארויסגעשלעפט, דעם קאונטער מיט די הויכע בענקלעך פאר די קרעטשמער (חוץ נפחא'ס בענקל, איך ווייס נישט פארוואס אבער נאך אלץ עקל איך זיך עס אנצוכאפן...), און די משקה פעסלעך זעלבס פארשטייט זיך אויך.

נו, קומט אידן לאמיר מאכן א גוטן לחיים!

ושמחת בחגיך!!!!, והיית אך שמח!!!!, אך אך שמהייאח!!!!!,

אהוי!!!!!!

ושמחת בחגיך!!!!, והיית אך שמח!!!!, אך אך שמהייאח!!!!!,

אך אך שמהייאח!!!!!, אך אך שמהייאח!!!!!

נאכאמאל!!... אך אך שמהייאח!!!!!, אך אך שמהייאח!!!!!

[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

nafcha » 14/10/2005 22:37

יענטאאש;

גרייט דיך צו א לוי' דרשה פאר דיין ראש הקהל'שאפט.


די טשעפעסט דיך צופיל מיט מיר לעצטענס.

סא! בעטער וואטש אוט. ראה הוזהרתיך!

תוקן על ידי - nafcha - 14/10/2005 22:38:17

יענטאאש » 14/10/2005 22:51

כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!! כא!!............יוי!!!!!!!!........ כאאאאאאא!!!!!!!........

יוי.... אלע שכינים קומען זיך שוין צו לויפן פון מיין געלעכטער!!!....... אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן......... כא!! כא!! כא!! כא!! כאאאאאאא!!!!!!!........

קוקטס נאר אן!.... ער סטראשעט מיך............ כאאאאאאא!!!!!!!........

דו קענסט קיין סאך דא נישט טוישן, איך בלייב 'ראשאקאהעל' און די בלייבסט 'נפחא'..... אקעי!..... געפעלט דיר יא צו געפעלט דיר נישט.....

[בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 16/10/2005 03:06

יענטאאש;

אלץ גוטער חבר, וואלט איך דיר געראטן זאלסט זיך נישט רייצן מיט פנחס'ל (נפחא), ווייל למעשה זיצט ער יעצט אויף די וועד הנהלה פון די קרעטשמע און ס'איז בידו צו חוסם זיין שרייבער, כחומר ביד היוצר כן יענטאאש ביד נפחא, סא... וואטש אוט.

mates1 » 16/10/2005 13:18

איך וועל זיך ליידער, נישט קענען באטייליקן מיט
אייך פערזענלעך. א שאד.

אבער, ווי באלד, פטור בלא כלום אי אפשר. וועל
איך זיך באמיען אפשיקען פאר אייך אלע, א גרויסן
שמעקעדיקן רעטעך-קיגל. ממש צו באלעקען די פינגער.

מאטעס.

יענטאאש » 16/10/2005 22:38

קרעמער;

ס'קען זיין אז דו ביזט גערעכט, און איך בין א אויבער-יענטאאש, אבער איך קען זיך נישט העלפן, ביזדערווייל האב איך נאך אלץ 'נפחא' דארט ווי איך האב אלע נפחא'ס....

נ.ב.: למען השלום האב איך גראדע שוין איבערגעבעטן נפחא'ן אין אן אנדערן אשכול.

nafcha » 17/10/2005 03:46

קרעמער;

אזוי דארף צו זיין, ווייל "תעלא בעידניה סגיד ליה."

yankees » 17/10/2005 05:16

כ'ווייס נישט צו הדר אויף א אתרוג איז א מצוה, אדער נאר א הידור מצוה, אבער איך האב קיינמאל קיין שטארק דגוש נישט געלייגט דערויף, ס'האט מיר נישט געשטערט א פשוטע אתרוג,

דעיס יאר האט מיך גאט באשטראפט מיט א אתרוג וואס קוקט אויס ווי מיין פאריעריגע אתרוג חמשה עשר בשבט.
כ'האב עס אזוי באקומען פון מורי חמי שליט"א ער האט שוין אפי' געפרעגט דעם דיין צו ס'איז כשר. כ'ווייס נישט צו ער האט געזיכט א רויטע אדער שווארצע פלעק, אבער ויצא הפסק "כשר"

ווייטער ביים אויפשטעלן די סוכה האט זיך די שטן אויך אריינגעשטעלט, נו! יעדע גוטע זאך קומטעך אן שווער, כ'האב מיך אליין געפלאגט, און כ'האב געכאפט ספלינטערס און באבאס אלל אויווער , און די סוכה איז צאמגעפאלן נאך אלע מעשיות, די סכך איז געפלויגן אין די ליפט פאר אפאר שעה,ווען איך ווייס ווען פריער זעץ איך מיך ארויף דערויף.

