היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » נחמן נטע דער האלץ האקער זוכט חיים חייקלן

נחמן נטע דער האלץ האקער זוכט חיים חייקלן

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1652449

נחמן_נטע » 3/11/2005 00:24

קנאק... קנאק... קנאק...

יא יא... ווער איז דארט? – פרעגט דער קרעטשמער

דאס איז: "נחמן נטע דער האלץ האקער פון דארף"

איין מינוט... איין מינוט... איך עפן שוין. - ענטפערט דער קרעטשמער פון די אנדערע זייט טיר.

דער אלטער גרויסער הילצענער טיר עפנט זיך, דער קרעטשמער איז מקבל פנים 'נחמן נטע'ן דעם האלץ האקער' מיט א ברייטן שלום עליכם. עליכם שלום... עליכם שלום... שטרעקט נחמן נטע צוריק זיין האנט א פארסאפעטער.

נחמן נטע ריקט זיך אריין טיפער אין קרעטשמע צווישן די טישן, באגריסט א יעדן מיט א ברייטן שלום עליכם, נאך זייער עליכם שלום ענטפער פרעגן אלע ווי איינס גלייך די פראגע: נא נחמן נטע מיט קען איך אייך עפעס העלפן?

יא אוודאי – ענטפערט נחמן נטע – זיכער, אפשר קענט איר מיר טאקע העלפן!

נא מיט וואס זאגט שוין?

וואס הייסט איר מיט וואס? איר האט נישט געהערט? - פרעגט נחמן נטע מיט גרויס וואונדער צו די אלע אין קרעטשמע -

ניין, ניין, מיר ווייסן גארנישט? וואס... וואס גייט פאר?

הערט מיינע טייערע פריינד:

האט איר אפשר באגעגנט דא 'חיים חייקל דער וואסער טרעגער' פון אונזער דארף?

חיים חייקל! אוודאי, אוודאי, וואס איז? וואס גייט פאר מיט אים?

התאחדות » 3/11/2005 00:37

עפעס גייט פאר דא היינט אין קרעטשמע, האט איינער אדווערטייזט די קרעטשמע ערגעץ וואו???
באלד רוקן זיך אהן אלע פון דארף
דער אלטער געציל גימפל די טאטע פון אונזער באליבטן...
שלמה חיים דער שמש וואס קלאפט צו סליחות אין די פענסטערס (מ'זאגט אויף איהם אז ער איז זייער געטריי ער וועקט נישט פאר ניין אזייגער)
חיים וואלף דער אנהייצער
און איך ווייסט נישט ווער נאך.
גיוואלד רבותי סוועט באלד נישט בלייבן מיט וואס זיך נאס צו מאכן די צינג
[בילד – נישט אפגעהיט]

איך זוך שוין פאר באלד א שעה מיין פעסל הייניקן יאַך קען דאס נישט געפינען[בילד – נישט אפגעהיט]

איך האב געוואלט בעטן די אלע נייע זאלן זיך גוט אנשאשקענען אבער נישט מיט מיין פעווריטס משקאות[בילד – נישט אפגעהיט]

כהאב שוין באלד פארגעסן נחמן נטע עליכם שלום[בילד – נישט אפגעהיט]

פארברענגן » 3/11/2005 00:46

עס איז דא געניק ווער נישט און פאניק



תוקן על ידי - פארברענגן - 03/11/2005 0:46:49
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 3/11/2005 01:33

שלום עליכם נחמן נטע;

פון וואנעט האט איר געוואוסט אזוי גוט אנצוקומען? ממש הארט פארן קאלטן פראסטיגן ווינטער.

קענסטו אונז אפשר בארגן דיין האק, מיר ברויכן די מקוה אויפהאקן...

==

פארברענגן;

דיר קומט נישט קיין שלום עליכם... מיר געדענקן זיך נאך פון פורים (אוי ביסטו גוט געווען... איך האב אויסגעטרינקן א גאנץ פלעשל פון דיין עד דלא ידע וויין... ווער געדענקט נאך די רעזולטאטן...).

