בילדער פון די מיטגלידער
123 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1652333
האט נישט מורא, איך גיי נישט אויפדעקן קיינעם'ס אידענטיטעט... עס שאדט אבער נישט צו זעהן עטליכע פון די חשוב'ע קרעטשמע ארבייטער וואס באדינען דעם עולם אזוי געטריי א גאנץ יאר רינדעכיג.
צוערשט האט איר דא א בילד פון יאנוש אום זוממער:
[בילד – נישט אפגעהיט]
יעצט כאפט א בליק אויף דעם טיפש אלעקסיי...
[בילד – נישט אפגעהיט]
און דער גרויזאמער איוואן:
[בילד – נישט אפגעהיט]
לאמיר נישט פארגעסן פון חיים חייקל:
[בילד – נישט אפגעהיט]
און נתן'ס בעיבעלע
[בילד – נישט אפגעהיט]
דא האט איר בילדער פון מיין קוטשמא קאלעקציע:
צוערשט די וואכענדיגע
[בילד – נישט אפגעהיט]
דאן די שיינע שבת'דיגע:
[בילד – נישט אפגעהיט]
יום טוב האב איך א ספעציעלע:
[בילד – נישט אפגעהיט]
קוים חיים חייקל האט אריינגעוואנדערט אין די קרעטשמע אין דער אלטער ארענדער האט שוין א צייכענונג פון זיין געשטאלט???
איך זע נישט דארט די אמפערס וואסער אויף מיינע פלייצעס, נישט איך בין דאס...
פון מיר האסטו נישט קיין בילד?[בילד – נישט אפגעהיט]
לויט גישמאקער איז נתן'ס בעיבי דער זעלבער ווי חיים חייקל
אוי כהאב פארגעסן מ.ב. קרעמער
האב געדולד חיים חייקל, עס זענען דא געוויסע סארט מענטשן פאר וועמען מען ווייזט נישט קיין האלבע ארבעט (חלילה... איך מיין נישט דיך).
==
דא האט איר מיין אלטע קוטשמע (עס האלט יעצט אויף 'אי-בעי' ביי זיבען מעלאנעס [עכטע])...
[בילד – נישט אפגעהיט]
און צולעצט. די נייע וואס מרת. קרעמער האט נארוואס געקויפט פאר צוויי גילדן ביי דעם פעדלער יאהאן:
[בילד – נישט אפגעהיט]
מ.ב.קרעמער ווען ביסטו געווען אין רוסלאנד איינהאנדלען די קוטשמעס
וואס? אין די פאר שעה האסטו שוין עספיעט צו נעמען פון חיים חייקלען אסאך צייכענונגען???
פארשידענע בילדער פון חיים חייקל דער וואסער טרעגער:
אין די יונגע יארן...
[בילד – נישט אפגעהיט]
אנטשולדיגט.. די פריערדיגע בילד איז נאך א שווארץ-און-ווייס בילד... אין יענע צייטן איז נאכנישט געווען אזוי איינגעריסן די 'קאלירטע' בילדער...
נאך איינס פון יענע צייטן:
[בילד – נישט אפגעהיט]
חיים חייקל ווערט אביסל עלטער... די עלטערן שעפן נחת וויאזוי ער גייט אין זייערע פוסטריט...
[בילד – נישט אפגעהיט]
די יארן לויפן... ער האט חתונה מיט זיין באשערטע (צוליב תקנות הפורום קענען מיר לייגן די חתונה בילדער, אט האט איר א בילד גלייך נאך די שבע ברכות):
[בילד – נישט אפגעהיט]
עס קוקט אויס ווי איינער פון די דארפס גנבים האט זיך פארגלוסט אין חיים חייקל'ס ביציקל... ווייל פון די שפעטערדיגע בילדער קענט איר זיך איבערצייגן אז ער האט ווייטער געשלעפט צופיס... (מיט אלע פיר דערפון...):
[בילד – נישט אפגעהיט]
נאכדעם וואס די ערשטע קינד איז געבוירן צו מזל און צו ברכה (מען קען באמערקן אז די בארד איז שוין לענגער געווארן):
[בילד – נישט אפגעהיט]
ארענדער, זעסטו דען נישט אז דער צייכענונג איז פון אונזער דארפ'ס ערל 'ניקאליי' וועלכער פארגינט מיר נישט אפי' א טרינק וואסער...
