היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » only in Lakewood

only in Lakewood

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1649157

Konyak_101 » 1/11/2005 00:13

קרעמער » 1/11/2005 02:23

העי;

מיט דיר בין איך גראדע היימיש - קאניאק, אדער ווי מען פרעגט דיר רופן אין דער אלטער היים "קנאק-יאנקל"... מיר פלעגן זיך טרעפן יעדן טאג גלייך נאך שחרית... איך פלעג זיך ארויפווארפן דעם האלב-צוזאמגעלייגט טלית'ן אויפן אקסל, און דיר ארויסגעשארט פונעם באהאריגטן טלית-בייטל... אנגעשיט א גלעזל צוויי (פארשטייט זיך: נישט די רשעים-גלעזלעך וואס זענען אויך באקאנט אלץ "ברוינפען קאפס"..) און מיר פלעגן זיך באגעגענען אין מאגען... אהההההההההההההה די טעם קומט מיר ממש יעצט ארויף אין מח!!!

עניוועי, דיין ערשטע תגובה דא איז געווען אזוי גוט, אז איינער א טערק האט זיך נישט געקענט איינהאלטן (כלשונו) און דאס גלייך געלייגט אין חדשות שמח"ת...

מסתמא וועסטו אונז ווייטער אויך ברענגן אזעלכע און ענליכע אינטערסאנטע זאכען.

KEEP UP THE GOOD WORK

לחיים טובים ולשלום!

זארעכפעפער » 1/11/2005 02:26

קרעמער;
'אנגעשיט'????????

קרעמער » 1/11/2005 02:35

אז דער דיין ... ... אלע חסידים

זארעכפעפער » 1/11/2005 02:38

קוידעמ א דאייען האט נישט קיין כאסידעמ.

דערנאך, איך האב דיר שוין געשריבן איינמאל, אז איך דאנק ג-ט אז כאב אין תחילת מיטאמאל געכאפט דיין קריטיק, ודי לחכימא...

וחסל

תוקן על ידי - פענסטער - 01/11/2005 3:46:47

נאטורליך » 1/11/2005 02:40

עס ווענט זיך וועלכער דיין. ביי מיר אין שטוב בין איך דער דיין ומו"צ און איך האב א פאר חסידים צו דער זייט.

נאטורליך » 1/11/2005 02:54

זאגט נאר, וויפיל מאהל מאכט זיך א שאלה'לע און איר פסק'נט אויפן ארט? שעהמ'ט זיך נישט מיט'ן ריכטיגען ענטפער.
איך בין זיך מודה, אינדערהיים ווייס איך אלעס, כל דבר הקשה גיב איך א קנייטש דער שטערען און באלד דערויף שפראצט ארויס א היתר.
אך און וויי וועט זיין ווען משה'לע וועט אינטערוואקסען און אנהייבען טרעפען א בפורש'ער מגן אברהם וואס קריגט מיט מיר..
צו דער גן עדן וועט קומען און דער באלאן וועט פלאצען. זאל איך שוין זארגען? דערווייל בין איך דער פוסק אחרון.

קרעמער » 1/11/2005 02:56

אנדערש ווי נאטורליך האב איך אן אנדערן דרך אין פסק'ענען שאלות ביי מיר אין שטוב.

איך האב געמאלדן די ערשטע נאכט: איך קען נישט קיין הלכות!

נעבן די נומער פון חברה הצלה ביים טעלעפאן, געפונט זיך די נומער פון בית הוראה. וד"ל.

זארעכפעפער » 1/11/2005 02:58

כאף האסט נישט געגעבן מיין נאמבער

קרעמער » 1/11/2005 02:59

דו האסט נאך צייט צי זיצן אין בית הוראה אויכעד? נאך די אומצאליגע שאלות וואס מאכן זיך דא אין די קרעטשמע?

נאטורליך » 1/11/2005 03:01

ביי מיר האט דאס געברענגט גיטע רעזולטאטען, אפילו א שוועגערען האט מיך שוין אמאהל גערופען אז דער מילעכיג לעפעל איז אריין געפאלען אין פליישיגען סינק, וכדת מה לעשות.
איך פאסקע אלעס פון הלכות אלף ביז תיו און דער אייבערשטער האלט די רעכטע האנד.

not2bz » 1/11/2005 03:23

דערמאנסט מיר אמעשה

אינער האט אמאל פארגעלערנט א שיעור און הלכות בשר בחלב און ער זאגט דארט אז אויב עס פאלט אריין א מילעכיגע לעפעל אין א פליישיגע טאפ אויב עס איז דט זעכציג מאל אזויפיל איז עס כשר און די זעלבע פארקערט

איז דארט געזוצן א איד און ער געט א פרעג וויאזוי קען א טאפ אריין פאלן אין א לעפעל

זארעכפעפער » 1/11/2005 03:29

קרעמער, דיין פראגע דערמאנט מיר א באקאנטע מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט ביי דעם גרויסן גאון דער טשעבינער רב זצ"ל:

א מאמע האט אמאל געשיקט א קינד 'שבת נאכמיטאג', פרעגן דעם טשעבינער רב עפעס א שאלה. נאך וואס דאס דער רב האט געענטפערט דעם קינד אויף זיין שאלה, ווענד זיך דער רב צום קינד און פרעגט אים:

זאג נאר, איז דיר נישט איינגעפאלן אז ס'איז שבת נאכמיטאג, און אפשר האב איך זיך אביסל אראפגעלייגט כמנהג העולם???