ערנסט גערעדט: שלום עליכם!!!

לאמיר פארברענגן אינאיינעם.

יין_שרף » 3/11/2005 01:33

אויפן ארגסטן פאל, אז עס וועט נישט זיין גענוג קען מען טיילן

יין שרף

לדעתי איז דאס אפי' סאך בעסער...

קרעמער » 3/11/2005 15:09

יין שרף;

איך וועל דיר נאכזאגן א ווארט וואס איך האב געהערט מפה קדשו פון הרה"צ ר' יאנקעלע לייזער זצ"ל מ'פשעווארסק ווען איך האב געהאט די זכיה צו וויילן במחיצתו מיט יארן צוריק, האט ער זיך אויסגעדרוקט אויף "יין שרף": דאס פייער פון וואסער!!! (ושמא ניתן להסביר דכל הד' יסודות כלולין מד' היסודות ודו"ק).

שיחת חולין של תלמידי חכמים צריכין לימוד.

התאחדות » 3/11/2005 20:14

נו נחמן נטע דו האסט שוין געפונען חיים חייקל

זארעכפעפער » 3/11/2005 20:27

אז דו רעדסט שוין פונעם פשעווארסקען רבי'ן זצ"ל, וועל איך דיר נאכזאגן א גוט ווארט וואס איך האב געהערט פון אים, בשם דעם הייליגן חזון איש זצ"ל:

פארוואס עפעס ביי די חסידישע רבי'ס האט מען כסדר געהערט נאכדערציילן בשמם אזויפיל מופתים און ביי די גדולי ליטא נישט?

ווייל ביי חסידים איז מען זיך געלאפן מזכיר זיין ביים רבי'ן יעדעס מאל ווען דער בויך האט וויי געטוהן, אדער ווען מ'האט געהאט אביסל הויך פיבער וכדו', און געווענדליך ביי רוב פון אזעלכע פעלער ווערט מען דאך נתרפא, נו... איז עס אטאמאטיש א מופת פון רבי'ן...

משא"כ אין די ליטא איז מען נאר געקומען צולויפן זיך מזכיר זיין ווען ווען דער מלאך המות איז שוין געשטאנען אויסגעשטרעקט, ווען מ'האט שוין גע'גוסס'ט, און רוב גוססין למיתה, דעריבער זענען רוב מאל די מופתים נישט געלונגען...


==
און אז מ'רעדט שוין נאך א גוט ווארט אויפן חשבון פון די בנייטוירע...

צוויי באָכֿרים האבן אמאל חוקר געווען: צו א אנדרוגינס - וואס איז א חציו זכר וחציו נקיבה, צו דער חצי זכר קען מקדש זיין חצי נקיבה...
רופט זיך אן איין חבר צום צווייטן: ער מיינט אז נישט, משום אחותו...

נחמן_נטע » 6/11/2005 22:07

לחיים... לחיים ולברכה...

קוים איינמאל באזוכט די 'קרעטשמע' און ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט אלעס רעד פון 'נחמן נטע דער האלץ האקער'???

התאחדות » 7/11/2005 01:48

נחמן נטע מיר האפן אז פאר די קרעטשמע וועסטו צושטעלן דאס געהילץ אומזיסט

התאחדות » 24/11/2005 22:47

נאכמען נאטע

סיז קאלט אין קרעטשמע, וואו איז דאס געהילץ, דער עולם האט מורא צו קומען פרעגן שאלעס, אלעס ווייל סיז קאלט.

געדענק יאך האבע דיר געווארנט,

תוקן על ידי - התאחדות - 24/11/2005 23:01:21

קרעמער » 25/11/2005 01:04

מיט גרויס באדויער טוען מיר מעלדן אז מיר האבן נארוואס ערהאלטן א ידיעה אז אונזער אלעמען באקאנטן ידיד ר' נחמן נטע דער האלץ האקער האט זיך עפעס שרעקליך פארקילט בשעת'ן האקן די האלץ אינעם דערנעבנדיגן וועלדל, מען האט אריבערגערופן דעם פעלדשער (נישט אזוי שרייבט מען דאס?) פונעם דערנעבנדיגן שטאט, אבער ער געט קנאפע האפענונג פאר נחמן נטע'ן. רבותי רייסט איין!

