היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » עס הערשט א מאנגל אין די צוויי ארטיקלן

עס הערשט א מאנגל אין די צוויי ארטיקלן

17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1624021

קרעמער » 17/10/2005 06:21

צייט און קעש!

וואו איך גיי און וואו איך שטיי זעה איך מענטשן פאריאגט און פארפלאגט, מען לויפט מיט שטעכעדיגע לולבים מיט געלע און האלב גרינע אתרוגים, מיט געדריפעלטע הדסים און ערבות וואס האבן שטארק רויטע ריטלעך אויף איין זייט. דער איז פארטאן מיט זיין שלאק, דער מיט זיין שלאקטע, איינער לויפט מיט א צוויי ביי פיר פיסיגע ברעט, און דער אנדערער לויפט מיט א ברעט אויף אלע זיינע פיר. איינער לויפט צום דיין מיט א לולב, דער אנדערער לויפט צום עי.טי.עם. מאשין מיט זיין אתרוג, זעהט אויס ער וויל עס איינקעשן... שעפעלע, דער עי.טי.עם. וועט דיר נישט רעכענען דערויף מער ווי א לימענע... גיי ענדערש צום אפלייענס געשעפט, קויף דיר א שרויף, דריי עס אריין אין דעם פיטום און הענג עס אויף אויפן דאך פון די סוכה, זאלסטו כאטשיג שפירן דעם גערוך דערפון א גאנץ סוכות. הגם גרינע קעש שמעקט עטוואס בעסער.

איך דריי זיך ארום אנע קאפ, א טאש אנגעפולט מיט טשעקס, בלי שום גוזמא כמעט א מיליאן דאלער (מיט א בית), אבער אז עס איז נישט גרין איז עס גארנישט ווערט, כ'מיין נישט ממש גארנישט, מען קען דאס נוצן פאר אשר יצר פאפיר, אבער נישט פאר קיין וויכטיגערע צוועקן, בפרט יעצט ווען עס איז אויסגעפאלן פונקט ערב יום טוב שבת ראש כיפור יום השנה גדליה אזוי ווי היי יאר ווען צום ימי עשרת איז צווישן שובבים רבה און הושענא זאת קטן א וואך פאר פורים בטבת תענית און גלייך נאכדעם קומט שוין מוצאי בה"ב שמחת עצרת תורה מתן אוי איך בין שוין אביסל פארפארן, איך האב ווייזט אויס צי פריה מקיים געווען דעם מצות עשה וואס שטייט אין אלע דריי היימישע צייטונגען געספאנסערט דורך קדם אז מען מוז טרונקן צוויי גלעזער וויין צוויי מאל א טאג פסח שבועות און סוכות.

האט מיר א פרייליכן יום טוב און גרינע קעש מיט אסאך צייט.

תוקן על ידי - קרעמער - 17/10/2005 6:21:12

התאחדות » 17/10/2005 16:41

אפשר האסטו זיך צוגעכאפט צו יאגעלע מיט די וויין, פארוואס קריכען אין פרעמדע פעלדער אין די צייטונגען ווען מ'קען האבן ביי אונז אין קרעטשמע אביסל אלכוהול

קרעמער » 17/10/2005 17:53

גלייב מיר אז זינט איך בין פארנומען מיטן אויפהאלטן די קרעטשמע, קום איך נישט אן צו ליינען קיין צייטונגען. איך געדענק אבער די קול קורא'ס איבער די וויין געטרונקעריי פון מיינע קינדערישע יארן (ווען איך פלעג עס נאך מקיים זיין).

התאחדות » 17/10/2005 18:41

אה אבער איך האף אז אין קרעטשמע פארשעמסטו נישט די וויין, מסתמא איז נאר דא מבושל ווייל ווער ווייסט ווער עס קען דא אריינפאלן אין קרעטשמע
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 17/10/2005 18:57

וואס רעדסטו? מיר האבן א משגיח תמידי פון 'התאחדות'...
[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 17/10/2005 19:05

קרעמער איך לאך נאך איצט
נאדיר אזא 20 מאל ווען איך האב ווען פון די דאבעל שיק איך דיר עס גערן[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 17/10/2005 19:08

כ'האב הנאה פון דיר. היינט ביסטו אין א גוטע גיסטע. פארגינסט מיר גרינע קעש, פארגינסט מיר גרינע מענטשעלעך מיט ביידע פינגער ארויף.