ווען איך ריש מיך זיך ארויסצולאזן צו די דערפער פרובירט ער מיר צו פארלויפן דעם וועג...
איך בין דאך א אידיש קינד מיט בארד אין פיאות...
תוקן על ידי - חיים_חייקל - 02/11/2005 23:05:00
אוי וויי. מיט פארדרוס טוען מיר מעלדן אז עטליכע בילדער זענען סתם אריינגעפאלן... זיי זענען געלעגן אין דעם זעלבן אלבום צוזאמען מיט די פנקס הקרעטשמע.. כ'האב פארזעהן... איך בעט אנטשולדיגונג.
==
א היסטאריש בילד פון חיים חייקל'ס פאטער דער אלטער וואסער טרעגער ר' גימפל געציל:
[בילד – נישט אפגעהיט]
אביסל א קלארערע בילד פון ר' גימפל געציל (טראצדעם וואס עס איז דא אויף די גאס גאר אן אנדער בילד פון אים... האט אבער די משפחה מעיד געווען אז דאס איז מער אויטענטיש, קראנט, און ארגינעל):
[בילד – נישט אפגעהיט]
עס פלעגן זיין שווערע צייטן... חיים חייקל פלעגט גיין איבער די גאסן פון שטאט (אויב מען קען דאס בכלל אנרופן גאסן) מיט א געבויגן רוקן...
(ווען ער האט באמערקט דעם פאטאגראפירער, האט ער זיך אויסגעדרייט... קען זיין אז ער האט געוואלט ווייזן זיין שיינעם אנצוג):
[בילד – נישט אפגעהיט]
אבער... די גוטע צייטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען. דא קענט איר זעהן די גאנצע פירמע "חיים חייקל'ס וואסער טרעגעריי" מיט אלע אירע צוגעהערן
[בילד – נישט אפגעהיט]
מ.ב.קרעמער
אוואס יעסט א בילד פון התאחדות
זונדל דער פיש כאפער
[בילד – נישט אפגעהיט]
יורי דער אונטער-שמש פונעם ראש הקהל (ער דערמאנט אביסל יאסעלע גולם)
[בילד – נישט אפגעהיט]
אלעקסיי דער בעל עגלה
[בילד – נישט אפגעהיט]
צולעצט === אחרון אחרון חביב
דער גראף!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
[בילד – נישט אפגעהיט]
אה יישר כח מ.ב.ק.ב.
דאס איז די ריכטיגע בילד פון גראף
איך מיין אז דו זאלסט דאס צולייגן אויף אלע זיינע טישלעך
ששש... שטיל... שטיל...
דער 'גראף' שלאפט...
עפשער איז יעצט עפעס א גוטע געלעגנהייט צו מאכן א סוף - איינמאל פאר אלעמעל - פון דעם גרויזאמען 'גראף'???. אזוי ווי די צדיקת 'יהודית' האט געטוען ביי נס חנוכה.
אבער שנעל, שנעל, ווייל אט... אט... וועקט ער זיך אויף!
דער פראבלעם איז אלעמאל קוקט אויס אז ער שלאפט
חיים חייקל;
ברענג אהער דיין האק... מצוה לשמוע דברי חכמים!
מ.ב.ק.ב.
נישט חיים חייקל נחמן נטע איז דער האלץ האקער, אזויפיל נישט צו וויסען??????????????????????????????[בילד – נישט אפגעהיט]
א.ב.ג.ד.ה.ו.ז.ח.ט.י.כ.ך.ל.מ.ם.נ.ן.ס.ע.פ.ף.צ.ק.ר.ש.ת. התאחדות;
איך וויל דיר בעטן ברבים: הער אויף צו שרייבן די נארישע אותיות... "מ.ב.וכו'".
איך וויל נישט דארפן נאכאמאל בעטן.