איך האב געטון מיינס, יעצט ווער ס'האט עס צאמגעווארפען זאל עס מוחל זיין צוריק אויפשטעלן. אז נישט עס איך אין די גרויסע קרעטשמע-סוכה אלע סעודות דעיס יאר.

גוט יו"ט

קרעמער » 17/10/2005 05:54

ס'קוקט אויס ווי דו האסט מזל ווי די טיעם נאך וועמען דו רופסט זיך...

nafcha » 17/10/2005 15:31

יענקי;

די האסט דעס געגאנבעט פון שמעלקעלע, אדער ער האט עס גענומען פון דיר...???

קרעמער » 17/10/2005 15:43

פנחס;

שמעלקע WHO?

התאחדות » 17/10/2005 16:44

קרעמער וואס האט פנחס מיט נפחא

קרעמער » 17/10/2005 17:54

פנח'ס האט דריי אותיות פון נפח'א. און אזוי ווי איך וויל אים נישט רופן ביים שם גנאי, רוף איך אים פנחס.

התאחדות » 17/10/2005 18:42

אבער ס'גייט אריין אין די שאלה פון המכנה שם לחבירו

קרעמער » 17/10/2005 18:58

ס'נישט קיין מכנה
ס'נישט קיין שם
ס'נישט קיין חבירו

אגב, איך זעה אז ביי דיר 'התאחדות' מאנגעלט נישט די 'צייט' ארטיקל, וואס טוט זיך מיט די 'קעש' ארטיקל? האסטו איבריג? קענסטו מיר קעשן עטליכע טשעקס?

התאחדות » 17/10/2005 19:02

איך וועל דיר זאגן אז איך האב פון ביידע פארוואס נישט? דו וועסט מיר סייויי נישט כאפן ביים ליגנט, אבער איך מיין אז דו קענסט זעהן לויט וויפיל איך האב פון די ערשטע ארטיקל ווי ווייניג איך האב פון די גרינע ארטיקל, דער אמת איז אז היינט האב איך אזוי ווי כמו אוף, איך דארף נאר אויפהייבן פאונס פאר נאך א האלבע שעה, סאו האב איך היינט צייט געהאט פאר תגובות, באלד קענסטו שוין שרייבן און ווארטן א ענפער ביז חול המועד, יעמאלט ארבעט איך אויך נישט

תוקן על ידי - התאחדות - 17/10/2005 19:03:39

קרעמער » 17/10/2005 19:07

כ'מיין כ'וועל מוזן רעדן צו דיין בעל הבית זאל דיר געבן מער אף. מיר האבן שטארק הנאה פון דיינע תגובות "דא" און "דארט".

התאחדות » 17/10/2005 19:13

דו ביסט מיר ממש מחי' מיט די קאמפלימענט, איך פארגין דיר פשוט די יישר כח מיט די גאנצע הארץ, אגב איך האב מיך אמאל געוואלט איינרעדן אז איך בין אבָּאוו פון מחמאות, אבער איך האב זיך בארעכנט אז ס'איז דאך גוט, לעצטנס קוק איך ניטאמאל צו יענער מיינט עס ערענסט צו נישט

קרעמער » 17/10/2005 19:29

מחמאות? וואס מיינט דאס? איז דאס אזא סארט פוטער (חמאה) אדער א קרוב מיט מחמוד?

התאחדות » 17/10/2005 19:30

דאס איז קאמפלימענטס אין היברו, אן איינצעלנע זאגט מען מחמאה, דאס האט אפשר צו טאהן מיט מחמוד

קרעמער » 17/10/2005 19:33

וואס איז דער שורש דערפון? 'חם' אדער 'חמאה'?
אגב: התאחדות רעדט עברית?

