היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » רוקן די זייגער

רוקן די זייגער

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1649234

התאחדות » 1/11/2005 01:47

נו ווי אזוי איז דורך די טויש?
ווען האט איר גערוקט די זייגער פאר 2 אדער הערשט צופרי אדער גאר זענט איר אויפגעווען ביז 2 און יעמאלט צוריק געריקט דעם זייגער.
מיין שוויגער לאזט נישט רוקען דעם זייגער אין קאך, ווייל אזוי פארדינט זי כסדר א שעה[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 1/11/2005 02:32

איך האב נאך - צוליב א סיבה - געריקט די זייגער'ס ביינאכט.

דיין שוויגער דערמאנט מיר (צווישן אנדערע) פון מיין ברודער וועלכער האט א משוגעת אז אלע זיינע זייגער'ס לויפן פאראויס... איינס מיט פינעף מינוט, די אנדערע מיט צען מינוט, די אנדערע פופצען... און אזוי ווייטער ביז די לעצטע זייגער ווייזט די ריכטיגע צייט!!! [פון די מארגענדיגע טאג].

not2bz » 1/11/2005 03:26

ב"ה עס איז גוט אדורך

איך האב גערוקט מיין וועקער זייגער פארן גיין שלאפן
(איך געדענק שוין נישט וויפיל אזייגער)

gishmoker » 1/11/2005 07:32

קודם האב איך פארדינט א שעה אין קרעטשמע.
נאך א שאשקע ביר איז א קלייניקייט?

התאחדות » 3/11/2005 01:17

נו רבותי איך ברענג ארויף דעם טישל צום אויבערפלאך,זאלן דאס די נייע כאוויירים דאס זעהן און ענפערן, אולי אין דארף רוקט מען נישט דעם זייגער