מיין באליבטער קרעמער באטשי
וואס ארט דיך דאס???[בילד – נישט אפגעהיט]
און וואס הערט זיך בכלל מיט דיין טעות, אלעמאל ווען מ'כאפט דיר ביי א טעות טרעפסטו שוין א וועג זיך ארויסצודרייען
תוקן על ידי - התאחדות - 08/11/2005 3:24:03
קרעמער;
האסט פארגעסן "ץ".
התאחדות;
קודם כל האף איך אז דו ביסט שוין אהיימגעגאנגען (אין די בעק אוו מיי מיינד האב איך שוין געהערט א 'מייק' קאר ארומפארן דיר אויפזוכן... אדער איז דאס געווען א 'מייק' בלומבערג קאר...).
שנית, די טעות איז נישט אזא גרויסע, ווייל חיים חייקל מיט נחמן נטע זענען מחותנים (בזיוג ראשון, ביי זייערע שטוף קינדער, א גאנצע אריכות, נישטא קיין צייט יעצט אויסצורעכענען די גאנצע יחוס זייערע, ס'איז אפגעשריבן אין פנקס הקהלה) און מפעם לפעם קען חיים חייקל ארויסהעלפן נחמן נטע'ן מיט די האלץ העקעריי.
==
פענסטער;
איך קען נאר איבער'חזר'ן מיינע רייד צו דיר אין אן אנדערן אשכול:
א שאד! א שאד! אזא גוטען קאפ!... זעץ זיך לערנען...
התאחדות בעט זיך זייער שטארק אז איך זאל אפירזוכן עפעס בילדער פון אים...
איך האב פרובירט אביסל, זאגט מיר אויב עס קוקט טאקע אויס ווי אים...
[בילד – נישט אפגעהיט]
אוי קרעמערל קרעמערל וואס וועט זיין די תכלית?
קודם בין איך דיר נישט מקנא!
פון וואנעט האסטו געשאפט מיין בילד?
און אויב שוין יא צו וואס האסטו מיר אויסגעטוהן מיין יארמולקע?
וואס האב איך דיר שלעכטס געטוהן?
אבער הער אויס איך לאך נאך אלץ!!!!!!!!
נאדיר אזאנס
[בילד – נישט אפגעהיט]
סאכדעס'ל;
ער האט דיר דאס קאפל נישט ח"ו אויסגעטאן, דאס איז דאך דו אלץ בעבי....
הא הא אוי ביסטו גוט ראש הקהל
איך בין שוין באלד א פאל
פון וואו קען מיך דער עולם
איך האב געמיינט אז איך בין נישט אזא גולם
דאס איז דאך גילוי שמות ממש א עון
צו דעם דארף מען דאך נישט זיין קיין נבון
איך האב מורא אז צו די באהערדע וועל איך שטעלן מיינע טריט
איך האף אז זיי וועלן נעמן די ריכטיגע שריט
זייט פרייליך און געזונט
תוקן על ידי - התאחדות - 10/11/2005 0:53:54
סאכדעס
דאס איז עס
האסט געבעטן שיין
שלונג עס איין
די בילד
איז דיין שולד
איך האב דיר געגעבן א פרעג
אויב איך מעג
דאס ארויפלייגן
און דיר צולייגן
דו האסט צוגעשטימט
האסט אפילו געוואוסט וואס עס קומט
יעצט ווילסטו צוריקציען
הא הא צוריק גייען קיען
יעצט געטראפן הונטער די שענק א פארשטויבט אלבום פון די געוועזענע קרעטשמע מיטגלידער:
דער פרייליכער דזשאן
די בילד איז עפעס נישט אדורך, זעהט אויס אז דזשאן איז געווען אקעגן בילדער...
[בילד – נישט אפגעהיט]
זיין פאטער, דער בעל שמחה אליין דזשימי
[בילד – נישט אפגעהיט]
קרעמער, ווער איז דאס?
די ביזט דאך א מבין.
[בילד – נישט אפגעהיט]
שיינע בילדער, איך לאך נאך אלץ הויך פון התאחדות'ס בילד, פשוט איך האב אויסגעשאסן אין א געלעכטער.
התאחדות איימסארי.
דזשובוי;
ווארט ביז דו זעהסט א בילד פון התאחדות נאכן הערן אז דו לאכסט פון אים...
[בילד – נישט אפגעהיט]