התאחדות » 17/10/2005 19:34

איך קלער אז חם, עברית אני מדבר רק כשאף אחד לא שומע

קרעמער » 17/10/2005 19:37

יפטרוך משירותך בהתאחדות[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 17/10/2005 19:38

דו חכם דו קיינער הערט דאך נישט [בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי - התאחדות - 17/10/2005 19:38:20

קרעמער » 17/10/2005 19:39

וואס האסטו געברויכט מתקן זיין? הא?

האסטו אפשר געשריבן "דו נאר איינער דו"?

האלטסטו פאר אדער נאכן נערוון צוזאמבראך???

[בילד – נישט אפגעהיט]

nafcha » 20/10/2005 14:50

קרעמער;

איך האף אז דעס וואס די האסט געשריבן, "ס'נישט קיין חבירו" האסטו נישט געמיינט ערנסט...

התאחדות » 20/10/2005 20:58

איך האב just געשריבן דיך אנשטאט דאך האב איך עס מתקן געווען

yankees » 21/10/2005 20:29

יעקב: (אז ער רופט דיך פיני קען מען דיך שוין רופן יעקב) כ'האב הנאה אז דו האסט באמערקט. און משום מראית עין זאלסט מיינען אז איך בין א פראסטער גנב וואס ברענגט זאכן שלא בשם אומרו. און שליידערט עס אריין דא ביי אינז אין קרעטשמע. פלען און פראסט. גלאט אאן א בושעע...

ולא יכול שמעל'קע להסאפק... דאס בין איך געווען...

התאחדות » 23/10/2005 23:08

איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר, פארוואס האט מען נישט אריינגעברענגט די נעטווארק אין די סוכה? איך דריי זיך דא ארום, און איך וויל טרינקן איבער שמועסן די געשמאקע טעג וואס איז שוין א דורך, איך האב פשוט מורא אז ביז נאך יום טוב וועל איך פארגעסן פרטים, פארגעס נישט מ'קען ניטאמאל שרייבן חול המועד, -איך האב פרובירט און עס איז נישט געגאנגען-

אבער דגוש אדום (איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי מ'מאכט דאס) גיוואלד סיז נישט דא מיט וועמען צו גיין צום טיש,

קרעמער זעהט אויס האט תשובה געמאכט און זיך בארעכנט נישט מער אריינצוקומען אין קרעטשמע, איך האף אז מיט די לינקע אויג קוקט ער נאך אריין, און בכלל איז דא ליידיג רופט אייך ביטע אהן עימיציר.[בילד – נישט אפגעהיט]

nafcha » 23/10/2005 23:46

קרעמער ארבעט נישט חול המועד. איך בין גראדע יא דא, נאר איך האב נישט קיין געדולד צו רעדן צו מיר אליינס...

נאטורליך » 23/10/2005 23:55

מיר זענען אלע דא, קום ארויס אין די סוכה וועסטו אונז זעהן.

קרעמער » 27/10/2005 03:10

איך האב ברוך השם דעם יום טוב נישט צוגערירט מיין קאמפיוטער פון ערב יום טוב ביז מוצאי יום טוב. אבער דאס מיינט נישט אז פון יעצט און ווייטער גייט דא זיין שטיל ח"ו, אדרבה ואדרבה, מיט פרישע כוחות וועלן מיר דאהי זיין אריינברענגן א פרישקייט אין די חברים'ס ביינער און ארויפברענגן א שמייכל (אפילו נאר א געמאכטע) אויף זייערע געזיכטער.

התאחדות » 27/10/2005 17:28

אה שלום וואס מאכסטו

קרעמער » 27/10/2005 17:34

איך הייס נישט שלום. און איך מאך נישט.

התאחדות » 27/10/2005 17:37

קרעמער זיי נישט אזוי נעסטי, האסט שוין געשאפט פון די צוויי ארטיקלן[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 27/10/2005 17:41

אין אידיש הייסט דאס 'קאנסטיפעיטעד'. נישט 'נעסטי'.

א געלעכטער אין א זייט; איך זוך נאך קעש.