התאחדות » 25/11/2005 01:32

נאכמען נאטע בן ?????

יאך קלער אפשר בן האגאר

נאדיר בעני נאך א זוהן פאר הגר

קרעמער » 25/11/2005 01:46

דער מצב פון נחמן נטע בן תרצה האט זיך ליידער פארערגערט, מען בעט דער עולם זאל איינרייסן...

יענטאאש » 25/11/2005 15:50

רבותי;

עס טוט מיר לייד צו בעטן אזא זאך, אבער ביי ר' נחמן נטע'ן זוכט מען שוין מנין, ווער עס קען זאל א א טובה טאן און אריבערקומען....

קרעמער » 25/11/2005 17:50

ברוך דיין האמת

התאחדות » 25/11/2005 18:41

גיוואלד וויפיל קינדער האט ער איבערגעלאזט???
[בילד – נישט אפגעהיט]

און וואו אויך עימיציר האט געזוכט א שטעלע פאר עימיצין, סיז געקומען א הודעה פון נאכמען נאטע'ס רביצין אז זי לאזט ווער ס'וויל דאס איבערנעמן.
[בילד – נישט אפגעהיט]

נו ראבויסיי, ווער וויל אנפאנגן האקן האלץ, סיז ביטער קאלט געווארן, די שניי זווערכעס (אויב שרייב איך עס נישט גוט, ביטע מיר פארעכטן), בוזשעווען אין דארף, מ'דארף דחוף געהילץ, די עזרת נשים האלטן דאס שוין נישט אויס אזוי.
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 25/11/2005 20:58

ער האט איבערגעלאזט איין זוהן, וועלווער דער ווילדער יתום, פון וועמען די קהילה מיטגלידער האבן זיך שוין אסאך אנגעליטן די לעצטע יארן... די קהילה האט זיך אונטערגענומען אים אויסצוצאלן מלומדות אויף איין יאהר.

יענטאאש » 27/11/2005 02:26

רבותי;

קהל אראנגירט אן ערנסטן 'קרן יתומים פאנד'.

מען ברויך באצאלן וועלוולען'ס מלמד, ווי אויך ברויך מען ארויסהעלפן מיט די טאגטעגליכע ווירשאפט מאנצא די אלמנה, ווי אויך וואקסן שוין אונטער די טעכטער און דא ברויך מען אויף נדן.

בראש פון די אקציע איז געשטעלט געווארן נחמן נטע'נענס לאנגיעריגער נאנטער ידיד חיים חייקל. אבער אזויווי עס פעלט זיך אויס אסאך כוחות בעט מען ווער עס פילט ער קען זיין אן עסקן ארומצוגיין אין די ארומיגע שטעטלעך, ווי אויך אריינצופארן אין די גרויסע שטאט אריין צו די נגידים,זאל זיך ביטע מעלדן אין קהל'ס אפיס אדער צו חיים חייקל'ען אינדערפרי ביים דאווענען מיטן נץ מנין אדער אויפדערנאכט ביים חק שיעור. תזכה למצוות.

יאנאש » 27/11/2005 22:25

איך מיין אז איך האב שוין נישט געזעהן חיים חייקלען פאר די לאנגעסט.
אבער עסקען זיין אז ער איז געווען פארנומען מיט ארויסהעלפן נחמן נטע'ן אויפן קראנקן בעט, סאו ווי אלל האפ אז ער וועט צוריק קומען פאלל פארס.

קרעמער » 28/11/2005 01:49

יעצט איז געקומען א מעלדונג פון די באהערדע אז דער גרויזאמער גראף האט נארוואס ארויסגעלאזט דעם גוף פון נחמן נטע'ן און מען וועט קענען מארגן פראווען די לוי' ברוב פאר והדר.