ניין!!! – ענטפערט דאס קינד בתמימות – ס'איז מיר גארנישט איינגעפאלן אז א רב שלאפט אויך שבת נאכמיטאג.

מ'זאגט אז זינט די פאסירונג האט זיך דער טשעבינער רב זצ"ל מער נישט אראפגעלייגט שבת נאכמיטאג. כך שמעתי.


פישפקלדיין » 1/11/2005 03:37

א געוואלדיגע עובדא פון טשעבינער רב

ואני הקטן, זייט איך האב געהערט די מעשה פיר איך מיר מקפיד צו זיין און זיך אראפ לייגן שבת נאכמיטאג, איך בין דאך נישט קיין רב......

זארעכפעפער » 1/11/2005 03:41

שלעמאלייכעמ א ייד פון פישפיקלאדיין

קומט אריין, מאכט אייך היימיש, זעצט אייך אנידער, יאנוש וועט אייך שוין דערלאנגען א גלעזל שנאפס פאר א לחיים.

לחיים... לחיים...

נא, וויאזוי גייט עס?
זענט איר אויפן וועג "קיין" פישפיקלאדיין, אדער אויפן וועג "פון" פישפיק לאדיין?

פישפקלדיין » 1/11/2005 03:52

יא דערוויל בין איך אויפן פרשת דרכים, ביי מיר שטייט: פישפיש ולא מצא

זארעכפעפער » 1/11/2005 03:56

נו, אז ס'איז 'פישפש ולא מצא' אין וואס דען זענט איר דאס תולה?

פישפקלדיין » 1/11/2005 04:02

תולה בדעת אחרים

קרעמער » 1/11/2005 05:26

כ'האב א געוואלדיגע הנאה אז דער חשוב'ער דיין האט געהאט מיט וועמען צו רעדן ווען איך בין געגאנגען צו דעם טעגליכן קהל'ס מיטינג... און נישט סתם איינער, נאר גאר א קרוב זיינס: דער פשפקל'דיין!

התאחדות » 1/11/2005 17:39

א גוט מארגן? כאשיווער דאיען

איך פיר מיך אזוי ווי נאטורליך און איך פאסקען אלע שאלעס ביי מיר אינדערהיים, איך האב געקענט באשטיין צו באקומען א יארע יארע פונעם דאיען, עדעראבע זאל מיך דער דאיען שטעלן צום פארהער

קרעמער » 1/11/2005 18:14

התאחדות;

לאמיר דיר פארהערן (נישט אז איך קען יא, אבער איך וועל פרעגן א שאלה, און דו וועסט ענטפערן, און דער דיין וועט איבערקוקען... כאילו ער קען יא שששששששש):

מרת קרעמער באקט היינט קאקאש קעיק.

רופט זיך מיר אן און פרעגט אויב זי ברויך אראפנעמען חלה פון א דריי פונטיגן מיירע.

אויב דער ענטפער איז "יא", דאן איז די שאלה: מיט אדער אן א ברכה?

נאך א שאלה:

זי האט אראפגענומען א שטיקל טייג (לויט ווי איך האב גע'פסק'נט כהוראת נאטורליך אז הכל תלוי לפי ראות עיני הבעל) און עס איז געווען צי גרויס, פרעגט זי ווייטער אויב מען מעג אראפנעמען דערפון א שטיקל, אדער כיון דאיפליג איפליג און עס איז שוין חלה?

זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ.

התאחדות » 1/11/2005 18:36

מ.ב.קרעמער
אראפנעמן אהן א ברכה
שיר נישט האב איך געמיינט אז דו ביסט דער כאשיווער דאיען און דו האסט פארגעסן צו טוישן דיין ניק, ווען נישט...[בילד – נישט אפגעהיט]

פארברענגן » 8/11/2005 18:53


Hey everyone



You gotta love the Jews.

This guy makes a daily recording in Lakewood, where the CHEAPEST gas can be purchased!

Call [טעל. נומער אוועקגענומען] right away

This is an opportunity that you can NOT afford to miss!






תוקן על ידי - פארברענגן - 08/11/2005 18:53:12

קרעמער » 8/11/2005 18:58

און אויב האט איר נישט קיין אומזיסטיגע לאנג דיסטענס... דאן וועט אייך דער טעלעפאן קאל קאסטן מער ווי די געז וואס איר וועט שפארן.