היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » וואס נאך גייט מען פארקויפן?

וואס נאך גייט מען פארקויפן?

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1624681

whats_up » 17/10/2005 16:45

היינט אין בית המדרש האב איך געזען אז מען פארקויפט רינגעלעך פאר די לולבים עס איז געלוגן אין א באקס און עס איז געווען ארויף געשריבן אויף די באקס "פיר רינגלעך פאר איין דאלער" איך האב נישט געקויפט ווייל איך לייג נאר דריי און איך האב נישט געוויסט וויפיל ער דארף פאר דריי
איך וויל וויסן ווען מען גייט אנפאנגען צו פארקויפן די וויין מעל צוקעך האניג און וואסער (אפשר האב איך עפעס אויסגעלאזט) וואס מען הענגט אויף די סכך

התאחדות » 17/10/2005 16:51

מ'פארקויפט שוין דאס אפאר יאר

קרעמער » 17/10/2005 17:56

נעכטן אום עלף אווענד געזען ביי 'טויס-4-U' אזעלכע באטעלעך פון וויין/אויל/מעל/וואסער/האניג פאר פינעף דאלער!!!

nafcha » 20/10/2005 15:11

רינגעלעך פאר די לולבים פארקויפט מען שוין זינט איך בין געווען א קליין אינגעל, און די וויין, אויל, וכו' פארקויפט מען שוין עטליסט צוויי יאר, אזוי אויך פארקויפט מען שוין היינט צוטאגס די צען ברעקלעך פאר פסח.

אגב, איך מיין אז מפירט זיך ארויפצולייגן דריי רינגעלעך אויפן לולב, און א פערדע אונטן אויפן קיישעלע.

whats_up » 21/10/2005 00:42

איך האב נישט געוויסט אז איך בין אזוי צוריקגעבליבן
איך ניץ נאר דריי רינגעלעך און די קיישעלע לייג איך אריין אין א אנדערע קיישעלע אזוי האלט זיך עס צוזאם

יאמאמיי » 21/10/2005 16:35

שטערט דיר אז א יונגעל וועט מאכען א דאלער ?