בית דין האט ארויסגעגעבן א ביטול מלאכה אויף מארגן מאנטאג... מיר האפן איר וועט אלע אנטיילנעמען אין די גרויסארטיגע לוי' וואס דאס דערפל האט נאכנישט געזען זינט איר גרינדונג.

קומט און ברענגט מיט אייערע פריינט, קיינער טאר נישט פעלן!

יענטאאש » 28/11/2005 02:01

סדר הלוי' (לויטן יעצטיגן פלאן):

-חיים חייקל יושב ראש.

-דער דיין.

-קרעמער אין ענגליש פאר די באערדע.

גראף » 28/11/2005 02:07

וואס גייט דא פאר? מען מאכט א לויה און מען מעלדט מיר גארנישט איין דערוועגן?

יענטאאש » 28/11/2005 02:11

אקעי גראף;

שווייג שוין איינמאל פאר אלעמאל,
לאז מנוחה דאס פאלק ישראל,
אז נישט וועלן מיר דיר פארווארפן,
ווי צום באדארפן.

אז אן ערליכער איד א תמים,
איז געגאנגען למנוחת עולמים,
טוט מען אים מיט כבוד באגלייטן,
אזויווי מען האט זיך געפירט אלע צייטן.

אז דו וועסט פרובירן שטערן,
וועלן מיר דיך לאזן הערן,
ווי עס באדארף צו זיין,
מיט שאנדע און פיין.

גראף » 28/11/2005 02:17

איינמאל פאר אלעמאל
זיי מיר מסביר ראש הקהל
וואס גייט פאר אין טאל
גערודער הער איך מיטאמאל

מילא איינער האט א קינד
רופט מען אויס געשווינד
א שמחה אין דערפל אצינד
דערנאך מען גיט די הויט א שינד

אבער וואס איז די גערודער
ווען נחמן נטע דיין ברודער
האט זיך צוריקגעקערט
וואו ער געהערט

זייט שטיל קינדער
מאכט נישט קיין געפילדער
ווייל איך וועל ענק אלע באנג טאן
עס וועט אייך נישט בלייבן קיין צאן

יענטאאש » 28/11/2005 02:21

הער גראף,
האלט דיך נישט אזוי גרויס ווי א דזשעראף,
ווייל דו ווייסט דאך גאנץ פיין,
אז דו ביזט גאר קליין.

עס ליגט דיר נאך זיכער אין די ביינער,
ווען מען האט אויף דיר געווארפן שטיינער,
ווען דו האסט זיך געוואלט אין די אידישע רעליגיע אנקניפן,
און איך האב יעדן אנגרייפער געטון אוועקשטופן.

דעריבער מיט גוטן און מיט בייזן,
טו איך דיך ווארענען שטיי אוועק פון אונזערע קרייזן,
קוק נישט אויף אונזער ריכטונג,
איך ווארן דיך: גיב זיך אכטונג!!!

גראף » 28/11/2005 02:25

גרויסע וויכטיג מאכער יענטאאש
ביי מיר ביסטו ווערט ווי א פראש
נאך איינמאל איך הער דיין בארימערייען
וועל איך דיר אזוי אנשרייען

גיי נעם קעיר פון דיין נין
ער זומיעט ארום ווי א בין
פרובירט אריינברענגן דא בייזע ווינטן
לאמיר אים אריינגעבן פון הונטן

יענטאאש » 28/11/2005 02:28

גראף גרויסער חכם איינער,
איך באווארף דיך באלד מיט שטיינער,
פון אונטן און פון אויבן וועל איך דיך געבן,
און דיין מויל צוקלעבן.

פויער » 28/11/2005 03:14

וואסזערע קוילעס איך הער דא ?

דא ליגט א באר מינאן און קיינער מאכט נישט?
מען שרייט און קריגט זעך ארום .

