היימישע שטותים — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע שטותים / היימישע קרעטשמע — נאכן ווידער-עפענען (יוני 2005 – 2006) » וואו איז ער???

וואו איז ער???

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1652516

התאחדות » 3/11/2005 01:12

כאשיווער דאיען געוויינדליך אזא צייט זיצטו שוין דא מיט אונז און דו פארבריינגסט דא גישמאק, מה היום מיומים.

דו האסט נישט קיין אנונג וואס סיז דא אלס פארגעקומען אין אונזערע קרעטשמע, אסאך נייע געסט געווען היינט, געוויסע האבן געוואלט קומען זיך פאסקענען ביין אונז ביי א דינטארע, און איך זאג אז דער דאיען קומט אום 6:00 פיעם און גארנישט, נאך א מזל אז די תושבי הדארף האבן נישט אזא פונקטליכע זייגער.

איך האב שוין אויך געפונען איין פאסיגער פערזאן וואס זאל ווערן דער קאסיוו האשלישי ביין אונז אין בעסדין, אזוי וועלן מיר נישט דארפן זוכן עפעס א דאיען פון גאס.

נו רוף דיך שוין אהן

איך האף נאר אז דו ביסט נישט חיים חייקל, (אויב ווייסטו ווער דאס איז) אנטשולדיגונג פאר גילי שיימעס

תוקן על ידי - התאחדות - 03/11/2005 1:18:12

קרעמער » 3/11/2005 01:18

התאחדות;

גראדע האב איך אויך געקלערט אויף א האלבע פוס אז חיים חייקל איז א גלגול פון אונזער חשוב'ער דיין, אבער איך קען דעם דיין פון דער נאנט, און איך ווייס אז ער איז צי פארנומען (מיט פשוט נבלתא בשוק ואל תצטרך לבריות) און האט נישט אזויפיל פרייע צייט ווי ר' חיים חייקל וואס פארפארטיגט זיין ארבעט גלייך אינדערפרי.

חיים_חייקל » 3/11/2005 01:43

אוי וואס? וואס הער איך דארט ווי צוויי מענטשן רעדן צווישן זיך?

'חיים חייקל דער וואסער טרעגער' איז אין פריערדיגן גולגול געווען א דיין???