התאחדות » 27/10/2005 17:49

יישר כח

קרעמער » 27/10/2005 17:58

איך האב גענומען דיין 'יישר כח', אריבערגעגאנגען צו מיין באנק (אוי, באלד וועט איר פרעגן: אין וועלכן באנק האלט איר אייער געלט? וואס איז אייער אקאונט נומער?), און זיי האבן מיר נישט געוואלט געבן קיין גרינע דערפאר.
[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 27/10/2005 17:59

ביטע ווען איר שרייבט צו מיר רעדט נישט צו איר, און צו אייך אויך נישט, אפשר אייער וועל איך צולאזן

קרעמער » 27/10/2005 18:01

וואס? צולאזטע אייער?

וועסט באמערקן אז איך האב געשריבן 'דיין' יישר כח. נישט 'אייער'.

דאס וואס איך האב געשריבן 'איר', ווייל איך האב דאס געשריבן פאר אייך אלעמען, און ווען מען רעדט צו א רבים, זאגט מען נישט 'עטץ' נאר 'איר'.

התאחדות » 27/10/2005 18:08

אה איך האב דיר שוין געזאגט ערב יום טוב אז איך מוז זיין א אונגארישער, יעצט כאפסטו יא? וואס?

קרעמער » 27/10/2005 18:31

דו האסט מיר געזאגט? אפשר געשריבן. איך ווייס נישט אויב שרייבן הייסט גערעדט (דאס ווענדט זיך אויך אין די אלטע חקירה לגבי די מאס רייד וואס א מענטש האט, אויב עס נוצט זיך אויס דורכן שרייבן, לכאורה נישט).

התאחדות » 27/10/2005 18:44

היי, דאס האט לכאורה נישט צוטאהן מיט די חקירה, לו יהא אז עס נוצט זיך נישט אויס די מאס רייד, איז נאך דא א מקום לומר אויף געשריבן געזאגט, ווייל די מטרה איז דאך די זעלבע, אז דער צד שכנגד זאל וויסן וואס איך וויל איהם מודיע זיין, חוץ מזה וואס דא אין קרעטשמע רעדט מען דאך יעדער פנים אל פנים -אזוי האף איך לפחות- איך שטעל זיך פאָר אז דו בראַכסט נישט מיט אלע טאג א נאָוטבוק

תוקן על ידי - התאחדות - 27/10/2005 18:51:47

קרעמער » 27/10/2005 19:29

איך ברענג מיר מיט מיין לעפטאפ, און אזוי רעדן מיר. פארשטאנען?

התאחדות » 27/10/2005 20:26

מ. ב. קרעמער, דו זעסט אויס לויט די תגובה אביסל אנגעצויגן, מה קרה, אולי אני יכול לעזור לך?

קרעמער » 27/10/2005 20:28

איך בין בכלל נישט אנגעצויגן... דו ליינסט דאס אנגעצויגענערהייט, קוקט דיר אלעס אויס אנגעצויגן... כמבואר לעיל לענין נעסטי ובייז.

התאחדות » 27/10/2005 20:46

איך זעה טאקע אז דו האסט באקומן פון דעם ארטיקל "צייט" דו גיבסט אזוינע שנעלע תגובות, אוודאי ביסטו נישט אנגעצויגן

whats_up » 27/10/2005 20:47

צוויי חברה האבן זיך אנגעקלעבט איינער און צווייטן ערב סוכות אנפאנג איז נאך אלעס געגאנגן מיט א שמייכל אבער לעצטענס שרייבט מען זוך שוין אביסל נעסטי
קרעמער ווען די ביסט געווען מנהל וואלסטו זיכער שלום געמאכט אפשר ווילסטו ווערן צוריק מנהל?

התאחדות » 27/10/2005 20:51

וואטס דאון דו קענסט דיך אויך צוקלעבן, חוץ מזה האט קרעמער געגעבן א אידישע ווארט פאר נעסטי, אויב ווערט ער צוריק מנהל האב איך מורא אז ער וועט דיר חוסם זיין, אזוי ווי דו האסט אוודאי געבעטן ביי נעילה וחסום לחיים טובים
בלאט: 1 2