פארשיק דע גויים צו אלדאס בייזע רוחות אריין ! קיין סיביר זאלן זיי גיין !

יענטאאש » 28/11/2005 05:21

מ'האט ארלעדיגט ביי די דזשאנדאראמע אז דער גראף זאל נישט קענען שטערן די לוי' ח"ו.

אט איז א בילד ווי דער נאטשאלניק הערט דעם באפעל פונעם קאמאנדיר.
[בילד – נישט אפגעהיט]

יענטאאש » 29/11/2005 00:41

מאנטי זשען דיטארבע נאסדא

אזוי ליינט זיך דער קעפל פונעם שטעטל'ישן אנטיסימיטישער צייטונג. אין אידיש מיינען די ווערטער "א גוט געלונגענער שפיצל" .

דער פרייד ביי די גוים הערשט נאכדעם וואס זיי -בראש פונעם גרויליגן גראף- האבן אזוי געפירט אז די לוי' פון ר' נחמן נטע'ן ז"ל זאל צושטערט ווערן אויף א געפערליכן אופן.

די אנטיסעמיטישע גוים האבן אויסגעשטעלט אז פונקט היינט ווען הונדערטער צובראכענע אידן האבן געזאלט באגלייטן מיט זודיגע טרערן און צעשפליטערטע הערצער דעם אלעמענס באליבטער ידיד ר' נחמן נטע'נען ז"ל.זאל דוקא פארקומען א ריזיגע קאנסטראקציע אויף די כשר'ע געסלאך פון די שטאט, אזוי אז אויב מען זאל וועלן צוקומען צום בית החיים זאל מען דארפן דורכגיין די טריפה'נע געסער פון די טמא'נע שטאט, פון וואס ס'רוב ערליכע אידן האבן זיך אודאי אפגעהאלטן. און אזוי ארום האבן זיי פארמיטן פון ר' נחמן נטע'נען זיין פארדינטן כבוד.

וואס קענען מיר זאגן? מיר קענען זיך קוים צוזאמענעמען די ווערטער. וועלן מיר נאר ציטירן פונעם בארימטן אידישן טאג צייטונג 'דער טאגעס שיין', וועלכער זאגט צווישן אנדערן אינעם היינטיגן עדיאטאריעל:

....'זעט זאך אויס אז עס איז 'גזירה הוא מלפני ואין אתה רשאי להרהר אחריה', זאהל זיעהך ר' חייעם נאטע באמיהען פאר אונז דארט אויבן'....

בדרך אגב מעלדן מיר נאר אז מיר האבן זיך שוין פארבינדן מיטן בירגערמייסטער, און עס וועט גענומען ווערן די נויטיגע שריט צו באשטראפן אויף שלעבר, און צו פארמיידן אויף להבא אי"ה.

יענטאאש » 29/11/2005 01:48

אט איז געקומען א מעלדונג אז דער בירגערמייסטער האט ארויסגעטראסקעט מיט שאנדע דעם גראף פונעם מאגיסטראט, אלס שטראף פארן מאנעווירן ביי די טראנספארטאציע פארוואלטונג -אין וועלכן ער איז געווען א מיטגליד- צו צעשטערן מיט א דריידל די לוי'.

אט איז א בילד ווי דער גראף פארלאזט מיט שאנדע און אויפברויז דעם מאגיסטראט:


[בילד – נישט אפגעהיט]

יענטאאש » 29/11/2005 01:49

דער גראף בעת'ן פארלאזן דעם מאגיסטראט קוקט מיט פאראכטונג ווען ער דערזעט דעם ראש הקהל פון אריבער די גאס.
[בילד – נישט אפגעהיט]

גראף » 29/11/2005 02:27

איך וואקל זיך פאר געלעכטער פון דעם געלונגענעם שפיצל וואס איך האב אייך היינט אפגעטאן... מער וועט איר זיך מיט מיר נישט רייצן... הא הא הא הא הא
[בילד – נישט אפגעהיט]