ששששששש עס איז שטיל אין דארף, פון דא און דארט הערט מען די הירדזשען פון פערד, די מעקען פון שעפעלעך, און די קול פון זאנוויל גרשון דער אויסרופער וועלכער טרייבט דעם עולם צו גיין שטימען ביי די אויסערגעווענליכע וויכטיגע וואלן פונעם מאגיסטראט און דעם שטאטראט.
ששששששש אפילו אין די אלעמאל פארנומענע אלעמאל היציגע אלעמאל אנגעפולטע קרעטשמע איז עפעס היינט שטילער ווי געווענליך, קען זיין אז דאס איז א דאנק די בחורים פון דערפל וועלכע זענען אין די לעצטע פאר טעג צוריקגעפארן צו די גרעסערע שטעטלעך לערנען ביי זייערע ראשי ישיבות, אדער קען זיין אז דער עולם איז געפארן צום יריד וואס קומט פאר אין דער נישט ווייטער לייפציג.
זיץ איך מיר אויפן באלקאן פון מיין פירשטליכן פאלאץ און באטראכט ווי דער עולם ציהט זיך צוביסלעך ארויס פון די הייזער, אלעס גייט אין איין ריכטונג, די פיס טראגן זיי צום שטום בודקע וואו זיי גייען פרובירן אפווענדן מיינע גזירות דורך אויסוועלן נאכאמאל דעם ראש הקהל מר. יענטאאש מיט א איבערוויגענדע מערהייט.
אזוי מיינען זיי נעבעך - לאך איך זיך אונטער מיט א ברייטן שמייכל וואס ווערט איבערגעדעקט פון די איינגעדרייטע וואנצעס וואס איך ארבעט אויף זייער שיינקייט א האלבע שעה ביים שפיגל יעדן אינדערפרי - זיי ווייסן גארנישט וואס ער ערווארטעט זיי היינט נאכט.
עס ערווארט זיי אזא דורכפאל, אזא דורכפאל, הא הא הא הא הא, איך האב מיט די פויערן וואס זיצן ביים שטום קעסטל אויסגעארבעט א מייסטער פלאן, איך האב די גאנצע זאך אין מיין פעסטן האנט, אזוי ווי אייביג וועל איך געווינען מיט אכט און ניינציג פראצענט, ווייל די מאשינען זענען אזוי אנגעדרייט געווארן נאך נעכטן נאכט, הא הא הא.
איר זיצט און פלאנירט, און איר ווייסט גארנישט אז אלעס איז שוין באשטימט פון פריער, עס איז שוין אפילו אפגעזיגעלט מיט דעם פאלשן זיגעל וואס איך האב פון דעם אומאפהענגיגן וואל קאמיסיאר וואס איז ספעציעל באשטימט געווארן דורכן בירגערמייסטער, נאכדעם וואס איר האט אייך אפגערעדט אויף די געפעלשטע וואלן פון די לעצטע יארן.
עס מאכט שוין גארנישט וואס איר טוהט, איר קענט גיין שטימען, איר קענט בלייבן אינדערהיים אדער אין קרעטשמע, דער אויסגאנג פון די וואלן וועט בלייבן אין מיינע הענט צו באשליסן!