וואס גייט דיר אזוי גוט היינט? פארקויפסטו התאחדות ציקער אויף סוכות אויך?

התאחדות » 17/10/2005 19:11

ניין ס'איז פשוט איך האב מורא אז איך קום אהן אהיים כאפ איך צוזאמען מיט די אשת חיל א נערווען צוזאמבראך, האב איך מיך אריינגעכאפט אין קרעטשמע צו ברייט מאכן די נערווען מיט א הייניקן אין מיט גאלדן וועדינג, איך האף אז אינדערהיים וועל איך האבן די זעלבע גיסטע, לויט די טעלפאונס וואס איך האב היינט שוין באקומען איז צרות מיט ביידע פינגערס אויף אראפ.

תוקן על ידי - התאחדות - 17/10/2005 19:16:28

קרעמער » 17/10/2005 19:27

ווייסטע וואס?

טראג אהיים א פלעשל גאלדענע חתונה... מעלד מיר די רעזולטאטן [בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 17/10/2005 19:32

דו ביסט שוין נישט באלעבאס די נייע באלעבאטים זאגן אז זי קען אליינס אראפקומען, זיי טאנען אז סיז נישט קיי טעק אוט

קרעמער » 17/10/2005 19:34

אלעס פיין און וואויל, אבער איך גלייב נישט אז זי האט יעצט 'צייט' אראפצוקומען.

אגב; ווער קלינגט דארט אין די בעקגראונד צום וויפלטן מאל?

התאחדות » 17/10/2005 19:35

איך קלער אז איך בין א אונגארישער ווייל צוויי מינוט בין איך געווען דערשראקן ווער ווייסט צו די הערסט מיך קלונגען דא פון מיין אפיס

קרעמער » 17/10/2005 19:38

איך מיין גאר אז דו ביסט א רוסישער (ליגנער) ווייל ס'זענען זיך נישט פארלאפן קיין צוויי מינוט פון מיין תגובה ביז דיין [בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 17/10/2005 19:39

קאם איין[בילד – נישט אפגעהיט]
כאפ מיר נישט ביים ווארט, חאראשא???

קרעמער » 17/10/2005 19:40

קאמעראד כאווער;

כ'מיין דיין האלבע שעה לויפט שוין פארביי. אלזא: יישר כח פאר די גוטע אונטערהאלטונג!!!!

איט וואז א פלעזשער!!!

קרעמער » 17/10/2005 19:45

מער צוויי מינוט זענען זיך פארלאפן און 'התאחדות' האט נישט צוריקגעשריבן... דאס קען מיינען איינס פון צוויי זאכען: 1) ער איז ענדליך אהיימגעגאנגען העלפן אין שטוב. [בילד – נישט אפגעהיט] 2) ער האט געכאפט דעם לאנג ערווארטעטן נערוון-צוזאמענבראך [בילד – נישט אפגעהיט].

לאמיר אים אנוואונטשן א רפואה שלימה (אויב עס איז נומער 2), און אסאך הצלחה (אויב עס איז נומער 1).

נאכאמאל:

עס איז געווען א געוואלדיגע הנאה און פארגעניגן אייך צו האבן אין די קרעטשמע אין די אנגעצויגענע ערב יום טוב מאמענטן!!!

א גוט יום טוב

התאחדות » 17/10/2005 19:49

עה איך האב פשוט געשריבן אן אנדערן תגובה אבער דאס איז שוין די לעצטע איך גיי שוין, נישט אהיים נאר דעקן די באנק, אויף דעם דארף איך באלד מער הצלחה חג כשר ושמח צום ווידערזעהן אין די סוכה