וואאאס? גיטין?
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1649282
איך האב היינט פארטאגס אנגעפאנגען א נייע שיעור אין מס' גיטין (פארוואס פונקט דעס? ווייל אזוי האט מיין חבר געוואלט) איך קום אהיים נאכן דאווענען און מיין ווייב פרעגט מיר נא וויזוי איז עס געגאנגען? (ווי גלייך אויב איך וואלט געהאט עפעס א קשיא וואלט זי מיר געקענט ענטפערען) איך זאג איר ב"ה פיין פרעגט זי וועלעכע מס'? האב איך איר געענטפערט גיטין איז זי געווארען באליידיגט אין זי געט מיר א פרעג וואס? די ווילסט מיר געבן א גט? פרעג איך איר וואס מאכט דיר אזוי טראכטן? פרעגט זי פארוואס דען לערענסטו פונקט די מס'?
האב איך מיר גענומען לאכן פרעגט זי מיר פארוואס לאכסטו? האב איך איר געטרייט מסביר צו זיין אז עס האט גארנישט איינס מיטן צווייטן און מען דארף עס לערנען פונקט ווי די הלכות וואס איך לערן מיט איר פון צייט צו צייט אבער זי זאגט אז זו פארשטייט נאך נישט און זי האט מיר געבעטן איך זאל אויס וועלן א אנדערע מס'
איך האב נישט געהאט היינט די געלעגנהייט צו פרעגן מיין חבר וועלעכע מס' ער וויל לערנען סאו מארגן גייען מיר נאך לערנען גיטין
אבער איך וויל ענק פרעגן וואס זאל איך טון זאל איך טוישן מס'? אדער ווילט עס מיר ארויס העלפן וויזוי איך קען מסביר זיין פאר מיין ווייב אויף א אופן אז זי זאל מיר לאזן לערנען מס' גיטין
פרעג איר צו מס' מכות לאזט זי דיך יא לערנען???
איך וויל איר נישט נאכאמאל באליידיגן
זאג איר אז ס'איז זייער א שווערע מסכתא, און מען ווערט געוואר אז עס איז גארנישט אזוי פשוט, עס איז נישט גרינג
יעצט שטעל דיך פאר אז די פרויען וואלטן ווען געלערנט גמרא, נאך איין מזל, אל תטוש תורת אמך, זאלן זיי בלייבן ביים הקדיחה תבשילו
איך וועל דעס טרייען
אדער זאג איר, מסכת גיטין איז וויאזוי צו פארמיידען א גט, איך קען אינגעלייט וואס טאקע דערפאר לערנען זיי נישט אזעלכע גמרות, צו פארמיידען אומאנגענעמליכקייטען.
פאר דעם שטייט דאך אז מסכת גיטין קומט פאר מסכת קידושין
להקדים רפואה למכה
פישפקלדיין קוים אנגעקומען און שוין ארויס געהאלפן א איד
איך האב יעצט אראפ געלייגט די טעלעפאן מיט איר און איך האב איר געזאגט ביידע תוריצום זי זאגט אז מארגן קען איך עס נאך לערנען זי גייט זיך איבער טראכטן
דיין ווייב איז א קלוגע
זי פארשטייט יא אן עסק.
ונשלמה פרים שפתנו, מיט דעם וואס מען לערנט עס איז שוין כאילו מען איז עס מקיים, [אזויווי ביי קרבנות,] און מ'וועט נישט דארפן קומען דערצו בפועל חלילה. [אנדערש ווי קרבנות...]
קענסט איר עס זאגן [באט נישט די איינגערינגלטע...], דברים מתיישבים על הלב
גראדע ווערט געברענגט (...) אז לערנען אן ענין פארמיידט די פראבלעמען, ממילא זאג איר אז ס'וועט זיך נאר לוינען, איך האב אמאל געזעהן אז סיצרות האב איך דורך געלערנט מס' גיטין אין איין וואך, און סיהאט געהאלפן.
אוי וויי התאחדות... עס איז דא נאך עצות אקעגן פראבלעמען און צרות (פרעג מיר אין אישי).
אגב, עס איז באקאנט אז דער חת"ם סופר ווען ער האט געלערנט חולין מיט די תלמידים האט ער געפאסט א טאג ממתיק צו זיין די דינים, ווייל אויב נישט האט ער מורא געהאט פון מגיפות, ווייל הקריאה מעורר.
עפעס געדענק איך אויך אז אמאל איז געווען א שפל המצב אין פרנסות, האט א געוויסע רבי געהייסן מען זאל לערנען אין זיינע מוסדות מסכת שבת, לוו עלי ואני פורע.
אויך איז דא וואס האלטן אז מען זאל נישט לערנען מס' מו"ק פרק שלישי אדער הל' אבילות מהאי טעמא וואס ברית כרותה לשפתים.
דער כלל ביי דעם איז אפשר מאן דקפיד קפדינן בהדיה וכו'.
מ.ב.קרעמער
נאך א מזל אונז האמיר דא איןקרעטשמע אזא טאלמיד כאחעם ווי דו, דו טרעפסט אייביג מקורות אויף מיינע דרשות[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט] איך ווייסט נישט וואס נאך צו לייגן אפשר דאס[בילד – נישט אפגעהיט]
איך וויל מיך באדאנקען פאר אלע עצה געבער
מיין ווייב איז שוין מסכים אז איך זאל מס' גיטין אבער מיין חבר זאגט אז ער מיינט אז מיין ווייב קען נאך אלץ באשטיין איך זאל טוישן מס' און אויב איך וויל קען ער באשטיין צו טוישן אבער איך זאל זאגן וועלעכע מס' צו לערנען
וויל איך ענק פרעגן וועלעכע מס' זאל איך לערנען
דו מוזט עפעס טוישן? "זאג" אז דו האסט געטוישט, דעטס איט
זאג איר אז דו גייסט לערנען קידושין... דאן וועט זי מער מורא האבן אז דו וועסט נעמען א 'צרה' אויף איר קאפ ארויף...
מ.ב.קרעמער
דו מיינסט קידושין אדער יבמות
בדרך אגב איך האלט איצט אינמיטן יבמות
התאחדות;
קען איך דיר פארהערן יבמות? וואו האלטסטו?
סוגיא דאשת אח
קרעמער, פארהערען קענסטו. די שאלה איז אויב ער וועט בלייבען מיט די צינג אינדרויסען אדער נישט.
געשמאקער;
ווער האט דיר געפרעגט?
די צווייטע משנה נו הייב אהן
שיר נישט פארגעסן מ.ב. קרעמער