"קוטשמע סעזאן אנגעפאנגען"
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1623984
איך האב יעצט געזען אויף ווילסאן סט. א איד שפאצירן מיט א "קוטשמע"
אט דעם איד האב איך געזען צינדן חנוכה ליכט אין זיין סוכה אויף אן אנדער געסל...
לדעתי אויב דער דיין וועט מסכים זיין צו מיין דעה, האלט איך להלכה למעשה אז מ'זאל אנטוהן און אויסטאן (ביטע מיר נישט פארהאלטן אויפן טויש פונם שרייבן אידיש ווייל איך שרייב כסדר וויאזוי ס'שמעקט מיר) די קוטשמע ווען מ'רוקט די זייגער, הגם ס'טוט זיך יעצט ווען מ'זאל רוקן דעם זייגער זאל מען לכאורה רוקן די צייט פון די קוטשמע.
נו איז דא אנדערע וואס האלטן אנדערש
די חוליק איז נאר אז דער וואס צינד חנוכה ליכט אין די סוכה איז א שלעפער; און דער וואס גייט שוין מיט א קוטשמע איז א זריז.
פארוואס א שלעפער א איד וואס צינדט שוין חנוכה ליכט איז א גרעסערע זריז וואו איינער וואס גייט שוין מיט א קוטשמע ווייל ער האט נעכטן עס איבערגעלאזט אין שוהל צוויי אזייגער נאכמיטאג ווען זיין ווייב האט איהם שוין געקאלט צום 100דערטסן מאל אז זי דארף איהם עימערג'נסי, און ער האט פארגעסן אנצוטוהן זיין ברייטן הוט, האט ער זיך בארעכנט אנצוטוהן די קוטשמע פארשטייסט?
קען זיין אז די טייטשט אויס "קרעמער'ס" תגובה אנדערש ווי מיר; איך האב פארשטאנן אז חנוכה האט ער נאכנישט צונומען זיין סוכה.
תוקן על ידי - sushi123 - 17/10/2005 19:22:20
אה כהאב נישט געכאפט, אפשר ביסטו גערעכט
איך האב גערעדט פון די לייטער סוכה אדווערטייזמענט. פרעג לייטער אויב דאס איז ווירקליך פארגעקומען אום סוכות אדער אום חנוכה [בילד – נישט אפגעהיט]
קרעמער איך האב געמיינט אז דו האסט שוין נישט קיין צייט צו קיין צייטונגען, דאס איז דאך נישט פון אלץ קינד[בילד – נישט אפגעהיט]
איין צייטונג זעה איך יא, דאס איז די 'בולעטין' וואס מען שטופט מיר אריין אין פאסט-קעסטל אומבאצאלט.
דארפסט דיך נישט אלעמאל פארענפערן, איך ענפער אויך נישט אלעמאל איך האף אז דו קוקסט אמאל איבער די געהענגליך קענסטו זעהן אז נישט איבעראל שטופ איך מיר אריין די נאז
איך אויך נישט. איך שטופ געווענליך אריין מיין נאז נאר אין א טישו.
בדרך אגב איך האב אמאל געהערט א גוט ווארט פון א בעל דרשן זאגט ער אזוי: יעדע זאך האט ביי יעדן אן אנדערן משמעות, לדוגמא זאגט ער (דער בעל דרשן) דריי מענטשן גיבן א ניס אין פראנט פון מענטשן איינער דרייט זיך אוועק און נעמט א טישו און ווען ער דרייט זיך צוריק פארענפערט ער זיך אזוי איידילערהייט מיט א רויט פנים [בילד – נישט אפגעהיט] (אפשר די איך ווייס נישט [בילד – נישט אפגעהיט]) נו "א מענטש איז דאך נאר א מענטש", דער צווייטער דרייט זיך נישט אוועק ער נעמט נאר ארויס די טישו בפני כל קהל ועדה און בלאזט זיך אויס די נאז און זאגט "א מענטש איז דאך נאר א מענטש", דער דריטער משא"כ (דער בעל דרשן האט עס ארויסגעזאגט, איך האב נאר נישט קיין סאך צייט -איך דארף שוין לויפן ביז דריי אדער פיר מינוט- שרייב איך עס מיט ראשי תיבות) באמיהט זיך בכלל נישט צו נעמן קיין טישו נאר ער בלאזט אזוי בפני וויאזוי הייסט עס און ער שלעפט ארויס די ארבל פון אונטערן רעקל און ער ווישט זיך אפ די וואנצעס און ער זאגט (דער דריטער מענטש) אזוי איידילערהייט "א מענטש איז דאך נאר א מענטש"
נו וואס האלט איר איבער די קוטשמעס
איך מיין אז מען זאל עס איבער לאזן פאר נאטורליך
תוקן על ידי - sushi123 - 27/10/2005 18:26:25
וואס?! נאטורליך זאל באקומען אלע קוטשמעס?
ווייסט איינער ווער עס האט אויס גע'טרויפען די קוטשמע
(א שאד עס איז נישט דא א מענטשעלע מיט א קוטשמע) אפשר די[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי - sushi123 - 02/11/2005 20:18:20
וואס הייסט ווער? ביסט אפשר א נייער אין די קרעטשמעס?
אלעקס, יאנוש, ניקאליי א.א.וו. ווייסן צו זאגן אז זייערע עלטער-עלטער זיידענ'ס עלטער-עלטער זיידע האבן זיך שוין דערווארעמט מיט די קוטשמע אין די פראסטיגע ווינטער טעג.
ס'שוין הונדערטער יארן אזוי... פרעג דיך נאר נאך ביי אונז אין דארף, וועסטו שוין הערן...
סאשי
איינער האט אמאל צוגילייגט נאך א הענט צו אים[בילד – נישט אפגעהיט] אויף די אנדערע זייט איך געדענק נישט ווער אפשר קען ער אים אנטון א קוטשמע
דא האסטו איינס מיט א שטריימעל...
[בילד – נישט אפגעהיט]
...אין איינס מיט א ביבער הוט.
(קרעדיט: hatzolahtalk.com, דערווייל האבן זיי נאכנישט מיט א קוטשמע)
[בילד – נישט אפגעהיט]
אט האט איר "יאנוש" מוט זיין קוטשמע
[בילד – נישט אפגעהיט]